א שטיקעלע רמב"ן

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18083
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

כ'וויל פרובירן אין דעם אשכול, יעדע וואך (בלי נדר והחייבות) דורך צו טוהן א שטיקל רמב"ן אויפ'ן פרשה, פעמים בארוכה ופעמים בקצרה וויפיהל עס וועט גיין בעזהשי"ת.

כ'וואלט געוואלט שרייבן א לענגערע הקדמה, אבער למעשה בינעך נאכנישט אנגעקומען דערצו ועוד חזון למועד.
חוח בין השושנים האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 26, 2022 9:05 pm
עס איז איבערמארגן אין אמעריקע
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18083
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת נח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

די וואך וועלן מיר אדורך טוהן די שיטה פונעם רמב"ן אינעם סדר המבול.

קודם וועלן מיר מסדר זיין די פסוקים וואס דערמאנען די דאטומען פון די פארשדענע פאזעס פונעם מבול.
התחלת המבול (ז, יא)
בִּשְׁנַת שֵׁשׁ מֵאוֹת שָׁנָה לְחַיֵּי נֹחַ בַּחֹדֶשׁ הַשֵּׁנִי בְּשִׁבְעָה עָשָׂר יוֹם לַחֹדֶשׁבַּיּוֹם הַזֶּה נִבְקְעוּ כָּל מַעְיְנוֹת תְּהוֹם רַבָּה וַאֲרֻבֹּת הַשָּׁמַיִם נִפְתָּחוּ:
המשך הגשם (ז, יב)
וַיְהִי הַגֶּשֶׁם עַל הָאָרֶץ אַרְבָּעִים יוֹם וְאַרְבָּעִים לָיְלָה:
תגבורת המים (ז, כד - ח, ג)
וַיִּגְבְּרוּ הַמַּיִם עַל הָאָרֶץ חֲמִשִּׁים וּמְאַת יוֹם:
וַיָּשֻׁבוּ הַמַּיִם מֵעַל הָאָרֶץ הָלוֹךְ וָשׁוֹב וַיַּחְסְרוּ הַמַּיִם מִקְצֵה חֲמִשִּׁים וּמְאַת יוֹם:
מנוחת התיבה (ח, ד)
וַתָּנַח הַתֵּבָה בַּחֹדֶשׁ הַשְּׁבִיעִי בְּשִׁבְעָה עָשָׂר יוֹם לַחֹדֶשׁעַל הָרֵי אֲרָרָט:
ראיית ראשי ההרים (ח, ה)
וְהַמַּיִם הָיוּ הָלוֹךְ וְחָסוֹר עַד הַחֹדֶשׁ הָעֲשִׂירִי בָּעֲשִׂירִי בְּאֶחָד לַחֹדֶשׁנִרְאוּ רָאשֵׁי הֶהָרִים:
שליחת העורב (ח, ו-ז)
וַיְהִי מִקֵּץ אַרְבָּעִים יוֹםוַיִּפְתַּח נֹחַ אֶת חַלּוֹן הַתֵּבָה אֲשֶׁר עָשָׂה: וַיְשַׁלַּח אֶת הָעֹרֵב וַיֵּצֵא יָצוֹא וָשׁוֹב עַד יְבשֶׁת הַמַּיִם מֵעַל הָאָרֶץ:
שליחת היונה א' (ח, ח-ט)
וַיְשַׁלַּח אֶת הַיּוֹנָה מֵאִתּוֹ לִרְאוֹת הֲקַלּוּ הַמַּיִם מֵעַל פְּנֵי הָאֲדָמָה: וְלֹא מָצְאָה הַיּוֹנָה מָנוֹחַ לְכַף רַגְלָהּ וַתָּשָׁב אֵלָיו אֶל הַתֵּבָה כִּי מַיִם עַל פְּנֵי כָל הָאָרֶץ וַיִּשְׁלַח יָדוֹ וַיִּקָּחֶהָ וַיָּבֵא אֹתָהּ אֵלָיו אֶל הַתֵּבָה:
שליחת היונה ב' (ח, י-יא)
וַיָּחֶל עוֹד שִׁבְעַת יָמִים אֲחֵרִיםוַיֹּסֶף שַׁלַּח אֶת הַיּוֹנָה מִן הַתֵּבָה: וַתָּבֹא אֵלָיו הַיּוֹנָה לְעֵת עֶרֶב וְהִנֵּה עֲלֵה זַיִת טָרָף בְּפִיהָ וַיֵּדַע נֹחַ כִּי קַלּוּ הַמַּיִם מֵעַל הָאָרֶץ:
שליחת היונה ג' (ח, יב)
וַיִּיָּחֶל עוֹד שִׁבְעַת יָמִים אֲחֵרִיםוַיְשַׁלַּח אֶת הַיּוֹנָה וְלֹא יָסְפָה שׁוּב אֵלָיו עוֹד:
חרבו פני האדמה (ח, יג)
וַיְהִי בְּאַחַת וְשֵׁשׁ מֵאוֹת שָׁנָה בָּרִאשׁוֹן בְּאֶחָד לַחֹדֶשׁחָרְבוּ הַמַּיִם מֵעַל הָאָרֶץ וַיָּסַר נֹחַ אֶת מִכְסֵה הַתֵּבָה וַיַּרְא וְהִנֵּה חָרְבוּ פְּנֵי הָאֲדָמָה:
יבש הארץ (ח, יד)
וּבַחֹדֶשׁ הַשֵּׁנִי בְּשִׁבְעָה וְעֶשְׂרִים יוֹם לַחֹדֶשׁיָבְשָׁה הָאָרֶץ:

יעצט וועלן מיר צוגיין צום סדר המבול לפי פירוש רש"י.

התחלת המבול, וארבעים ימי הגשם
קודם לגבי די פשוטע דאטום'ס, ווען דער מבול האט זיך אנגעהויבן און געענדיגט, ברענגט שוין רש"י די מחלוקת אין מס' ר"ה (יא:-יב.) 'רבי אליעזר אומר זה מרחשון, ר' יהושע אומר זה אייר'. למעשה גייט אבער רש"י אין די המשך אליבא דר' אליעזר אז די מבול האט זיך אנגעהויבן חודש מרחשון, און אזוי ווי די גמרא פירט אויס דארט 'ת''ר חכמי ישראל מונין למבול כר''א' (רא"ם). און אזוי איז אויך מכריע דער רמב"ן (ח, ט) לויט ווי די גמרא איז מוכיח (שם כז.) פונעם נוסח פון זכרונות 'זה היום תחילת מעשיך' אז בתשרי נברא העולם, און אזוי איז משמע אין פרשת בא, אז ביז יציאת מצרים ווערן די חדשים גערעכנט לויט תשרי און נישט לויט ניסן.

