יום הולדת, מקורות, הליכות והנהגות, סגולת היום ומעלתו

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם אזוי »

אין וויזניץ [כנראה גענומען פון רוזין, הצמח צדיק מוויזניצא זי"ע היה חתן מרן קדוש ישראל זי"ע] האט מען אויך געמאכט א שטיקל עסק דערפון, הרה"צ רבי מנחם מאנדרער מקאסוב י-ם זצ"ל פארציילט ווי פאלגענד: יעדעס יאר ט"ו כסליו (הוא יום הולדת של האמרי חיים מוויזניץ זצ"ל) פלעג מיר אונז צוגיין צום רבי'ן די אמרי חיים זצ"ל און אים בעטן אז אונז ווילן טרינקן מיט אים לחיים לכבוד'ן יום הולדת, און ער פלעגט אונז יעדעס יאר פארציילן אז ביים יום הולדת פון הרה"ק מצאנז זי"ע איז אויך אזוי געווען אז ביי זיין יום הולדת האבן די חסידים אים געבעטן צו טרינקען לחיים און די צאנז'ער רב האט זיי געענטפערט "וואלט ווען נישט בעסער געווען ווען א שטיין ווערט געבוירן אנשטאטס מיר?..", [איין מאל איז אויך דארט געווען הרה"ח רבי דוד לייב שווארץ זצ"ל [המאסף צדקה המפורסם] האט דער אמרי חיים זיך צו אים ארומגעדרייט און געפרעגט 'ווען איז דיין יום הולדת?' האט ער געזאגט ב' תמוז, האט די אמרי חיים געזאגט פארן ציבור "ב' תמוז זאלט עטץ גיין בעטן אים לחיים".

אגב, אימרא הנ"ל פון הרה"ק מצאנז זי"ע האט אויך פארציילט האדמו"ר הדברי אמונה מתולדות אהרן זצ"ל, און פלעגט צולייגן דערצו די מימרא פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע עה"כ אצל דגל מחנה ראובן "ושניים יסעו" שניים מלשון שנים, "די יארן פארן". (הובא בספר תורה ואמונה)

ובנוגע די יום הולדת פון הרה"ק מצאנז זי"ע, די פונקטליכע טאג איז נישט באקאנט נאר אזויפיל אז ער איז געבוירן אין שנת תקנ"ז, (ראה בקונטרס שלשה שריגים, שריג ג' עמ' שכ"ה, מרשימת הגה"צ מהרשי"ש מציעשנוב זצ"ל הנוגעים לתולדותיהם של צדיקים רבותיה"ק מצאנז ומשינאווא זי"ע, נדפס בסוף ספר פי צדיק). ואשר על כן איז דא מפקפקים אויף די גאנצע אויבערשטע מעשה, ווייל אויב וואלטן די חסידים זיינע געוואוסט זיין יום הולדת וואלט מען עס אויך היינט געוואוסט ווייל ס'וואלט מן הסתם געווען ערגעצוואו פארשריבן.
אזויפיל געפונען מיר יא -יום הולדת בצל צדיקי צאנז- אז דער הייליגע שינאווא רב זי"ע איז איינמאל געווען אויף א שבת אינאיינעם מיט הרה"ק מהר"י מבעלזא זי"ע (רבים אומרים שהיה זה בעת שעשה קשר שידוכין לבנו הרה"ק מציעשינוב זי"ע לבתו של הרה"ק מבעלזא זי"ע והרה"ק מבעלזא בא לשינאווא לשמחת התנאים, אך הרבה מפקפקים על זה ומראים מקומות אחרים בה אירע עובדא זו), ערב שבת בעפאר מנחה האט די גבאי פון בעלזער רב געלייגט די סידור פון בעלזער רב ביים עמוד, ווען די שינאווא רב איז אריינגעקומען צום דאווענען און באמערקט די סידור האט ער געפרעגט וועמען'ס סידור איז דאס, האט די גבאי געזאגט אז ס'איז די בעלזער רב'ס, האט דער שינאווא רב געזאגט היות היינט איז מיין יום הולדת וויל איך דאווענען פארן עמוד.
אפשר דו מעשה האט "גדול מרבן" געמיינט שרייבנדיג:
גדול מרבן האט געשריבן: דער שינעוואר רב זי"ע פלעגט עולה זיין טאמיר ס'איז געווען יום הקריאה, און אז נישט איז ער געווען בעל תפילה.
כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתב ולשון »

