פורים קטן
און אין שו"ע ווערט עס אויך אזוי געברענגט אן קיין שום חולק.
קומט דאך אויס אז אין י"ד אדר ראשון וואס ווערט אנגערופן "פורים קטן", ברויך מען מקיין זיין "משתה ושמחה" און משלוח מנות".
אבער למעשה פירט מען זיך נישט אזוי. ס'איז טאקע דא געציילטע מקומות וואו מען מאכט א שטיקל מצב פון פורים קטן, ווי אין קרעטשניף און נאך. אבער דאס האט לכאורה נישט מיט די גמ', ווייל דארט וואלט מען עס געטון אן דעם.
סיי ווי אזוי דארף עס א הסבר פארואס מען האלט נישט איין א בפירושע משנה אן קיין חולקים.
וטוב לב משתה תמיד.