סעלמאן פיש שערורי'
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
- אלד וויליאמסבורג
- שר האלפיים
- תגובות: 2966
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
- לאקאציע:וויליאמסבורג בריק
- טראכט גוט וועט זיין גוט
- שר חמש מאות
- תגובות: 561
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm
אין די וואכעדיגע צייטונגען איז געווען עפעס א רשימה פון פיש וואס מען קען רואיג עסן, און וואס מען זאל בעסער חושש זיין. קען איינער מזכה דעם עולם דערמיט?
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
Re: סעלמאן פיש שערורי'
איך האף איך װעל קײנעם נישט פארעקלען...
פאראיאר זענען GMO סעלמאן געװארען אפראװעד
https://biofortified.org/2019/03/gmo-salmon-approved/
דאס מײנט אז מען לײגט ארײן אין די סעלמאן א GENE פון פון א בעל חי/מין שלאנג OCEAN POUT
איך האב מיר דערמאנט פון דעם װײל קאראנא האט זיך אױך אנגעהױבן פון א מין בעל חי/שלאנג פּאַנגאָלינס און יעצט זאגט טשיינע אז די נײע קאראנא קומט פון סעלמאן...ל.א.ל.

אלטע מעשה דאס,
די פארמערס שפילן זיך שוין לאנג דערמיט,
זיי גיבן צו עסן די סעלמאן פיש גרויזאמע שלענג, זיי צו מאכן לענגער און שטערקער,
מ'קען דאס געהעריג דערקענען אויפן פיש..... פ.ך
נאר לעצטענס האט מען אפראווד זיך צו שפילן דירעקט מיט די זשינעטיקס פון די פיש,
נישט נאר מיט וואס מ'פיטערט זיי
#נידער_מיט_די_פראגרעסיווס

The Divided States Of America
Re: סעלמאן פיש שערורי'
לכאורה איז נישא די פראבלעם מיט די (עכטע) וויילד סעלמאן
נאר מיט די פשוטע,
און די בעבי סעלמאן דארף צו זיין די ארגסטע אין דעם ענין,
די חברה שפילן זיך ארום דערמיט ווי מיט א בעבי
נאר מיט די פשוטע,
און די בעבי סעלמאן דארף צו זיין די ארגסטע אין דעם ענין,
די חברה שפילן זיך ארום דערמיט ווי מיט א בעבי
The Divided States Of America
- טראק דרייווער
- שר האלפיים
- תגובות: 2322
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm
Re: סעלמאן פיש שערורי'
על פי הלכה האט רבי מאיר בראנדסדארפער געהאלטן אז עס איז נישט קיין פראבלעם אזא סארט זאך. (אנדערע זאגן אז ר' מאיר אליין שרייבט דאס נאר מסברא אבער ברענגט נישט קיין ראי' ברורה להיתר, אבער מען מיז צוקומען צו א היתר שאם לא כן לא מצאנו ידינו ורגלינו וכו')
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
Re: סעלמאן פיש שערורי'
תרנגול פארמס קען אנהייבן האדעווען פיש אויך....
Re: סעלמאן פיש שערורי'
אופס, שוין דאס צווייטע מאל וואס דאס פאסירט צו מיר, וואס טוה איך יעצט?
נאר געגעסן בעיבי סעלמאן ווייל דאס האט נישט ווערים, יעצט אויסגעפונען אז עס איז גאר מער פראבלעמאטיש.
אמאל נאר געגעסן טשיקן, דערנאך אויס געפונען אז מען פאטשקעט מיט די עופות.

- אחד הרבנים
- שר האלף
- תגובות: 1382
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm
Re: סעלמאן פיש שערורי'
פומפדותא האט געשריבן: אופס, שוין דאס צווייטע מאל וואס דאס פאסירט צו מיר, וואס טוה איך יעצט?
נאר געגעסן בעיבי סעלמאן ווייל דאס האט נישט ווערים, יעצט אויסגעפונען אז עס איז גאר מער פראבלעמאטיש.
אמאל נאר געגעסן טשיקן, דערנאך אויס געפונען אז מען פאטשקעט מיט די עופות.
בקיצור,
דער הינדעל איז קיין הינדעל,
דער פיש איז קיין פיש,
דער בהמה איז קיין בהמה,
דער מענטש איז קיין מענטש...
Re: סעלמאן פיש שערורי'
איפכא מסתברהאחד הרבנים האט געשריבן:פומפדותא האט געשריבן: אופס, שוין דאס צווייטע מאל וואס דאס פאסירט צו מיר, וואס טוה איך יעצט?
