שכונת ויואל משה - קרית יואל יצ"ו
ווי עס איז שוין היינט ברייט באקאנט הערשט אין די חסידישע גאס א שטארקע דירות קריזיס אין אלע באוואונטע געגנטן, א קריזיס וואס האט שוין געפירט צו אסטראנאמישע דירות פרייזן און פרעצעדענטלאזע אומשטענדן אונטער וועלכע היימישע אידן וואונען אין גרעיטער ניו יורק.
די שטאט קרית יואל איז מיום הווסדה בשנת תשל"ד געווען א ווענדפונקט פאר סאטמארער משפחות פון אומעטום וועלכע האבן געזוכט צוגענגליכע דירות מיט הרחבת הדעת, אבער מיט די נאטורליכע וואוקס פון די אריבער פערציג יאר פון איר עקזיסטענץ, אינאיינעם מיט די אלגעמיינע דירות קריזיס איבעראל האט עס געפירט אז אויך קרית יואל איז געווארן קליין, און דער פלייץ פון דירות האט זיך פארלאנגזאמט און כמעט גענצליך אפגעשטעלט פירנדיג צו א יקרות השער וואס קיינער וואלט נישט געגלייבט מיט בלויז צעהן יאר צוריק.
די פראבלעם אין קרית יואל באשטייט בעיקר פון דעם וואס אלע ליידיגע שטחים ארום קרית יואל זענען לעת עתה נישט אין די גבולי הקדושה פונעם ווילעדזש נאר געפונען זיך אונטער די יוריסדיקציע פון די דרויסנדיגע טאונס און ווילעדזשעס, וועלכע זענען נישט גרייט צו לאזן אנטוויקלען די שטחים לויט די היימישע געברויכן פון מערערע גרעסערע דירות געבויעט מיט סיידוואלקס, בתי מדרשות, מקוואות און אנדערע רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע צוגעהערן. אין די יעצטיגע צייט איז פארהאן אן אנגייענדע אנעקסעישאן פראצעדור מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה, אבער ליידער ווערט עס דערווייל אפגעהאלטן אין די געריכטן דורך די קעמפערישע שכנים וועלכע קוקן אויף חסידישע אידן מיט א שלעכט אויג ואכמ"ל.
איין איינציגע מאנומענטאלע שטח איז נאך יא פארבליבן אין די גרעניצן פון קרית יואל, דאס איז דער שטח וואס איז היינט באקאנט מיט איר צויבער-נאמען "בויער'ס לאט". דער שטח אנטהאלט איבער זיבעציג אקער לאנד און געפונט זיך ביים עק פון די שטאט, ביים ווינקל פון בעיקרטאון ראוד און קאונטי רוט 105, עס ציעט זיך פון אקעגן איבער די פאליציי סטאנציע אויף נינינזשער ראוד, ביז אקעגן איבער די גרויסע קאמיוטער פארק-נ-רייד שטח נעבן די ביזנעס צענטער, און אריין כמעט ביז צו די בני יואל קהלה שטחים אויף רוט 105.
דער שטח האט ביז היינט כ"ו אב תשע"ו יודה"ל פונעם הייליגען מייסד העיר זי"ע באלאנגט פאר הרבני הנגיד ר' גבריאל בויער הי"ו פון מאונט קיסקא, ער האט די שטח באקומען פון די אריגינעלע הנהלת קרית יואל/ועד הקריה באקאנט אלס מאונפילד האומס אונטער די פירערשאפט פון הרה"ח ר' משה פר"מ (מאנרא) הי"ו, אלס אפצאל פאר א ריזיגע הלוואה וואס ר' גבריאל האט געבארגט ביים אפקויפן די שטאט קרית יואל בחיי מרן ז"ל.
ר' גבריאל האט דורכאויס די אלע יארן נישט געהאט קיין פלאן צו אנטוויקלען דעם באדן, ובפרט ווען ביז פאר עטליכע יאר צוריק האט נישט אויסגעזען אז עס זאל אפי' זיין א געברויך פאר דעם שטח, אבער די לעצטע יארן מיטן מאנגל אין קראפט האבן שמועות פורחות באויר אנגעהויבן צו צירקולירן אז מערערע שפעקולאנטן פרובירן צו לייגן א האנט אויף דעם גיגאנטישען שטח, זעענדיג דערין א גאלדענע געלעגנהייט.
היינט כ"ו אב איז ווי דערמאנט אריינגעקומען די בשורה טובה, אז עס איז ענדגילטיג געלונגען פאר הרבני הנגיד רודצו"ח ר' עקיבא הערש קליין הי"ו פון קרית יואל, צו שרייבן קאנטראקט מיט ר' גבריאל און אנהייבן פלענער צו אנטוויקלען דעם ריזן באדן אלס די נייע "שכונת ויואל משה ד'קרית יואל" מיט קרוב צו צוויי טויזנט דירות און אלע צוגעהערן וואס אזא מאכטפולע שכונה פארלאנגט.
אין א באזונדערע נאטיץ ווערט געמאלדן אז דער נייער בעה"ב ר' עקיבא הערש הי"ו האט זיך פארפליכטעט פאר'ן סאטמארער רבי'ן שליט"א דער מרא דאתרא, אז די דירות וועלן ווערן פארקויפט פאר די פרייזן וואס דער בית דין צדק ארבייט די טעג אויס אלס קביעת שער הדירות, וואס דאס באדייט אויטאמאטיש אז אויב קומען צו צוויי טויזנט דירות פאר אונטער צוויי הונדערט דאלאר פער סק. פיס, וועט דאס מחייב זיין אלע אנדערע מוכרים זיך צו האלטן צו די תקנות וקבעית השער כפי אשר יושת בקרוב.
יום בשורה הוא, די נייעס האט געברענגט א פלייץ פון האפענונג און פרייד פאר חסידישע אידן בכלל וחסידי סאטמאר בפרט און איז באלד געווארן דאס געשפרעך פון די נאכט איבעראל.
מער דעטאלן איבער די גענויע פלענער און טיימליין וועט נאכפאלגן ווי נאר זיי וועלן פארעפנטליכט ווערן.
כי עתה הרחיב ה' לנו ופרינו בארץ