לויט דעם קומט אויס דער חשבון, ווי רש"י איז מסביר (ז, יב) אז די ארבעים יום פונעם מבול האבן זיך אנגעהויבן י"ז מרחשון בייטאג, און געצויגן פאר פערציג טעג און פערציג נעכט ווי ס'שטייט מפורש אין פסוק, און היות לויטן סדר איז חשון א חסר, האט זיך עס גענדיגט סוף פונעם נאכט אור לכ"ח כסליו.

הגם רש"י שרייבט אז מ'רעכנט נישט די ערשטע טאג אינעם חשבון, זאגן שוין די מפרשים אז דאס איז נאר אז מ'רעכנט עס נישט לגבי די חשבון פון 'ארבעים לילה', אבער אין ארבעים יום ווערט עס יא אריינגערעכנט, והא ראיה ווייטער (ג, ח) שרייבט רש"י אז די רעגן האט זיך געענדיגט כ"ז כסליו, און דא שרייבט רש"י כח, נאר די ארבעים יום האט זיך געענדיגט כ"ז, און די ארבעים לילה האט זיך געענדיגט ליל כ"ח (גו"א).

שיטת רש"י - תגבורת המים ומנוחת התיבה
יעצט גייען מיר אריבער צו די תגבורת המים, וואס האט זיך פארצויגן צו 150 טעג (דא שטייט שוין נישט אין פסוק יום ולילה ווי ביי די רעגן וכנ"ל). לויט ווי רש"י לערנט ע"פ המדרש מיינט דאס אז נאך וואס די רעגן האט זיך אויפגעהערט כ"ח כסליו פארטאגס, האט זיך ווייטער געצויגן די תגבורת המים פון די מעינות אויף נאך 150 טעג, וואס לויט די סדר פון א חודש מלא און א חודש חסר קומט עס אויס פינעף חדשים מיט דריי טעג, דהיינו כ"ח כסליו (בייטאג) כ"ט און ל' כסליו. און די חדשים פון טבת שבט אדר ניסן און אייר.
און נאך די 150 טעג, דהיינו ר"ח סיון האט די וואסער אנגעהויבן אראפצוגיין.

יעצט ווערט אבער א שוועריגקייט, שטייט ווייטער אין פסוק אז די תיבה האט גערוהט 'בחדש השביעי בשבעה עשר יום לחדש', לכאורה וואלט דאס געדארפט צו מיינען י"ז ניסן, וואס איז די זיבעטע חודש פון תשרי, אבער דאס קען דאך נישט זיין, ווייל דאס איז נאך געווען טיף אינמיטן די 150 טעג פון תגבורת המים, און אזוי אויך קען עס נישט מיינען די זיבעטע חודש פונעם מבול'ס אנהייב, וואס דאס איז י"ז אייר, וויבאלד עס איז נאכאלץ אין די זמן פון תגבורת המים.

אלא מאי איז מוכרח צו זיין, אז חודש השביעי מיינט אין די זיבעטע חודש פון די חודש וואס די תגבורת המים האט זיך אנגעהויבן, וואס דאס איז חודש כסליו, קומט אויס אז די תיבה האט גערוהט אין י"ז סיון.

ראיית ראשי ההרים ושילוח העופות
גייען מיר ווייטער צו די ראיית ראשי ההרים, וואס דאס איז געווען בחודש העשירי, ווי די פסוק זאגט. אויב גייען מיר ווי די פריערדיגע חשבון, אז מ'רעכנט פון תגבורת המים וואס איז געווען אין חודש כסליו, קומט אויס אז חודש העשירי איז חודש אלול, אבער דאס מאכט ווידער א שוועריגקייט, וויבאלד דאס נאך דעם האט נח געווארט 40 טעג מיט'ן אנהייבן שיקן די פייגלעך, וואס די שיקעריי האט גענומען 21 טעג, צוזאמען איז עס זעכציג טעג (וויבאלד נח האט שוין אנגעהויבן שיקן אינעם פערציגסטן טאג - רא"ם), און דאס האט זיך געענדיגט 'בראשון באחד לחודש', וואס דאס איז חודש תשרי (און עס קען נישט מיינען די ערשטע חודש פונעם מבול אדער תגבורת המים וואס דאס איז חודש חשון אדער כסליו שפעטער, ווייל שפעטער שטייט אז יבשה הארץ איז געווען בחודש השני וואס דאס מיינט חשון, פונקט ווי די חודש השני אנהייב מבול מיינט חשון, און עס איז נישט מסתבר אז די זעלבע 'בחודש השני' זאל האבן צוויי אנדערע אפטייטשטן אין די זעלבע ענין, מילא מוז זיין אז חודש הראשון איז תשרי - גו"א), און פון ר"ח אלול איז נישטא קיין 60 טעג ביז ר"ח תשרי.

מוז מען זאגן אז חודש העשירי וואס דער פסוק זאגט דא, איז א פרישע חשבון, דהיינו די צעהנטע חודש פון חודש חשון וואס דעמאלטס האט זיך אנגעהויבן די גאנצע מבול, און די צעהנטע חודש פון דעמאלטס איז חודש אב, און ר"ח אב נראו ראשי ההרים, און פון דעמאלטס רעכנט מען די זעכציג טעג פון ווארטן און שיקן די פייגלען, וואס ענדיגן זיך א' תשרי (היות אלול איז א חסר), און דעמאלטס איז דער יונה מער נישט צוריק געקומען, וויבאלד 'בראשון באחד לחדש חרבו המים מעל הארץ'.
(הגם לכאורה וואלט מען געקענט זאגן אז חודש העשירי רעכנט מען צוריק פון תשרי, און עס מיינט חודש תמוז, און עס האט נאר גענומען איין חודש ביז ס'איז געזעהן געווארן ראשי ההרים, קוקט אויס אז רש"י האט מעדיף געווען אז דאס נישט צוריק קומען פונעם יונה זאל אויסקומען דעם טאג וואס חרבו המים, און דערפאר איז ער דארט געבליבן).
שיקוע התיבה

מאכט רש"י א חשבון, אויב פון אנהייב אראפגיין די וואסער ביז ס'איז געווען נראו ראשי ההרים האט גענומען צוויי חדשים, און די וואסער האט דאך באדעקט פופצן אמה העכער די בערג, קומט אויס אז יעדן טאג פון די זעכציג טעג איז אראפגעגאנגען א פערטל אמה.