נאר געגעסן בעיבי סעלמאן ווייל דאס האט נישט ווערים, יעצט אויסגעפונען אז עס איז גאר מער פראבלעמאטיש.
אמאל נאר געגעסן טשיקן, דערנאך אויס געפונען אז מען פאטשקעט מיט די עופות.
בקיצור,
דער הינדעל איז קיין הינדעל,
דער פיש איז קיין פיש,
דער בהמה איז קיין בהמה,
דער מענטש איז קיין מענטש...
אז די מענטש איז קיין מענטש...
איז דער בהמה קיין בהמה,
איז דער פיש קיין פיש,
איז דער הינדעל קיין הינדל
Re: סעלמאן פיש שערורי'
KMW האט געשריבן: איך האף איך װעל קײנעם נישט פארעקלען...
פאראיאר זענען GMO סעלמאן געװארען אפראװעד
https://biofortified.org/2019/03/gmo-salmon-approved/
דאס מײנט אז מען לײגט ארײן אין די סעלמאן א GENE פון פון א בעל חי/מין שלאנג OCEAN POUT
איך האב מיר דערמאנט פון דעם װײל קאראנא האט זיך אױך אנגעהױבן פון א מין בעל חי/שלאנג פּאַנגאָלינס און יעצט זאגט טשיינע אז די נײע קאראנא קומט פון סעלמאן...ל.א.ל.
כהאב שוין נישט געקענט עסן די סעלמאן פיש דעם שב"ק נאכן זעהן דעם תגובה,
ליגט טאקע א ווארהייט אין דעם?
קיין איין בעל מכשיר האט נישט וואס צו זאגן?
ווי נישט ווי איז די פיש מארקעט נישט אינטער קהילות ווי פלייש אז סזאל זיין אונטער סמכות פון דיייני הקהילות, סא יעדער בעל מכשיר דארף דאס מברר זיין,
אדער עכ" פ א בירור פון די בעלי הוואסער ווערעם, ובעלי ההאט קאפס, והקארניש?
'ומאתים לנוטרים את פריו'
Re: סעלמאן פיש שערורי'
לגבי פיש האט די תורה געגעבען צוויי סימנים סנאפיר (פליס-פעדערן) וקשקשת (שיפן), עס דארף נישט קיין מסורה אזווי עופות, איז כל זמן עס האט די צוויי סימנים איז עס כשר.
פארשטייט זיך אז פון ווערים דארף מען אכטינג געבען
נ.ב. להלכה למעשה זאל מען פרעגען א צווייטן.
פארשטייט זיך אז פון ווערים דארף מען אכטינג געבען
נ.ב. להלכה למעשה זאל מען פרעגען א צווייטן.
Re: סעלמאן פיש שערורי'
טענק-יו
אין וואסערע סימנים האט די ווערים?
אין וואסערע סימנים האט די ווערים?
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
- Waukesha
- שר חמש מאות
- תגובות: 780
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
- לאקאציע:Waukesha City, Waukesha County WI
Re: סעלמאן פיש שערורי'
KMW האט געשריבן: איך האף איך װעל קײנעם נישט פארעקלען...
פאראיאר זענען GMO סעלמאן געװארען אפראװעד
https://biofortified.org/2019/03/gmo-salmon-approved/
דאס מײנט אז מען לײגט ארײן אין די סעלמאן א GENE פון פון א בעל חי/מין שלאנג OCEAN POUT
איך האב מיר דערמאנט פון דעם װײל קאראנא האט זיך אױך אנגעהױבן פון א מין בעל חי/שלאנג פּאַנגאָלינס און יעצט זאגט טשיינע אז די נײע קאראנא קומט פון סעלמאן...ל.א.ל.
קודם כל איז אזוי, די gene אליינס, קומט פון chinook salmon, בלויז די פראמאטער קומט פון א נישט כשר׳ע פיש. די gene צוזאמען מיט די פראמאטער איז 4205 בעיס פעירס, די אטלענטיק סעלמען האט כמעט 3 ביליאן בעיס פעירס. די פראמאטער אליינס איז וויינגער פון 100 בעיס פעירס. די תפקיד פון א פראמאטער איז צו זאגן פאר׳ן gene, שטיי אויף טוה דיין ארבייט, די אויפטוה פון אריינלייגען די פראמאטער פון די אושען פאוט, איז, אז די פראמאטער שלאפט קיינמאל נישט, ער האלט אין איין וועקן די gene, טוה דיין ארבייט, די ספעציפשער gene איז ממונה אויף וואוקס פון די פיש, מילא אז די פראמעטער האלט עם אין איין אויפוועקען, און זיין תפקיד איז צו מאכן די פיש וואקסען, וואקסט די פיש מורא׳דיג שנעל, בערך 3 מאל אזוי שנעל ווי געהעריג.
