ס'איז געווען אין ירושלים (ומלפנים בטבריה) ר' שניאור זלמן זינגער (המכונה ר' זלמן דער חבד'ניק) וואס זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון ר' יודא ליב אחי הבעל התניא. ר' שניאור זלמן זינגער הנ"ל נפטר י"ד כסלו תרמ"ז ומנ"כ בהר הזיתים. איז דאס די זעלבע?
דער ר' שניאור זלמן'ס ווייב האט געהייסן רחל ב"ר ברוך טויבער, זי איז נפטר געווארן אפאר יאר פאר אים. אויף די וועבזייטל וואס איר ברענגט איז דא א בריוו פון שנת תרמ"ט פון גיטל אלמנת ר' שניאור זלמן זינגער, אולי איז דאס א זיווג שני.
לעצטנ'ס האב איך געזען פונעם חוקר הרה"ג ר' זושא קינסטליכער זצ"ל אז פון דורות הראשונים איז נישט געווען דער נאמען 'עמרם' ביי די אשכנזים, און פון רבינו עמרם חסידא איז עס נפוץ געווארן דורך תלמידיו וצאצאיו וואס הייסן נאך עם. צווישן די וואס הייסן נאך עס איז הגאון ר' עמרם בלויא זצ"ל זיידע פונעם באווסטן רבי עמרם בלויא זצ"ל ראש נטורי קרתא.
ער בריינגט א ראיה צו זיך, אז אין 'בית שמואל' שמות אנשים ווערט נישט געבריינגט דעם נאמען 'עמרם' נאר בדרך אגב (ביי עמרון..)
די אלמנה און קינדער זענען געבליבען און ארה"ק די מוטער פון בית שערים האט חתונה געהאט ווען דער טאטע האט נאך געוואינט אין אונגארען? ער איז געפארען קיין ארה"ק ביי די 36