בת מלך... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #31
רעטעניש פון לעבן געלייזט
פארגאנגען די טעג פון פיין
אילוזיעס בלויזע פון טרייסט
ווען געטרונקען די טייך פון וויין
נישט דא קיין וועג אויף צוריק
שוין פארזוכט פון עץ הדעת
פארברענט איז יעדער בריק
בלויז אויף מיר אליין אין כעס
פון קלעטערן א מידער
א ווייסער פאן איך הייב
די שיף איז אן א רודער
אין ציל שוין נישט איך גלייב.
נישט אלס איז געפינס
די ענטפער צום זוך
שאך-מאט איז נישט מיין ציל
זוכן איז טרעפן אויך אויב איך פארקריך
ווי לאנג איך בין אין שפיל...
דאס בילד ענדליך ערגענצטער
אויף ספק פייערט זיג
הערשט דאן א נייע פענסטער
דער לייב אנטלויפט פון פליג
ווען לעצטער שלאס פארשפארט
געעפנט טירן מיליאן
די שליסל אין ים פאר'צער'ט
דערשטיקט א יאוש טאן
ווען ענטפער ברענגט א פראגע
פתרון ספיקות באשאפט
פון קעמפער שווערער די לאגע
די שלאכט פארלירט איר האפט.
נישט אלס איז געפינס
די ענטפער צום זוך
שאך-מאט איז נישט מיין ציל
זוכן איז טרעפן אויך אויב איך פארקריך
ווי לאנג איך בין אין שפיל...
דו כאפסט מיר ביים קארג
ווען איך פרעג שוין נישט פארוואס
שעפשעסט אין אויער הערשט דאן
אין גאלדענעם בארג
אין פערלנעם שלאס
ס'איז בוודאי יא פארהאן....
(ע'' פ סיפורי מעשיות
מעשה מאבידת בת מלך)
איז דער ארטיקל געשריבן אין 'גראמען' ? דאן רעיט אינעם ערשטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. איז דער ארטיקל 'פאעטיש' געשריבן? דאן רעיט אינעם צווייטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. אויב פעלט פון דעם ארטיקל איינס פון די צוויי אויבנדערמאנטע, דאן מאכט א טשעק ביי "נישט נוגע".