לגבי כשרות, טשינאק סעלמען איז א כשר׳ע פיש, די שאלה איז לגבי די פראמאטער. די פיש וואס קומט ארויס האט סימני כשרות. די צדדי השאלה לגבי כשרות
- זענען די סימנים א סימן אדער א סיבה, אויב איז עס א סיבה, איז די פיש כשר.
- אויב חוששין לזרע האב, אויב נישט איז די פיש כשר.
- אפילו אויב חוששין לזרע האב, דא קען זיין אנדערש ווייל כמעט די גאנצע פיש, איז א כשר׳ע פיש. בלויז איינס אין 30 מיליאן חלק קומט פון נישט א כשר פיש
ou איבער דער פיש
א תשובה אין ענגליש איבער דער פיש.
איין זאך, אויב פאר שאק וועליו האסטו פארגעסען צו שרייבען אז די פראמאטער פון די אשען פאוט, ווערט נאטורליך גענוצט צו מאכן anti-freeze
Re: סעלמאן פיש שערורי'
Waukesha האט געשריבן:KMW האט געשריבן: איך האף איך װעל קײנעם נישט פארעקלען...
פאראיאר זענען GMO סעלמאן געװארען אפראװעד
https://biofortified.org/2019/03/gmo-salmon-approved/
דאס מײנט אז מען לײגט ארײן אין די סעלמאן א GENE פון פון א בעל חי/מין שלאנג OCEAN POUT
איך האב מיר דערמאנט פון דעם װײל קאראנא האט זיך אױך אנגעהױבן פון א מין בעל חי/שלאנג פּאַנגאָלינס און יעצט זאגט טשיינע אז די נײע קאראנא קומט פון סעלמאן...ל.א.ל.
קודם כל איז אזוי, די gene אליינס, קומט פון chinook salmon, בלויז די פראמאטער קומט פון א נישט כשר׳ע פיש. די gene צוזאמען מיט די פראמאטער איז 4205 בעיס פעירס, די אטלענטיק סעלמען האט כמעט 3 ביליאן בעיס פעירס. די פראמאטער אליינס איז וויינגער פון 100 בעיס פעירס. די תפקיד פון א פראמאטער איז צו זאגן פאר׳ן gene, שטיי אויף טוה דיין ארבייט, די אויפטוה פון אריינלייגען די פראמאטער פון די אושען פאוט, איז, אז די פראמאטער שלאפט קיינמאל נישט, ער האלט אין איין וועקן די gene, טוה דיין ארבייט, די ספעציפשער gene איז ממונה אויף וואוקס פון די פיש, מילא אז די פראמעטער האלט עם אין איין אויפוועקען, און זיין תפקיד איז צו מאכן די פיש וואקסען, וואקסט די פיש מורא׳דיג שנעל, בערך 3 מאל אזוי שנעל ווי געהעריג.
לגבי כשרות, טשינאק סעלמען איז א כשר׳ע פיש, די שאלה איז לגבי די פראמאטער. די פיש וואס קומט ארויס האט סימני כשרות. די צדדי השאלה לגבי כשרות
- זענען די סימנים א סימן אדער א סיבה, אויב איז עס א סיבה, איז די פיש כשר.
- אויב חוששין לזרע האב, אויב נישט איז די פיש כשר.
- אפילו אויב חוששין לזרע האב, דא קען זיין אנדערש ווייל כמעט די גאנצע פיש, איז א כשר׳ע פיש. בלויז ווייניגער
ou איבער דער פיש
א תשובה אין ענגליש איבער דער פיש.
איין זאך, אויב פאר שאק וועליו האסטו פארגעסען צו שרייבען אז די פראמאטער פון די אשען פאוט, ווערט נאטורליך גענוצט צו מאכן anti-freeze
זייער קלאר, א דאנק.
- נא_שכל
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8036
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע:עולם התורה
Re: סעלמאן פיש שערורי'
יישר כח וואקשע.
לכאורה קען מען זאגן אז די טריפה'נע חלק ווערט בטל ברוב היתר. אדער קען מען זאגן אז עס האט א דין אזוי ווי א "דבר המעמיד" אדער א דבר המחמץ כשאור וכדומה, וואס עס ווערט נישט בטל, אפילו די פיש וואלט בעצם געוואקסען, אבער די טריפה'נע חלק איז גורם אז ס'זאל וואקסען מער אזוי ווי ביי א טייג.

וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
- Waukesha
- שר חמש מאות
- תגובות: 780
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
- לאקאציע:Waukesha City, Waukesha County WI
Re: סעלמאן פיש שערורי'
נא_שכל האט געשריבן: יישר כח וואקשע.
לכאורה קען מען זאגן אז די טריפה'נע חלק ווערט בטל ברוב היתר. אדער קען מען זאגן אז עס האט א דין אזוי ווי א "דבר המעמיד" אדער א דבר המחמץ כשאור וכדומה, וואס עס ווערט נישט בטל, אפילו די פיש וואלט בעצם געוואקסען, אבער די טריפה'נע חלק איז גורם אז ס'זאל וואקסען מער אזוי ווי ביי א טייג.
פארגעס נישט אז די עצם gene וואס מאכט וואקסען איז אויך כשר, בלויז די פראמאטער איז טריפה. נאך מער, די פראמאטער ווערט נישט קיין פראטיען, בלייבט עס בלויז מיט די DNA פון א בעל חי וואס איז טריפה.
Re: סעלמאן פיש שערורי'
קען איינער ביטע שרייבן וועלכע דיינים האבן ג'פסק'נט איוף דעם?
Re: סעלמאן פיש שערורי'
אידיאט האט געשריבן: קען איינער ביטע שרייבן וועלכע דיינים האבן ג'פסק'נט איוף דעם?
ווען דיין וואס דיין,
ס'איז גרוווווווילללליק!!!!!!!!!!!!
על הצד אז ס'איז כשר אלץ פיש, בל תשקצו איז גארנישט?
The Divided States Of America
Re: סעלמאן פיש שערורי'
דיין אוועטאר איז נישט בל תשקצו?
ווען דו האסט דעם פיינעם געשמאקן סלייס סעלמאן אין טעלער מיט קאטשעניו, איז עס "יאכלו ענוים וישבעו", ווייט פון "בל תשקצו"
ווען דו האסט דעם פיינעם געשמאקן סלייס סעלמאן אין טעלער מיט קאטשעניו, איז עס "יאכלו ענוים וישבעו", ווייט פון "בל תשקצו"
- Waukesha
- שר חמש מאות
- תגובות: 780
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
- לאקאציע:Waukesha City, Waukesha County WI
Re: סעלמאן פיש שערורי'
יש בו האט געשריבן:אידיאט האט געשריבן: קען איינער ביטע שרייבן וועלכע דיינים האבן ג'פסק'נט איוף דעם?
ווען דיין וואס דיין,
ס'איז גרוווווווילללליק!!!!!!!!!!!!
על הצד אז ס'איז כשר אלץ פיש, בל תשקצו איז גארנישט?
איינס פון 30 מיליאן איז גרוליג? בפרט איז ס'איז סה"כ DNA, ניטאמאל קיין פראטיען?
לגבי דייניים, האב איך צוגעצייכענט אין מיין פריערדיג'ע תגובה פון רב בעלסקי פון די OU, און ר' צבי העבער פון COR, אויב איינער פון קאנאדא קען אריינקומען קלאר בנוגע די סמכות פון די COR בכלל, און ר' צבי העבער בפרט.
- טאהשער תושב
- שר חמישים
- תגובות: 78
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 22, 2019 12:56 pm
- לאקאציע:קרית טאהש יצ״ו
Re: סעלמאן פיש שערורי'
Waukesha האט געשריבן:יש בו האט געשריבן:אידיאט האט געשריבן: קען איינער ביטע שרייבן וועלכע דיינים האבן ג'פסק'נט איוף דעם?
ווען דיין וואס דיין,
ס'איז גרוווווווילללליק!!!!!!!!!!!!
על הצד אז ס'איז כשר אלץ פיש, בל תשקצו איז גארנישט?
איינס פון 30 מיליאן איז גרוליג? בפרט איז ס'איז סה"כ DNA, ניטאמאל קיין פראטיען?
לגבי דייניים, האב איך צוגעצייכענט אין מיין פריערדיג'ע תגובה פון רב בעלסקי פון די OU, און ר' צבי העבער פון COR, אויב איינער פון קאנאדא קען אריינקומען קלאר בנוגע די סמכות פון די COR בכלל, און ר' צבי העבער בפרט.
COR איז באקאנט צו זיין פון די שוואכערע סארט פון די ארגעניזאציע הכשרים,
מ׳דארף וויסן יעדע זאך ספעציפיש
- Waukesha
- שר חמש מאות
- תגובות: 780
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
- לאקאציע:Waukesha City, Waukesha County WI
Re: סעלמאן פיש שערורי'
נא_שכל האט געשריבן: יישר כח וואקשע.