אויב אזוי קומט אויס אז י"ז סיון אינדערפרי ווען דער תיבה האט געלאנדעט על הרי אררט, וואס דאס איז נאך 16 טעג פון ירידת המים, איז נאר געווען אראפגעגאנגען 4 אמות פון די 15 אמה, איז מוכרח פון דעם אז די אונטערשטע 11 אמות פונעם תיבה זענען געווען אונטערן וואסער, כדך פון שיפן צו זיין א דריטל אונטערן וואסער, כדי עס זאל זיך נישט לייכט איבערדרייען, מילא איינמאל עס פעהלט 4 אמות פון די וואסער, רירט דער ערד פונעם תיבה אן די שפיץ בארג.

עד כאן תוכן דברי רש"י.

קושיות הרמב"ן
דער רמב"ן פרעגט אויף רש"י'ס שיטה פינעף קשיות, מיטן הקדמה אז הגם רש"י'ס מהלך איז געבויט אויף מדרשי חז"ל, טרעפט מען שוין אז רש"י אליינס איז מדקדק און פרעגט אויפ'ן מדרש צוצוקומען צו פשוטו של מקרא, מלא איז ניתנה רשות צו לערנען נאך א וועג, ושבעים פנים לתורה.

א. וואס איז פשט אז איינמאל רעכנט מען חודש השביעי פון הפסקת הגשם, און א פסוק שפעטער רעכנט מען חודש העשירי פון התחלת הגשם.

ב. אויב זעכציג טעג נעמט אראפצוגיין 15 אמה ביז די שפיצן פון די בערג, וואלט געדארפט נעמען סאך א לענגערע צייט עס זאל אראפגיין די גאנצע הייעך פון די בערג ביז אונטן, און דא קומט אויס אז דאס האט אויך גענומען נאר זעכציג טאג, פון ר"ח אב ביז ר"ת תשרי, און די בערג זענען דאך טויזנטער אמות הויעך.

ג. לויט רש"י'ס חשבון איז דאס ערשטע מאל שיקן די יונה געווען י"ז אלול (40 טעג ווארטן פון ר"ח אב איז י' אלול, און דעמאלטס האט ער געשיקט די עורב, און נאך זיבןטעג ביזן שיקן די יונה איז י"ז אלול), און דעמאלטס 'לא מצאה היונה מנוח לכף רגלה', און אלע ביימער זענען נאך געווען באדעקט, איז עס נישט מסתבר אז צוויי וואכן שפעטער זאל מער נישט זיין קיין וואסער על פני כל הארץ.

ד. דער רמב"ן גייט מיט'ן הבנה אז די ווענט פון די תיבה זענען געגאנגען שיעף גלייך פון אונטן, (ווי דער מדרש רבה {לא, יא} לערנט אין די הו"א), פארקערט ווי א נארמאלע שיף וואס איז שיעף פון אויבן אראפ, אז די וואסער פון די זייטן זאלן אונטער האלטן די שיעפקייט פונעם שיף, משא"כ דא אז די ברייטע חלק ליגט אונטערן וואסער ברענגט עס אז עס זאל שנעלער זינקען.

ה. פון רש"י'ס חשבון קומט אויס אז די וואסער איז געווען 15 אמה העכער די הרי אררט, דארט ווי די תיבה האט גערוהט, ווען אין פסוק שטייט אז די 15 אמה איז געווען העכער די העכסטע בערג, און די הרי אררט, וואס געפונען זיך ביים גרעניץ צווישן טערקיי און ארמעניע זענען ווייט נישט די העכסטע בערג אויפ'ן וועלט.
שיטת הרמב"ן


מילא גייט דער רמב"ן מיט א נייע מהלך, מיט'ן יסוד אז די 40 טעג פון גשם, און די 150 טעג פון תגבורת המים, זענען נישט קיין צוויי אנדערע זאכן וואס זענען געווען איינס נאכן צווייטן, נאר אין די זעלבע צייט וואס עס האט זיך אנגעהויבן די מי המבול פון אויבן, האט זיך אנגעהויבן די תגבורת המים פון אונטן.

נאך זאגט דער רמב"ן אז די אלע וואסערן וואס זענען געקומען פון די מעיינות אין די 150 טעג, זענען אלע גלייך צוריק אריין אינעם תהום ווען די 150 טעג האבן זיך געענדיגט, אזוי אז די הויעכע בערג זענען גלייך געווארן אויפגעדעקט פון אויבן י"ז ניסן וואס איז 150 טעג - וואס דאס זענען 5 חדשים פון 30 טעג - נאך י"ז חשון, אבער די תיבה איז נישט געווען אין יענע געגנט, נאר ביי די הרי אררט, און דארט איז נאך געווען באדעקט די ראשי ההרים, פון די וואסער וואס איז געקומען פון אויבן.

נאך איז דער רמב"ן מחדש אז בעצם לויט די וואג פונעם תיבה מיט אלע חיות און בהמות דערינען, וואלט עס געדארפט בלייבן אנטערן וואסער, און זיך נישט אויפהייבן בכלל, און די סיבה פארוואס די תיבה האט זיך יא אויפגעהויבן העכער די וואסער, איז געווען דארכן שטראם פון וואסער וואס איז געקומען פון אונטן, און דאס האט געהאלטן די תיבה אין די הייעך.

און דערפאר ווען די תגבורת המים האט זיך געענדיגט י"ז ניסן, האט די וואג פונעם תיבה אראפגעשלעפט די תיבה ביז די שפיצן פון די הרי אררט וואס די תיבה איז פונקט געווען העכער זיי, וואס זענען נישט אזעלכע הויעכע בערג, און דאס איז פשט 'ותנח התבה בחדש השביעי בשבעה עשר יום לחדש', חודש השביעי פון תשרי, וואס דאס איז י"ז ניסן.

