דריי אידאך שוין לכו"ע חזקה (הלוואי בלייבסטו דריי.. ח"ו רח"ל עפ"ל), און חזקה על חברים שלא יוצא מתחת ידם דבר מסוכן, דערפאר איז די שמחה אזוי גרויס אז מיר האלטן דא.
שששששש! כ'הער נישט וואס כ'שרייב! ששששש:
מיר האבן דעם כבוד זכי' און פארגעניגוןאייך צו פארשטעלן דעם נייעם קאלעקשן (אין ליכט פון די עלעקשאן) סידי מיטן נאמען, איר הערט גוט:
"הכל טוב"!
ניגונים און לידער וואס זענען פארפאסט געווארן דורכ'ן וועלט בארומטן קאמפאוזער מלחין גראמער שרייבער טייפער בדחן גראמער עקטער (און חזן) בעל תפילה און זינגער, וכו' וגו' וכדומה ועוד לקרא:
בימים ההם בזמן הזה. אונז זעמיר ליידער אינעם גלות המר, און רעות שבעה נפשינו אין יעדן דור. בעטן מיר פונעם כל יכול, אז אזוי ווי אין מצרים האט ער אויסגעשטרעקט זיין גרויסן האנט און ארויסגעשלעפט די אידן פון מצרים, אזוי אויך זאלסטו באשעפער נעמען דיין 'ידו הגדולה' און ארויסנעמען דיין עם סגולה פונעם פינסטערן גלות, ווייל מיר האלטן עס שוין נישט אויס – ביגון כוחי כילה! מ'קען דא הערן די זיסע הארציגע שטימע פונעם ילד הפלא 'דוד לייפער' (שופר, באלד באלד...), וואס אינאיינעם מיט מאטי ברענגען זיי ארויס הערליך און געוואלדיג דעם ניגון. 'ובידו הגדולה יוציא את הסגולה, בעגלה ובזמן קריב ואמרו אמן.
פרק שירה
א לעבעדיגע ניגון וואס ברענגט ארויס די חשיבות פון זאגן פרק שירה און זינגען פארן באשעפער. און ווער עס זינגט אויף דעם וועלט וועט זוכה זיין זינגען לעולם הבא. דער בארומטער זינגער פון א"י מוישי רוזנבערג לייגט אראפ דא מיט זיין זיסע שטימע א 'פרק שירה' ווי ס'דארף צו זיין, באגלייט מיט די קינדער קווייער פון 'פרחי שיר ושבח'.
אני עמך
א הערליכע ווארעמע ניגון אויף הייליגע ווערטער פונעם מדרש רבה, וואס מאטי ברענגט אן אייגנארטיגן טייטש מיטן הערליכן ניגון. עס ברענגט ארויס אז דער באשעפער באגלייט אונז אויף טריט און שריט, ער איז מיט אונז אין יעדן מצב, און וואס מיר גייען נאר אריבער, ליידן צו פריידן, שטייט ער מיט אונז אינאיינעם. דעם ניגון האט מאטי קאמפאוזט און געזינגען פאר די חשוב'ע ארגעניזעישן 'רעים' וואס העלפט אזויפיל אידישע קינדער. באגלייט מיט די בארומטע 'ידידים כאאר', און מיטן זיסן שטימע פון די ילד הפלא 'דאני מענדלאוויטש' פון די אויסגערופענע קינדער פון 'אידיש נחת' – מוישי קרויס.
א שטיקעלע תוספות
א ווארעם הארציגן ניגון אויפן מהלך פון מאטי'ס 'פארשטיין' ניגון, וואס ברענגט נאכאמאל ארויס דעם זעלבן נקודה ביז מיר וועלן עס גוט 'פארשטיין'... די ניגון קומט אונז זאגן, אז אפי' טאמער מיר האבן פיל פראגעס אויפן חשבונו של עולם, און מ'פארשטייט נישט דעם מהלך פונעם בורא, דאך טאר מען נישט און קען מען נישט פרעגן. ווייל ס'נישט שייך צו פארשטיין. קוים וואס א שטיקעלע תוספות פארשטייען מיר...
תהילת ה'
א לעבעדיגע מוזיקאליש'ע ניגון געזינגען דורך דעם בארומטן זינגער מנשה ליכטנשטיין, אויף די ווערטער וואס מ'זאגט לכה"פ דרייי מאל א טאג ביי אשרי: 'תהילת ה' ידבר פי וכו''. די ניגון טייטש אפ די ווערטער פון אלע זייטן, אויף יעדן פאל עקסטער. עס ברענגט ארויס אז איך און יעדער איינער וויל רעדן און לויבן דעם בורא און בענטשן שם קדשו לעולם ועד!