לכאורה קען מען זאגן אז די טריפה'נע חלק ווערט בטל ברוב היתר. אדער קען מען זאגן אז עס האט א דין אזוי ווי א "דבר המעמיד" אדער א דבר המחמץ כשאור וכדומה, וואס עס ווערט נישט בטל, אפילו די פיש וואלט בעצם געוואקסען, אבער די טריפה'נע חלק איז גורם אז ס'זאל וואקסען מער אזוי ווי ביי א טייג.
אחר קצת עיון זעה איך נישט אז א פראמאטער זאל לפע"ד הייסען א דבר המעמיד.
לאמיר צייגען די מציאות, הגם עס קומט לכאורה אין דער אשכול וועל איך עס אבער דא שרייבען. עס איז דא א קלאס פון ענזיימס, וואס הייסט RNA polymerase, די תפקיד פון די ענזיימס איז צו איבערשרייבען DNA צו RNA, שפעטער ווערט די RNA איבערגעטייטש צו פראטיען. איינער פון די נפלאות הבורא ווען עס קומט צו DNA, איז, אז RNA פאלימערייס קען זיך נישט סתם אזוי אנכאפן אין DNA און אנפאנגען שרייבען RNA, נאר ער מוז זיך אנכאפען אין א געוויסע שטיקעל DNA. די שטיקעל DNA, הייסט א פראמאטער, דער פראמאטער קען זיין אפען אדער צוגעדעקט, געוואנדען אין געוויסע מצבים פון די סעל. פארשטייט זיך אז ווען די פראמאטער איז צוגעדעקט, קען די פאלימערייס נישט זיך אנכאפען אין די DNA, און ער קען נישט שרייבען קיין RNA, מילא קען נישט ווערען קיין פראטיען. די מעלה דערפון איז, אז די גוף קען קאנטרילערן וועלעכע פראטיען זאל געמאכט ווערען אין וועלעכע צייט, און אז יעדער פראטיען זאל נאר געמאכט ווערען בעתה ובזמנה.
לעניננו זעט אויס אז די פראמאטער פון די אושען פאוט איז וויינגער צוגעדעקט, ווי די נאטוליכע פראמאטער מילא טוישט מען די פראמאטער, אזוי אז די RNA זאל מער געליינעט ווערען און אזוי זאל זיין מער פון די פראטיען. וואס איז דער פראטיען וואס ווערט געמאכט? דאס איז א growth hormone, וואס טוהט דער הארמאון? אנדערש ווי געהעריגע פראטיען, זענען הארמאונס נישט געמאכט צו טוען א תפקיד אין דער גוף, אנשטאט דעם איז ער געמאכט צו שיקען א מעססידזש צו אן אנדער פלאץ אין דער גוף.
אפט מאל, ווען איין סעל שפירט אז עס פעלט א געוויסע פראטיען אין דער גוף, אדער אז עס איז געקומען דער צייט צו מאכן נאך פון א געוויסע פראטיען מאיזה סיבה שיהיה, אבער די פראטיען ווערט געמאכט דורך א צווייטע סעל, וועט די סעל מאכן א הארמאון, די הארמאון וועט געשיקט ווערן צום צווייטען סעל, און דארט אויפדעקען די פראמאטער פון דער gene וואס מאכט דער פראטיען, און אזוי ארום וועט יענער סעל אנהייבען צו מאכן די פראטיען וואס די ערשטע סעל האט געשפירט אז די גוף דארף.
לעניננו איז אזוי, א פראמאטער וואס קומט פון א טריפ'נעם פיש, דינט אלץ הענטעל פאר RNA פאלימערייס, וואס דער RNA פאלימערייס גייט מאכן א הארמאון, וואס דער הארמאון וועט אויף דעקען א פראמאטער, וואס יענער פראמאטער גייט דינען אלץ אן הענטעל פאר א צווייטער פאלימערייס, וואס יענער וועט מאכן פראטיען, וואס די פראטיענס גייען מאכן נייע צעלען.
לענ"ד זעה איך נישט אז דאס זאל הייסען א מעמיד. וכל זה לא להלכה ולא למעשה, רק לבירור מציאות.
Re: סעלמאן פיש שערורי'
אויב שפיעלט מען זיך ארום מיט די סעלס וואס שטערן פון וואקסן שנעל,
אפשר קען דאס גורם זיין יענע מעשה?
אפשר איז כדאי צו ווארטן איינס אדער צוויי זשענערעישן'ס צו זעהן אלע סטאדיס וואס וועלן געמאכט ווערן?