פון דארט האט גענומען נאך 73 טעג ביז ראש חודש תמוז, וואס איז 'החדש העשירי' פון תשרי, און 'בעשירי באחד לחדש נראו ראשי ההרים'.

יעצט האט נח געווארט נאך 40 טאג, מיט'ן חשבון אז די דעכער פון די הועכע בנינים, אדער די שפיצן פון די הויעכע ביימער זענען שוין זעהבאר, און די פייגל האבן ווי צו רוען, און ער האט אנגעהויבן שיקן די עופות י' אב ביז ר"ח אלול וואס די יונה איז נישט צוריק געקומען, האבנדיג געטראפן א פלאץ צו רוען אויף די ביימער, אבער די ערד האט גענומען נאך א חודש ביז א' תשרי, און 'בראשון באחד לחדש חרבו המים מעל הארץ'.


יישוב שיטת רש"י
א. אויף די קשיא פון די פארשידענע חשבונות, פארוואס ביי ותנח התיבה רעכנט מען פון הפסקת הגשם, און ביי ראיית ראשי ההרים רעכנט מען פון ירידת המים, ענטפערט דער מהר"ל אין גו"א, לויט ווי עס איז משמע אין פסוק האט דער תיבה אנגעהויבן ארום צו פארן דורכ'ן תגבורת המים וואס דאס האט זיך אנגעהויבן חודש כסליו, מילא ווען מ'רעדט פון 'ותנח התיבה בחודש השביעי', מיינט עס די זיבעטע חודש פון כסליו, וואס דעמאלטס האט עס אנגעהויבן זיין רייזע. אבער ווען מ'רעדט פונעם וועלט וואס איז באדעקט געווארן מיט וואסער, דאס האט זיך שוין אנגעהויבן חודש חשון ביים גשם, מילא 'בעשירי באחד לחודש נראו ראשי ההרים' מיינט חודש העשירי פון חשון.

ב. אויף די קשיא ווי אזוי קען זיין אז די גאנצע הייעך פון די בערג איז אראפ אין 60 טעג, די זעלבע צייט וואס עס האט גענומען אראפ צו גיין די 15 אמות העכער די בערג, ענטפערט דער חזקוני, דע 15 אמות העכער די בערג זענען דאך ליידיגע שטח וואס איז געווען אנגעפולט נאר מיט וואסער, משא"כ שפעטער ווערט דאך שי שטח שמעלעך און שמעלער, וויבאלד די ברייט פון די בערג פארנעמען די פלאץ, מילא איז דארט געווען אסאך ווייניגער וואסער.

ה. אויף די קשיא אז הרי אררט זענען נישט די העכסטע בערג, ענטפערט דער נצי"ב אין העמק דבר (כנלע"ד פי' דבריו), אז דעמאלטס זענען די הרי אררט געווען די העסטע בערג תחת כל השמים, נאר דורכ'ן מבול זענען זיי שוואכער געווארן, און מיט די צייט זענען זיי קלענער געווארן, און היינט איז עס מער נישט אזוי הויעך ווי דעמאלטס.
חוח בין השושנים האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 26, 2022 9:05 pm
עס איז איבערמארגן אין אמעריקע
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

שפתים יישק!

א ברכה אויף דיר.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3810
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

01- א שטיקעלע רמבן.pdf
(161.86 KiB) געווארן דאונלאודעד 128 מאל
אויב איינער קען מיך אויסלערנען צו מאכן שענער
אדער וויל עס אליין מאכן. תבוא עליו ברכה!
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2844
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

הו הא! מדארף אוועקלייגן אביסל צייט און קאפ פאר אזאנס!
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

הערליך שיין און קלאר!! מיר קוקן ארויס אויף יעדע וואך.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
איילוליילי
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 29, 2022 12:09 pm

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איילוליילי »

שיין!! Keep up every week
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

געוואלדיג !! קלאר, מסודר, הערליך. יש׳כ
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15356
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

פאנטאזיע פליער האט געשריבן:
01- א שטיקעלע רמבן.pdf
אויב איינער קען מיך אויסלערנען צו מאכן שענער
אדער וויל עס אליין מאכן. תבוא עליו ברכה!
דארף מען עס געהעריג מאכן א גליון און לייגן אויף לדעת וכ"ו.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

הערליך שיין

געהערט אמאל כ'מיין בשם דער הייליגן חתם סופר זי"ע אז לערנען חומש רש"י אן רמב"ן איז אזוי ווי א שטיקל גמרא אן קיין תוספות.

אלס בחור פלעג איך טאקע ענדיגן רמב"ן על הפרשה כמעט יעדער וואך.
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3810
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

גרויסע עים הארץ האט געשריבן:
פאנטאזיע פליער האט געשריבן:
אויב איינער קען מיך אויסלערנען צו מאכן שענער
אדער וויל עס אליין מאכן. תבוא עליו ברכה!
דארף מען עס געהעריג מאכן א גליון און לייגן אויף לדעת וכ"ו.
https://yiddishevinkel.com/archives/wee ... 7%91%d7%9f
יאפ!
לדעת איז נעקסט אם ירצה השם
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18083
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת לך לך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

די וואך, ווען דער באשעפער הייסט אברהם אבינו ע"ה 'לך לך מארצך וממולדתך', וועלן מיר פרובירן אדורך צו טוהן, ווי איז דאס פלאץ ווי אברהם אבינו איז געבוירן געווארן, וואס דער באשעפער הייסט איהם אוועק גיין פון דארט.