אינעם יום הולדת קען מען זיך אויסבעטן אלעס גוטס!
(ספרן של צדיקים)
אטעטשמענטס
untitled.JPG
כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתב ולשון »

זיך מזכיר זיין מיט א קוויטל ביי א צדיק אינעם יום הולדת
(ספרן של צדיקים)
אטעטשמענטס
untitled1.JPG
בשום אופן
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 15, 2015 9:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשום אופן »

ווייסט איינער צוזאגען איבער א ערבי נחל בענין יום הולדת העשרים???? נא!!! כתב ולשון ברענג עפעס אן העתקה
כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתב ולשון »

ערבי נחל פרשת שמיני
(רעכטע קאלום גאנץ אויבן)

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 270&hilite
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

הרב בערלאנד פראוועט יום הולדת.
אטעטשמענטס
orig_e29c612055d14d918f135c9a10d2cd8a.jpg
orig_bf519084b97a436ca8a1585b4fa02c7d.jpg
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע:אין פליגער

בערלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעוולער »

וואו איז דאס?
אלעס איז געשריבן אויף ענגליש.

וואו גייט ער דערמיט?

העפפי בירסדעי טו...
סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם אזוי »

כאפצעם!!!!
ער דרייט זיך טאקע אזוי פראנק און פריי??
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5400
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: הרב בערלאנד פראוועט יום הולדת.


כא כא כא

דאס איז פיין

ואם בארזים נפלה שלהבת של העפי בורדעי פארטי'ס מה יענה אזובי קיר....
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

נישט ער הייסט 'ארז', דאס איז העלבראנדס נאמען
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

יום הולדת ה'ל"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

איז דא עפעס א גרעסער ענין ביים זעקס און דרייסיגסטער יום הולדת?

כ'האב אמאל געהערט אז דאס איז א שמחה מיוחדת ווייל ס'איז אריבער מער פון האלב פון "ימי שנותינו בהם שבעים שנה", וואס דאס ווערט נחשב ווי רוב, און מ'פרייט זייך אז רוב יארן זענען דורך געזונט און ערליך.

עני ידיעות?

#מיין חבר וויל וויסן...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
ר' יענקי
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 28, 2016 8:13 am
לאקאציע:צו דיין רעכטע האנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יענקי »

גדול מרבן האט געשריבן: דער מנח"א שרייבט: והנה יום הולדת אצל בני ישראל לא שמענו מרבותינו ואבותינו הקדושים זי"ע לעשות כן יום שמחות ביום תולדותם, והטעם הפשוט נראה מרוב ענותנותם כי אמרו חז"ל (עירובין יג, ב) נח לו לאדם שלא נברא יותר משנברא, על כן לשמחה מה זו עושה ביום ההוא, כיון שטוב היה אם לא היה נברא ונולד וכו' עיי"ש


איין זאך איז כולה עלמא מודה! אז מברויך דאנקען דעם אייבערשטן אויף נאך א יאר וואס ער האט געגעבן ברוב רחמיו! צו מזאל ברענגען א קעיק מיט לעכט על זה יש לידון, אבער להודות על כל נשימה ונשימה, כבר כתב הראשונים כי תכלית הבריאה שנודה לפניו ית"ש.
אויב דאכט זיך דיר אז דו ביזט דערווייטערט פונעם רבש"ע, עפן בלויז דיינע אויגן וועסטו זען אז דו האסט געלעבט און א טעות!!
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

