הלכות אינקאם טעקס
אויך רעד איך שטענדיג פון married filing jointly, טייטש מאן און פרוי וואס פיילען צוזאמען, און אויך נישט דיסעיבעלד ח"ו, ווייל אויב די 2 זאכן זענען אנדערש, טוישט זיך די נומערן. אויך רעד איך פון 2016. יעדע יאר קען זיין אנדערש. (למשל סטענדערד דידאקשען איז $100 מער דאס יאר)
א. קודם דארף מען וויסן אז פאר די ערשטע $18550 אינקאם דארף מען אראפגעבן 10% טעקס, אויסער סטעיט און לאקעל טעקס. אבער דא קומט אריין אין בילד 2 זאכן: exemptions and deductions. זיי טוען די זעלבע זאך, נעמליך: זיי רעדוצירען די אינקאם כאילו עס וואלט נישט געווען. דהיינו, exemptions געט $4050 פאר יעדע נפש אין די משפחה וואס מען ברויך נישט טאקסירן. למשל א משפחה מיט 4 קינדער, איז די ערשטע $24300 פטור פון טעקס, און נאר פון דארט און ווייטער איז taxable income.
ב. נאכדעם קומט אריין אין בילד deductions, דאס הייסט אינקאם וואס מען אראפגעכענען פאר וויכטיגע אויסגאבען, וואס אויף דעם איז מען פטור פון טעקס. יעצט ביי דעם איז דא 2 אופנים וואס מען קען זיך וועלן: אדער קען מען וועלן די standard deduction דאס מיינט א פיקסט סומע וואס די רעגירונג האלט אז מען מוז האבן פאר די מינימום. דאס איז $12600. אדער קען מען אריינלייגן Itemized deductions דאס הייסט יעדע בארעכטיגטע דידאקשען עקסטער, וואס דאס איז נוצבאר אויב מען האט מער ווי די $12600. די מערסט קאממאן דידאקשענס זענען: Home Mortgage Interest, טעקס וואס מען האט באצאלט פאר די סטעיט און לאקאל, צדקה, און נאך. דערנאך זענען דא דידאקשענס וואס מען קען נוצן "בנוסף" צו די סטענדערד דידאקשען, איינע פון די איז געלט וואס מען לייגט אין א ריטייערמענט פלען (אבער עס ווערט טאקסירט ווען מען נעמט עס ארויס).
עכ"פ די מערסטע נוגע איז די סטענדערד דידאקשען, וואס לפי"ז א קאפל אהן קינדער וואס פארדינט ביז $20700 הייבט זיך בכלל נישט אהן טעקס, און מיט יעדע קינד קען מען צולייגן $4050. פון דארט און ווייטער הייבט זיך אהן די ערשטע "ברעקעט" פון 10 % טעקס אויף די ערשטע $18550.
קומט אויס אז איינער וואס פארדינט ווייניגער ווי דעם ($20700 + $4050 פאר יעדע קינד) איז בכלל נישט נוגע קיין דידאקשענס און עס וועט גארנישט אויסמאכן. ווייל דידאקשענס קענען נאר אראפנעמען פון די חיוב טעקס, נישט מוסיף זיין.
ג. דא קומט אריין אין בילד "קרעדיטס". דאס איז וואס מאכט אייך אזוי שטארק ארויסקוקן אויפן לאנג ערווארטע טעקס ריטוירן. אנדערש ווי דידאקשענס, איז קרעדיטס גערעכענט ווי כאילו געלט וואס דו האסט געצאלט פאר טעקס. ממילא קען עס אדער אראפגעכענען פון די חיוב טעקס, אדער אויב ביזט סיי ווי נישט מחיוב טעקס קומט זיך דיך א ריפאנד! ווייל עס איז דאך כאילו האסט באצאלט.
אט זענען די עיקר קרעדיטס וואס איז נוגע פאר אונז:
Earned income credit. די מקסימום איז $6269 , און עס ווענד זיך וויפיל קינדער מען האט (0-3) און וויפיל מען פארדינט.
Child tax credit, מען קען באקומען ביז $1000 פאר יעדע קינד, געוואנדען אין די אינקאם.
Child care credit, דאס איז אויב מען באצאלט פאר קעיר נעמען פון דיינע קינדער(נישט לערנען), מען באקומט צווישן 20 און 35 פראצענט אויף די ערשטע $3000 פאר 1 קינד אדער $6000 פאר 2 אדער מער.
עס איז דא נאך קרעדיטס, אי"ה ביי די נעקסטע געלעגענהייט, איך אייל מיך יעצט.
אויב איר האט הנאה געהאט קענט איר עס ארויסווייזן מיטן לאזן מאכן אייער פערסאנעל אדער ביזנעס טעקס ריטוירן ביי מיר. זייער ביליג. הייבט זיך אהן ביי $50 פאר פערסאנעל, און $300 פאר ביזנעס.
הגם איך בין נישט קיין cpa, אבער איך ארבעט אונטער די דירעקטע אויפזיכט פון א cpa.
זיכט איר איינער צי נעמען charge אויף אייער בינעס פינאנצען? ווארף אן אישי.
One hour consultation free