וועלן מיר מקדים זיין מיט'ן ברענגען די פסוקים וואס דערמאנען אברהם אבינו'ס מולדת, אדער פון זיין משפחה, און די פסוקים ארום די פלעצער.
פרשת נח
יא, כז-כח
וְאֵלֶּה תּוֹלְדֹת תֶּרַח תֶּרַח הוֹלִיד אֶת אַבְרָם אֶת נָחוֹר וְאֶת הָרָן וְהָרָן הוֹלִיד אֶת לוֹט: וַיָּמָת הָרָן עַל פְּנֵי תֶּרַח אָבִיו בְּאֶרֶץ מוֹלַדְתּוֹ בְּאוּר כַּשְׂדִּים:
יא, לא
וַיִּקַּח תֶּרַח אֶת אַבְרָם בְּנוֹ וְאֶת לוֹט בֶּן הָרָן בֶּן בְּנוֹ וְאֵת שָׂרַי כַּלָּתוֹ אֵשֶׁת אַבְרָם בְּנוֹ וַיֵּצְאוּ אִתָּם מֵאוּר כַּשְׂדִּים לָלֶכֶת אַרְצָה כְּנַעַן וַיָּבֹאוּ עַד חָרָן וַיֵּשְׁבוּ שָׁם:
פרשת לך
יב, א
וַיֹּאמֶר ה' אֶל אַבְרָם לֶךְ לְךָ מֵאַרְצְךָ וּמִמּוֹלַדְתְּךָ וּמִבֵּית אָבִיךָ אֶל הָאָרֶץ אֲשֶׁר אַרְאֶךָּ
טו, ז
וַיֹּאמֶר אֵלָיו אֲנִי ה' אֲשֶׁר הוֹצֵאתִיךָ מֵאוּר כַּשְׂדִּים
פרשת חיי שרה אין די פרשה פון שליחת אליעזר צו נעמען א פרוי פאר יצחק, ווערט עס דערמאנט צוויי מאל
כד, ד
כִּי אֶל אַרְצִי וְאֶל מוֹלַדְתִּי תֵּלֵךְ וְלָקַחְתָּ אִשָּׁה לִבְנִי לְיִצְחָק.
כד, ז
ה' אֱלֹקֵי הַשָּׁמַיִם אֲשֶׁר לְקָחַנִי מִבֵּית אָבִי וּמֵאֶרֶץ מוֹלַדְתִּי.

אין די גמרא מס' בבא בתרא (צא.) שטייט 'ואמר רב חנן בר רבא אמר רב עשר שנים נחבש אברהם אבינו שלש בכותא ושבע בקרדו'. ווי רש"י ברענגט צוויי פשטים ווער עס האט איהם איינגעשפארט נמרוד צו תרח, אבער עכ"פ זעהען מיר פון דעם אז אברהם אבינו האט געוואוינט אינעם פלאץ וואס הייסט כותא.


כדי ארויס צו האבן די פלעצער, ברענגן מיר דא א מאפע פון דעם געגנט.
תמונת המזרח התיכון מוגה (2).png
תמונת המזרח התיכון מוגה (2).png (139.65 KiB) געזען 2991 מאל
אור כשדים, געפינט זיך אין בבל (היינט אינעם לאנד עיראק, מער צו דרום, דארט ווי די צוויי טייכן פרת און חידקל טרעפן זיך צוזאם) וואס דארט האבן געוואוינט די כשדי'שע פאלק, הגם די פאלק איז נאכנישט באשטאנען דעמאלטס, זייענדיג אפשטאמיגע פון כשד בן נחור, תרח'ס אייניקל, רופט עס משה רבינו אין די תורה מיט'ן נאמען וואס עס האט געהייסן בימיו (ע"פ אבע"ז).
חרןגעפינט זיך צפון זייט פון סיריע ביים נהר פרת, וואס אויף דעם ווערט עס אויך אנגערופן ארם נהריים.



יעצט לאמיר צוגיין צום ענין.

שיטת רש"י והאבע"ז
בפשטות קוקט אויס פון דאס וואס דער פסוק שרייבט 'וימת הרן וגו' בארץ מולדתו באור כשדים, אז אור כשדים איז דער פלאץ ווי תרח'ס קינדער זענען געבוירן. ובפרט לויט די צד אין גמרא מס' סנהדרין (סט:) אז די קינדער זענען געבוירן לויטן סדר וואס זיי ווערן דערמאנט אין פסוק, וואס לויט דעם איז מוכרח אז זיי זענען געבוירן איינע נאכן צווייטן, וויבאלד שרה אמנו וואס איז געווען הרן'ס טאכטער איז געווען יונגער פון אאע"ה נאר מיט צען יאהר, איז מסתבר אז אויב הרן איז געבוירן אין אור כשדים, זענען די צוויי עלטערע קינדער אויך דארט געבוירן. און אזוי נעמען אן רש"י און דער אבע"ז.

דער מהלך שטימט מיט דעם וואס מ'טרעפט אין אלטע מאפעס אנגעצייכנט אויף א געגנט אין בבל וואס הייסט היינט 'תל-איבראהים' (דהיינו אברהם'ס בארג), א שטאט מיטן נאמען כותא. ווי געברענגט פונעם גמרא אין ב"ב אז אאע"ה איז איינגעשפארט געווארן אין כותא וואס געפינט זיך דארט אין בבל.


ווערט אבער שווער א קשיא, אויב אזוי קומט אויס, ווען דער באשעפער האט געהייסן פאר אברהם דער ציווי פון לך לך, איז אברהם אבינו שוין נישט געווען אין אור כשדים, ווי עס איז משמע פון די סדר הפסוקים אז אברהם אבינו איז אוועק געגאנגען פון דארט צוזאמען מיט זיין טאטן תרח, נאך פאר דעם ציווי ה', אויב אזוי וואס איז פשט פונעם לשון 'לך לך וגו' וממולדתך'.

שיטת האבע"ז
מכח די קשיא לערנט דער אבן עזרא, אז דער באפעהל פון לך לך מארצך וממולדתך איז שוין געזאגט געווארן פאר אברהם נאך אין אור כשדים, און דערפאר שטייט וממולדתך, וויבאלד אברהם אבינו איז נאך דאן געווען בארץ מולדתו באור כשדים, און ווען תרח האט געהערט דער ציווי ה', נאך וואס ער האט תשובה געטוהן, האט ער גענומען אברם מיט זיין ווייב, און דעם אייניקל לוט און זיך ארויסגעלאזט מקיים זיין דער ציווי פון גיין קיין ארץ כנען (ע"פ אבע"ז שיטה אחרת), נאר אויפן וועג האט ער זיך געטראפן א באקוועם פלאץ אין חרן און ער איז דארט געבליבן. און אברהם אבינו האט ממשיך געווען מקיים צו זיין דער ציווי וואס ער האט באקומען צו גיין קיין ארץ כנען.

מיט דעם איז דער אבע"ז אויך מסביר וואס שטייט ביים ברית בין הבתרים 'אני ה' אשר הוצאתיך מאור כשדים', ווען לכאורה לויט וואס שטייט יענע וואך איז תרח געווען דער וואס האט גענומען אברם פון אור כשדים קיין חרן, נאר די כוונה איז אז דער יציאה איז געוען ע"פ ציווי ה' פון לך לך מארצך וממולדתך, וואס איז שוין געזאגט געווארן אין אור כשדים.