ר' יענקי האט געשריבן:
גדול מרבן האט געשריבן: דער מנח"א שרייבט: והנה יום הולדת אצל בני ישראל לא שמענו מרבותינו ואבותינו הקדושים זי"ע לעשות כן יום שמחות ביום תולדותם, והטעם הפשוט נראה מרוב ענותנותם כי אמרו חז"ל (עירובין יג, ב) נח לו לאדם שלא נברא יותר משנברא, על כן לשמחה מה זו עושה ביום ההוא, כיון שטוב היה אם לא היה נברא ונולד וכו' עיי"ש


איין זאך איז כולה עלמא מודה! אז מברויך דאנקען דעם אייבערשטן אויף נאך א יאר וואס ער האט געגעבן ברוב רחמיו! צו מזאל ברענגען א קעיק מיט לעכט על זה יש לידון, אבער להודות על כל נשימה ונשימה, כבר כתב הראשונים כי תכלית הבריאה שנודה לפניו ית"ש.

ווי אויך באוויינען אז נאך א יאר אין לעבן איז א דורך אין מען האט עס נישט אויסגעניצט דבעי [פארשטייט זיך נאר אויב מען האט טאקע נישט]
ומעשה מר' אליעזר לעוו מאוהעל עם רבו הערוגות הבושם שסיפר מרבו הכתב סופר יוכיח
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2919
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: נו, עקסטערע אשכול אלערט!!

"בני אתה, אני היום ילדתיך, שאל ממני ואתנה", האבעך אמאל געהערט איז א רמז, צו קענען פוילען אין א געבורטס טאג.

דאס איז א מדרש! אין דארט שטייט אז עס גייט ארויף אויף די יום הולדת הי"ג - בר מצוה
דאס וואס מ'האט געשריבען וועגען רוזין, איז דווקא גיווען ביי די רבי'ס והוא הדין בטאלנא
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

סתם אזוי האט געשריבן: אין וויזניץ [כנראה גענומען פון רוזין, הצמח צדיק מוויזניצא זי"ע היה חתן מרן קדוש ישראל זי"ע] האט מען אויך געמאכט א שטיקל עסק דערפון, הרה"צ רבי מנחם מאנדרער מקאסוב י-ם זצ"ל פארציילט ווי פאלגענד: יעדעס יאר ט"ו כסליו (הוא יום הולדת של האמרי חיים מוויזניץ זצ"ל) פלעג מיר אונז צוגיין צום רבי'ן די אמרי חיים זצ"ל און אים בעטן אז אונז ווילן טרינקן מיט אים לחיים לכבוד'ן יום הולדת, און ער פלעגט אונז יעדעס יאר פארציילן אז ביים יום הולדת פון הרה"ק מצאנז זי"ע איז אויך אזוי געווען אז ביי זיין יום הולדת האבן די חסידים אים געבעטן צו טרינקען לחיים און די צאנז'ער רב האט זיי געענטפערט "וואלט ווען נישט בעסער געווען ווען א שטיין ווערט געבוירן אנשטאטס מיר?..", [איין מאל איז אויך דארט געווען הרה"ח רבי דוד לייב שווארץ זצ"ל [המאסף צדקה המפורסם] האט דער אמרי חיים זיך צו אים ארומגעדרייט און געפרעגט 'ווען איז דיין יום הולדת?' האט ער געזאגט ב' תמוז, האט די אמרי חיים געזאגט פארן ציבור "ב' תמוז זאלט עטץ גיין בעטן אים לחיים".

אגב, אימרא הנ"ל פון הרה"ק מצאנז זי"ע האט אויך פארציילט האדמו"ר הדברי אמונה מתולדות אהרן זצ"ל, און פלעגט צולייגן דערצו די מימרא פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע עה"כ אצל דגל מחנה ראובן "ושניים יסעו" שניים מלשון שנים, "די יארן פארן". (הובא בספר תורה ואמונה)