יהיו לרצון
א הארציגע ווארעמע ניגון געזינגען דורך דעם אמאליגן א"י'דיגן ילד הפלא 'ארי רייך'. ווען מ'ענדיגט דעם תפילה פון שמונה עשרה, זאגט מען פארן באשעפער 'יהיו לרצון אמריי פי והגיון ליבי לפניך', יותר ממה שקריתי לפניך כתוב על לוח ליבי, נעם ארויס מיינע געפילן פון הארץ די 'הגיון ליבי' וואס איך האב נישט ארויסגעברענגט מיטן 'אמרי פי' און צוזאמען מיט די ווערטער 'אמרי פי' נעם זיי אן לרחמים ולרצון. און מ'לייגט צו צום בקשה דעם 'עשה למען שמך, עשה למען ימינך, עשה למען תורתך, עשה למען קדושתך'. די ניגון טייטש אפ די'ע פיר לשונות של תפילה, און מ'בעט אז בכל לשון של בקשה זאל ווערן אנגענומען אונזערע אלע סארט תפילות, אויך די 'אמרי פי' און אויך די 'הגיון ליבי'. טאטע זיסער, הער די געשריי וואס טוהט אונז וויי...
נאר מיט שמחה האט געשריבן:
פארן פארטיגן מיטן פתיחה און הקדמה און אריינפיר, לאמיר אפגעבן א באזונדערן דאנק'עלע פאר אונזער באליבטער מיטארבעטער און סטודיו הרב @איינס, פארן זיך אוועקגעבן בלב ובמים ממש פארן סידי, ער איז ממש געבליבן שלאפן נעכט אין סטודיו, נו באמת.. זיך ממש מוסר נפש געווען ס'זאל ארויסקומען א דבר השלום, ווער רעדט נאך פונעם בוקלעט! Wow!!! עפנט'ס עס וועט עט'ץ אליין זעהן.. (מ'דארף כאפן אז ביי די אייוועלט סידי'ס איז די בוקלעט מער כמעט די גאנצע ארבעט...שששששש), און אפי' ער מאכט'צעך אביסל איינס און קליין און שענקט מיר דעם כבוד צו שרייבן מיין נאמען אלץ פראיעקטאר (וואס זאלעך טוהן מיין נאמען איז ר"ת נמ"ש), אבער זאלט איר כאטש וויסן אז ס'קומט'צעך אסאך אסאך קרעדיט פאר איינס'ן! בקיצער:שלי ושלכם של1 היא!
שוין, אשאד צופיל מאריך אף זיין, לאמיר צוגיין צום פוינט, ס'האט'צעך געלוינט, ווערן באקרוינט, מיט דעם הערליכען סידי אשר אנחנו נותנים לפניכם היום אם בקולו תשמעון:
סידאס?! אביסל מאריך אף געווען? ס׳טע מיר ארויסגעשליידערט פון די כלים! א פליינער פאלאנע שקרן און נאך במילתא דעבידי לגאלויע
זיצט א ״נאר״ און לייגט אריין שעות ארוכות על מנת לקבל אפאר סמייליס און שכויעח׳ס אויף אייוועלט, קיין פעני מאכט ער ניט פון דעם, פון זיכן די נגונים דורך שטעלן דעם סדר ביז אפיר קראצן די אינפארמאציע, און דאמאל מיט אזענע שיינע באשרייבעכצער אויף יעדע ניגון עקסטער. און אנע בושה באוואשט מיר ברבים אז איך האב אזויפיל ליידיג צייט אין מיין ביזי סעקדזשול!
און נארמאלע אומשטענדן וואלט איך דיר געפייערט בשן ועין אז סוואלט זיך שוין מער גארניט אזוי געטאנצן (אויב ווילסטו ממשיך זיין זוך א אנדער אוועטאר..)
זאלט עטס נאר וויסן אז דער שמחה איז גארנישט קיין נאר, דאסמאל האט ער דא אהערגעשטעלט איינס (נדנ) און אזעלכעס, איך האב שוין געהערט דעם סידי די לעצטע צוויי וואכן, זאליך אנהייבן שרייבן וואס און ווען? נע, איך האב קיין צייט נישט פאר דעם, לאמיר ענק נאר זאגן די סידי איז כדרושו כפשוטו וכמשמעו ״הכל טוב!״
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!