שיטת רש"י
רש"י (כז, ז) לערנט אויך אז ארץ מולדתו פון אאע"ה איז געווען אור כשדים, און רש"י פרעגט טאקע די קשיא, 'מארצך וממולדתך, והלא כבר יצא משם עם אביו ובא עד לחרן', און רש"י ענטפערט אויף דעם 'אלא כך אמר לו, התרחק עוד משם וצא מבית אביך', דהיינו אז לך לך מארצך וממולדתך מיינט נישט אז יעצט איז ער נאך דארט, נאר דערווייטער דיר נאך מער פון דיין געבורטס ארט, איי פארוואס שטייט א לשון פון הליכה נישט פון התרחקות, ווייל לגבי בית אביו געפינט ער זיך נאך מיט זיי, אויף דעם איז געקומען יעצט דער באפעהל אוועק צו גיין פון זיי אויך.

איי וואס וועט מען ענטפערן אויפ'ן לשון 'אשר הוצאתיך מאור כשדים', זאגט דער רמב"ן (יא, כח) אז דער פשט איז ווי דער מדרש חז"ל וואס רש"י ברענגט, אז אור כשדים גייט אויפן פייער וואס נמרוד האט אריינגעווארפן אברהם אבינו, און אשר הוצאתיך מאור כשדים, מיינט אז דער באשעפער האט געראטעוועט אברהם אבינו פונעם פייער, און א ראיה דערצו אז עס שטייט נישט 'אשר לקחתיך', נאר 'אשר הוצאתיך' וואס איז משמע אויף ארויסנעמען פון א צרה.

והגם אז דער פסוק שרייבט 'ויקח תרח וגו' ויצאו אתם מאור כשדים', איז דאך משמע אז אור כשדים איז א נאמען פון א פלאץ, דאס איז נאכן נס פון אברהם האט דער פלאץ באקומען דעם נאמען 'אור כשדים' ע"ש די פייער.

דעת האבע"ז בענין אור כשדים
לייגט דער רמב"ן צו, אז דער אבן עזרא האט נישט געוואלט אננעמען דעם ענין פון אור כשדים ווי דער מדרש מחמת צויי טעמים.
א. ווייל אזא גרויסע נס וואלט דער תורה געדארפט שרייבן, פונקט ווי די ניסים פון די עשר מכות וכדו'.
ב. וויבאלד אין די גוי'שע היסטאריע ביכער (וואס דער רמב"ם ברענגט זיי אין מורה) ווערט דערמאנט דעם ענין אז אאע"ה האט זיך מתווכח געווען מיט'ן מלך איבער דינען ע"ז, אבער עס ווערט נישט דערמאנט דער נס פונעם פייער.

תשובות הרמב"ן בענין אור כשדים
ביידע טענות ענטפערט דער רמב"ן מיט איין תירוץ, אז אפילו נאך וואס אברהם אבינו איז געראטעוועט געווארן פונעם פייער, זענען די גוים נישט נתפעל געווארן, האלטנדיג אז דאס איז מעשה כישוף, פונקט ווי פרעה האט גע'טענה'ט צו משה רבינו אנהייב פון די מכות, מילא האבן זיי נישט געהאלטן פאר וויכטיג עס צו דערמאנען אין זייערע היסטאריע ביכער. און דערפאר אז דער תורה וואלט דערמאנט דעם נס, וואלט דער תורה אויך געדארפט צו דערמאנען וואס די גוים האבן אפגעענטפערט דעם נס, און עס וואלט געבליבן א נישט אויסגעקלארטע זאך. משא"כ ביי די עשר מכות, ברענגט טאקע די תורה אראפ פרעה'ס טענה אז עס איז כישוף, און אז די חרטומי מצרים קענען עס אויך באווייזן, וויבאלד די סוף איז אז די חרטומי מצרים האבן אויך מודה געווען אז 'אצבע אלקים הוא'.

נאך א יסודות'דיגע תירוץ ענטפערט דער רמב"ן (בפר' ויגש, ומ"מ בפרשתן לשם) אויפן ערשטע קשיא, פארוואס דער תורה דערמאנט נישט דעם גרויסן נס, וויבאלד דער תורה איז נישט קיין ספר צו דערציילן אותות ומופתים פונעם באשעפער, די תורה דערציילט נאר די נסים וואס זענען געקומען מקיים צו זיין א הבטחה וואס דער באשעפער האט צוגעזאגט, אליינס אדער דורך א נביא, צו ווייזן אז דער באשעפער איז מקיים זיינע הבטחות אפילו עס איז נישט בדרך הטבע. ווי דער נס אז אברהם און שרה האבן געהאט קינדער אויף די עלטער, ווי דער באשעפער האט איהם צוגעזאגט. הגם אז ווי עס קומט אויס פון חז"ל האט יוכבד געבוירן משה רבינו ביי די 130, דערמאנט עס די תורה נישט, וויבאלד עס איז נישט געקומען דורך א הבטחה. און אזוי אויך די נסים פון יציאת מצרים, וואס דער באשעפער האט מבטיח געווען פאר אברהם אבינו ביים ברית בן הבתרים, וגם הגוי אשר יעבודו דן אנכי וגו'.

קושיות הרמב"ן על שיטת רש"י ואבע"ז
דער רמב"ן פרעגט אבער זעקס קושיות אויף דעם מהלך, אז אברהם אבינו'ס געבורט ארט איז געווען אור כשדים.

א. לויט וואס עס שטייט אין פסוק פרשת נח, האבן אין בבל - וואס ווערט אויך אנגערופן ארץ שנער - געוואוינט די בני חם, וואס נמרוד בן כוש איז געווען זייער מלך, און ווי קומט אהין תרח וואס איז געווען מבני שם.

ב. אויב אברהם אבינו איז געבוירן אין אור כשדים, וואלט ער געדארפט אנגערופן ווערן אברהם הכשדי, און נישט אברהם העברי, וואס דאס איז א טיטל אויף די וואס וואוינען ביים עבר נהר פרת.