ובנוגע די יום הולדת פון הרה"ק מצאנז זי"ע, די פונקטליכע טאג איז נישט באקאנט נאר אזויפיל אז ער איז געבוירן אין שנת תקנ"ז, (ראה בקונטרס שלשה שריגים, שריג ג' עמ' שכ"ה, מרשימת הגה"צ מהרשי"ש מציעשנוב זצ"ל הנוגעים לתולדותיהם של צדיקים רבותיה"ק מצאנז ומשינאווא זי"ע, נדפס בסוף ספר פי צדיק). ואשר על כן איז דא מפקפקים אויף די גאנצע אויבערשטע מעשה, ווייל אויב וואלטן די חסידים זיינע געוואוסט זיין יום הולדת וואלט מען עס אויך היינט געוואוסט ווייל ס'וואלט מן הסתם געווען ערגעצוואו פארשריבן.
אזויפיל געפונען מיר יא -יום הולדת בצל צדיקי צאנז- אז דער הייליגע שינאווא רב זי"ע איז איינמאל געווען אויף א שבת אינאיינעם מיט הרה"ק מהר"י מבעלזא זי"ע (רבים אומרים שהיה זה בעת שעשה קשר שידוכין לבנו הרה"ק מציעשינוב זי"ע לבתו של הרה"ק מבעלזא זי"ע והרה"ק מבעלזא בא לשינאווא לשמחת התנאים, אך הרבה מפקפקים על זה ומראים מקומות אחרים בה אירע עובדא זו), ערב שבת בעפאר מנחה האט די גבאי פון בעלזער רב געלייגט די סידור פון בעלזער רב ביים עמוד, ווען די שינאווא רב איז אריינגעקומען צום דאווענען און באמערקט די סידור האט ער געפרעגט וועמען'ס סידור איז דאס, האט די גבאי געזאגט אז ס'איז די בעלזער רב'ס, האט דער שינאווא רב געזאגט היות היינט איז מיין יום הולדת וויל איך דאווענען פארן עמוד.
אפשר דו מעשה האט "גדול מרבן" געמיינט שרייבנדיג:
גדול מרבן האט געשריבן: דער שינעוואר רב זי"ע פלעגט עולה זיין טאמיר ס'איז געווען יום הקריאה, און אז נישט איז ער געווען בעל תפילה.


אינטערעסאנט, אמאל האט ר' יענקעלע זצ"ל אין א שמועס איבער דעם ענין איבער וואו מ'האט יא און ווי נישט געמאכט דערפון אן עסק, האט ער דאן געזאגט לגביי זיך אליין, ווען ס'געפאלט מיין יום יולדת שטעל איך תיקון אין ביהמ"ד און איך מאך זיכער אז אידן זאלן מיר וואונטשן לחיים, איך דערצייל זיי נישט פארוואס ס'איז די לחיים, אבער איך מאך זיכער אז אידן זאלן מיר וואונטשן לחיים
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
שפרו מעשיכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפרו מעשיכם »

ביז 120
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36822
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נא_שכל האט געשריבן: איז דא עפעס א גרעסער ענין ביים זעקס און דרייסיגסטער יום הולדת?

כ'האב אמאל געהערט אז דאס איז א שמחה מיוחדת ווייל ס'איז אריבער מער פון האלב פון "ימי שנותינו בהם שבעים שנה", וואס דאס ווערט נחשב ווי רוב, און מ'פרייט זייך אז רוב יארן זענען דורך געזונט און ערליך.


רנת דודים האט געשריבן: צריך לההפלל אל קונו ואם חטא ישוב כי לא ידע מתי יבא יומו
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי משה »

סתם אזוי האט געשריבן: ובנוגע די יום הולדת פון הרה"ק מצאנז זי"ע, די פונקטליכע טאג איז נישט באקאנט נאר אזויפיל אז ער איז געבוירן אין שנת תקנ"ז, (ראה בקונטרס שלשה שריגים, שריג ג' עמ' שכ"ה, מרשימת הגה"צ מהרשי"ש מציעשנוב זצ"ל הנוגעים לתולדותיהם של צדיקים רבותיה"ק מצאנז ומשינאווא זי"ע, נדפס בסוף ספר פי צדיק). ואשר על כן איז דא מפקפקים אויף די גאנצע אויבערשטע מעשה, ווייל אויב וואלטן די חסידים זיינע געוואוסט זיין יום הולדת וואלט מען עס אויך היינט געוואוסט ווייל ס'וואלט מן הסתם געווען ערגעצוואו פארשריבן.