ג. אין פסוק אין ספר יהושע (כד, ב) שטייט 'בעבר הנהר ישבו אבותיכם מעולם תרח אבי אברהם ואבי נחור, ואקח את אביכם את אברהם מעבר הנהר', ליינט זיך אין פסוק אז מעולם האבן זיי געוואוינט אין עבר הנהר, וואס פון דארט האט הקב"ה געהייסן אברהם אבינו גיין קיין ארץ ישראל, איז דאך משמע אז די משפחה האט אלע יארן געוואינט אין חרן.

ד. לויט דער מהלך אז אלע קינדער פון תרח זענען געבוירן אין אור כשדים, קומט אויס אז ווען תרח האט גענומען אברם שרי און לוט קיין חרן, איז נחור געבליבן וואוינען אין אור כשדים, איז ווי קומט עס אז ווען אליעזר גייט זוכן א שידוך פאר יצחק, קומט ער אן קיין ארם נהרים עיר נחור, וואס דאס איז חרן, און ער טרעפט דארט אן נחור'ס משפחה.

ה. ווען אברהם אבינו שיקט אליעזר 'אל ארצי ואל מולדתי', פארוואס איז אליעזר געגאנגען קיין חרן און נישט קיין אור כשדים.

ו. די גמרא אין ב"ב זאגט דאך אז אאע"ה איז איינגעשפארט געווארן אין כותא, און אין פסוק אין ספר מלכים ב' (יז, כד) שטייט 'ויבא מלך אשור מבבל ומכותא ומעוה ומחמת', ליינט זיך אז כותא געפינט זיך נישט אין בבל., און אזוי אויך ווייטער אין פסוק (שם ל) 'ואנשי בבל עשו את סכות בנות ואנשי כות עשו את נרגל', זעהט מען פון דעם אז כותא מיט בבל זענען צוויי פארשידענע ערטער.
ברענגט טאקע דער רמב"ן אז ער האט חוקר געווען ביי תלמידים וואס זענען געקומען פון יענעם געגנט, און זיי האבן געזאגט אז דער שטאט כותא געפינט זיך צווישן חרן מיט אשור (עי' ב'מאפע' לעיל), א מהלך פון זעקס טעג פון חרן, אבער בכלל נישט אינעם געגנט פון בבל.

שיטת הרמב"ן
איז דער רמב"ן מחדש, אז די צוויי עלטערע קינדער פון תרח זענען געבוירן אין כותא, וואס ווערט פארעכנט אין איין מדינה מיט חרן, זייענדיג אינעם געגנט פון נהר פרת, און עס ווערט אנגערופן 'עבר הנהר', שפעטער האט אבער תרח גענומען זיין עלטסטע זוהן אברם און געפארן קיין אור כשדים, איבער לאזנדיג דעם צווייטן זוהן נחור אין עבר הנהר, און דארט אין אור כשדים איז איהם געבוירן געווארן זיין דריטן זוהן הרן, קומט אויס אז הרן איז טאקע אוועק 'בארץ מולדתו באור כשדים'.

נאך די מעשה האט תרח זיך געוואלט דערווייטערן ווי מער פון דער מלך פון אור כשדים, האט ער נישט געוואלט צוריק גיין קיין עבר הנהר ווי די שפראך איז די זעלבע, אין ביידע רעדט מען די אראמישע שפראך, נאר ער האט געוואלט גיין קיין ארץ כנען, ווי מ'רעדט נישט די שפראך, אבער אנקומענדיג קיין חרן אויפן וועג האט זיך תרח דארט אויפגעהאלטן מיט זיין משפחה און באקאנטע, בלייבנדיג דארט ביז זיין לעצטע טאג, און אברהם אבינו האט באקומען דעם ציווי, ארויס צו גיין פון ארץ מולדתו - עבר הנהר, און ווייטער גיין קיין ארץ ישראל.

יעצט שטימט שוין אז ווען אאע"ה הייסט אליעזר גיין אל ארצי ואל מולדתי, מיינט עס טאקע עבר הנהר וואס דארט געפונט זיך די שטאט כותא, אברהם אבינו'ס געבורט ארט, און אין יענעם געגנט האט אליעזר אנגעטראפן די משפחה פון אברהם אבינו'ס ברודער נחור, וויבאלד ער איז דארט געבליבן ווען תרח איז געגאנגען קיין אור כשדים.

יישוב שיטת רש"י
ב-ג. אויפן קשיא אז אברהם אבינו ווערט אנגערופן עברי ע"ש וואס ער שטאמט פון עבר הנהר, און אזוי שטייט אין פסוק 'בעבר הנהר ישבו אבותיכם מעולם, ענטפערט דער מזרחי, אז די גאנצע געגנט פון נהר פרת און ווייטער קיין מזרח ביזן חידקל ווערט אנגערופן עבר הנהר, און אור כשדים געפונט זיך אויך צווישן די צוויי טייכן..

ד-ה. און אויף די קשיות, ווי קומט נחור קיין חרן אויב ער איז געבוירן אין אור כשדים, און פארוואס איז אליעזר געגאנגען קיין חרן ווען אברהם שיקט איהם קיין אור כשדים, ענטפערט דער מזרחי, אז נאך וואס אברהם אבינו האט פארלאזט תרח און געגאנגען קיין ארץ כנען, איז נחור געקומען פון אור כשדים צו זיין מיט תרח, און ער האט זיך באזעצט אין חרן. אבער אברהם אבינו האט נישט געוואוסט פון דעם, מילא האט ער געשיקט אליעזר קיין אור כשדים, מיינענדיג אז נחור'ס משפחה וואוינט נאך דארט. אויפן וועג איז אליעזר אריבער געגאנגען חרן, האט ער געהערט אז נחור'ס משפחה האט זיך אהינגעצויגן, איז ער געבליבן דארט און גענומען רבקה בת בתואל בן נחור אלץ כלה פאר יצחק.
והגם אז חרן איז לכאורה נישט אויפן וועג פון דרום ארץ ישראל - ווי אברהם אבינו האט געוואוינט דעמאלטס - קיין אור כשדים, וואס געפינט זיך גלייך קענגאיבער אויף מזרח זייט, אינדערצייט וואס חרן איז אינגאנצן אויף צפון, איז די קשיא ממילא שווער אויך ביי תרח, אויב איז ער געווען אויפן וועג פון אור כשדים קיין ארץ כנען, פארוואס איז ער גאגאנגען ארויף קיין חרן.
נאר די הסבר איז אז מזרח פון ארץ ישראל (נאך עבר הירדן) איז געווען א מדבר, ווי עס איז מבואר אין די פסוקים פרשת חקת, און עס איז נישט געווען די סדר צו גיין דורך מדבריות, מילא איז מען געגאנגען קיין ארץ ישראל דורך די מדינות ארום דעם מדבר, און אויפן וועג גייט מען אדורך חרן.