דאס וואס איר שרייבט אז סאיז קלאר אז די הייליגע צאנזער רב זי"ע איז געבוירן בשנת תקנ"ז איז אויך נישט לכל הדיעות, יש אומרים שנולד בשנת תקנ"ד, ווייל דער ד"ח האט אמאהל געזאגט ווי אלט ער איז, והיה אז פלוגתא בין החסידים אם חישב שלוש שנים הראשונים שאז הוא עפ"י אריז"ל שליש שנים יהיו ערלים, ולא נחשב לשנותיו
שפרו מעשיכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפרו מעשיכם »

רבי משה האט געשריבן: דאס וואס איר שרייבט אז סאיז קלאר אז די הייליגע צאנזער רב זי"ע איז געבוירן בשנת תקנ"ז איז אויך נישט לכל הדיעות, יש אומרים שנולד בשנת תקנ"ד, ווייל דער ד"ח האט אמאהל געזאגט ווי אלט ער איז, והיה אז פלוגתא בין החסידים אם חישב שלוש שנים הראשונים שאז הוא עפ"י אריז"ל שליש שנים יהיו ערלים, ולא נחשב לשנותיו


דאכט זיך אז די ספק איז געווען תקנ"ג אדער תקנ"ז, נישט תקנ"ד.
וכבר הוברר כמעט בוודאות שנולד בשנת תקנ"ז, וויבאלד ער האט געהייסן נאך זיין זיידע הג"ר חיים אב"ד פודקאמין זצ"ל שנסתלק בשנת תקנ"ד.
רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי משה »

די ספק איז, צו ער איז אלט געוועהן 79 אדער 82. לפי זה איז אדער נ"ד אדער נ"ז
שפרו מעשיכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפרו מעשיכם »

רבי משה האט געשריבן: די ספק איז, צו ער איז אלט געוועהן 79 אדער 82. לפי זה איז אדער נ"ד אדער נ"ז


איר זענט לכאורה נישט גערעכט
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

רבי משה האט געשריבן:
סתם אזוי האט געשריבן: ובנוגע די יום הולדת פון הרה"ק מצאנז זי"ע, די פונקטליכע טאג איז נישט באקאנט נאר אזויפיל אז ער איז געבוירן אין שנת תקנ"ז, (ראה בקונטרס שלשה שריגים, שריג ג' עמ' שכ"ה, מרשימת הגה"צ מהרשי"ש מציעשנוב זצ"ל הנוגעים לתולדותיהם של צדיקים רבותיה"ק מצאנז ומשינאווא זי"ע, נדפס בסוף ספר פי צדיק). ואשר על כן איז דא מפקפקים אויף די גאנצע אויבערשטע מעשה, ווייל אויב וואלטן די חסידים זיינע געוואוסט זיין יום הולדת וואלט מען עס אויך היינט געוואוסט ווייל ס'וואלט מן הסתם געווען ערגעצוואו פארשריבן.



דאס וואס איר שרייבט אז סאיז קלאר אז די הייליגע צאנזער רב זי"ע איז געבוירן בשנת תקנ"ז איז אויך נישט לכל הדיעות, יש אומרים שנולד בשנת תקנ"ד, ווייל דער ד"ח האט אמאהל געזאגט ווי אלט ער איז, והיה אז פלוגתא בין החסידים אם חישב שלוש שנים הראשונים שאז הוא עפ"י אריז"ל שליש שנים יהיו ערלים, ולא נחשב לשנותיו

דער הייליגער שיניאווער רב זי"ע האט געהאלטן שנת תרס"ו פאר א גרויסע שנת פקידה. איינס פון זיינע ראיות דערויף איז געווען אז ווען הגביר ר' יעקב פיש זצ"ל האט געזאגט פאר זיין הייליגן טאטן דער דברי חיים זי"ע אז ער איז הונדערט און ניין יאר אלט (ער האט געהאט א ברכה פון בעשטה"ק צו לעבן ווי לאנג ער וויל ואכמ"ל) האט ער געזאגט ווען איך זאל דערלעבן דעם עלטער וואלט איך דערלעבט די גאולה, האט דער שיניאווער רב געזאגט אז דער טאטע איז דאך געבוירן תקנ"ז, און פון דאן הונדערט און ניין יאר איז תרס"ו. ער האט געזאגט הגם מיינע ברידער (די הייליגע צאנזער קינדער) האלטן אז דער טאטע איז געבוירן תקנ"ג, אבער יאך ווייס בעסער.

מיט עטליכע יאר צוריק איז ארויסגעקומען א קונטרס דורך תלמידי ישיבה גדולה סאטמאר וומ"ס לכבוד א חתונה בהחצר ווי זיי שרייבן אז דער הייליגער דברי חיים איז געבוירן י"ז אייר, ס'איז פאר מיר געווען דאס ערשטע מאל צו זען א יום הולדת פון צאנזער רב זי"ע.

איז מיר אבער א שטיקל פלא, ידוע וואס צדיקים האבן געזאגט אויפן הייליגן ראפשיצער רב וזרח השמש ובא השמש ווייל ער איז געבוירן ביום א' דשבועות תק"כ יום ההסתלקות פון בעשטה"ק זי"ע. דער דברי חיים איז געווען זייער פארקאכט אינעם הייליגן נודע ביהודה זי"ע כנודע למשגב ואכמ"ל, לויט די שיטה אז ער איז געבוירן תקנ"ג איז דאך י"ז אייר געווען די הסתלקות פון נודע ביהודה, פארוואס האט מען קיינמאל נישט געהערט עפעס ענליכס.

(אגב, דערציילט פאיער רב זצ"ל אז ער האט אמאל געזאגט פאר מרן מסאטמאר זי"ע איבער א פסק פון נודע ביהודה אז דער הייליגער ישמח משה זי"ע פסק'ענט אנדערש אין השיב משה, האט דער רבי געזאגט אז ער ווייסט דערפון, אבער א פוסק איז דער נודע ביהודה געווען און קריגן אויפן נודע ביהודה קען נאר דער דברי חיים אדער דער חתם סופר. היינט נאכט איז די הילולא קדישא פון הייליגן חתם סופר און פון הייליגן קדושת לוי, זי"ע).

ר' יאנקעלע מפשעווארסק זי"ע האט דערציילט אז דער שיניאווער רב האט זיך אויפגעטון אז דער הייליגער חוזה האט אים נאך געליינט אין קוויטל הגם ער איז געבוירן נאכן הסתלקות אבער דער טאטע האט מזכיר געווען אין קוויטל די מאמע וכו' (ער איז געבוירן חורף תקע"ו, נאכן הסתלקות פונעם הייליגן לובלינער תשעה באב תקע"ה).

פון די ספרי התולדות אויפן דברי חיים זעהט נישט אויס אז ער האט שפעט חתונה געהאט און אויך נישט אז דער בכור דער שיניאווער רב איז שפעט געבוירן, איז ענדערש מסתבר אז תקע"ו איז דער הייליגער צאנזער רב געווען ניינצן יאר ווי איידער דריי און צוואנציג יאר, קלער איך אז ס'איז א באווייז אויף די גירסא פון תקנ"ז. זכותם יגן עלינו.
רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי משה »

כפי מיטיב ידיעתי איז די שאלה אויף ג' שנים ראשונים, איז דאך נ"ג זיכער נישט, וזהו תשובה נכונה למה לא אמרו וזרח השמש...
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

נ"ד זיכער נישט, די חילוקי דיעות איז צו נ"ג אדער נ"ז.
רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי משה »

חאצקל פרייליך האט געשריבן: נ"ד זיכער נישט, די חילוקי דיעות איז צו נ"ג אדער נ"ז.


המוציא מחבירו עליו הראיה
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”