ו.אויפן קשיא אז כותא געפונט זיך אין געגנט פון חרן און נישט אין געגנט פון בבל, נראה ליישב, אז עס זענען געווען צוויי פלעצער מיט'ן נאמען כותא, ווי שוין געברענגט אויבן צייכענען די אלע מאפעס אן א כותא אין בבל, און דער רמב"ן איז מעיד בשם תלמידים אויף א כותא אין חרן, מילא קען זיין אז דער כותא וואס שטייט אין פסוק איז טאקע נישט אין בבל, אבער דער פלאץ כותא פון די גמרא געפונט זיך יא אין אור כשדים.
חוח בין השושנים האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 26, 2022 9:05 pm
עס איז איבערמארגן אין אמעריקע
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27194
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מבהיל'דיג...

יישר כח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10011
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

פאנטאזיע פליער האט געשריבן:
PDF
ייש"כ למפרע
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3810
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

02 א שטיקעלע רמבן - לך.pdf
(186.1 KiB) געווארן דאונלאודעד 60 מאל
אידישער ווינקל
אויב איינער קען מיך אויסלערנען/העלפן צו מאכן שענער. תבוא עליו ברכה!
לעצט פארראכטן דורך פאנטאזיע פליער אום דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2022 12:46 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פארברענגען
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 11, 2021 2:48 pm

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארברענגען »

פאנטאזיע פליער האט געשריבן:
02- א שטיקעלע רמבן.pdf
אידישער ווינקל
אויב איינער קען מיך אויסלערנען/העלפן צו מאכן שענער. תבוא עליו ברכה!
עס פעלט א שטיקל צום סוף.
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3810
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

פארברענגען האט געשריבן:
עס פעלט א שטיקל צום סוף.
פאראכטן
געווען לינקס אויף רעכטס
יישר כח גדול.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18083
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

פרשת וירא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

די פרשה הייבט זיך אן די וואך, וַיֵּרָא אֵלָיו ה' בְּאֵלֹנֵי מַמְרֵא, הקב"ה האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו, אבער אנדערש ווי אין אנדערע פלעצער וואס ווערט דערמאנט גילוי שכינה אין פסוק, ווי עס איז ממשיך מיט א דיבור וואס דער באשעפער האט געזאגט, אדער עפעס וואס הקב"ה האט געטוהן, שטייט דא גארנישט אין פסוק איבער דעם גילוי שכינה, וואס דער תכלית דערפון איז געווען.

צו פארענטפערן דער שוועריקייט, טרעפן מיר כמה וכמה מהלכים אין חז"ל און אין די מפרשים.

פירוש רש"י
די מערסטע באקאנט איז וואס שטייט אין מס' בבא מציעא (פו:), און רש"י ברענגט עס אויפ'ן ארט, 'אז הקב"ה איז געקומען מבקר חולה זיין אברהם אבינו ביום שלישי למילתו, און דאס עצם באווייזן פונעם שכינה דאס איז דער תכלית.

פירוש ה'בראשית רבה'.
אן אנדערע פשט שטייט אין מדרש רבה (מח, י) אז אאע"ה האט זיך אפגערעדט, ביז'ן מקיים זיין מצות ברית מילה זענען אורחים געקומען צו איהם שטענדיג באזוכן, יעצט אז ער שיידט זיך אפ פון די וועלט מיט א נייע וועג, אן אות ברית נאר פאר איהם מיט זיינע קינדער, וועלן מענטשן אויפהערן קומען צו איהם, האט איהם הקב"ה מפייס געווען, איז במקום זה וועט הקב"ה זיך באווייזן צו איהם מיט זיינע מלאכים.

דאס איז אויך מסביר דער שייכות פון דער גילוי שכינה אנהייב פונעם פרשה, מיט'ן המשך דער באזוך פון די מלאכים בדמות אנשים, וואס די ביידע זענען געווען א פיוס פאר אברהם אבינו'ס זארג אז מ'וועט מער נישט קומען צו איהם.

פירוש הרמב"ן
דער רמב"ן זאגט אבער, אז מ'טרעפט אן ענין פון גילוי שכינה נישט נאר צו זאגן א דיבור, נאר אויך אלץ ענין פון ארויס ווייזן א נחת רוח אז מ'האט מקיים געווען רצון ה', ווי מ'זעהט ביי הקמת המשכן אין פרשת שמיני (ויקרא ט, כג) 'וירא כבוד ה' אל כל העם', צו ווייזן דעם התרצות פונעם באשעפער מיט'ן הקמת המשכן. און אזוי אויך ביי קריעת ים סוף שטייט (שמות טו, ב) 'זה אלי ואנוהו', און ווי חז"ל דרש'נען 'ראתה שפחה על הים מה שלא ראה יחזקאל הנביא', ארויס צו ווייזן אז הקב"ה איז מרוצה מיט די מדרגה פון אמונה וואס כלל ישראל איז צו געקומען דעמאלטס 'ויאמינו בה' ובמשה עבדו'.

אזוי אויך דא ביי אברהם איז דער גילוי שכינה געקומען מכבד זיין אברהם אבינו אויף די מצוה פון ברית מילה וואס ער האט מקיים געווען, און א חלק פון דעם כבוד איז אויך דאס וואס דער באשעפער האט געשיקט זיין מלאך אויס צו היילן אברהם אבינו, און נאך א מלאך עקסטער צו מבשר זיין פאר שרה אויף לידת יצחק, אפילו אברהם אבינו האט עס שוין געהערט מפי השכינה ביים ציווי פון ברית מילה, דאס אלעס איז א חלק פונעם כבוד וואס דער באשעפער האט געגעבן פאר אברהם אבינו פאר'ן מצוה פון ברית מילה.

נאך לייגט דער רמב"ן צו, אז עס קען זיין אז דער עצם גילוי שכינה איז געקומען צו היילן אברהם אבינו, ווי דער פסוק זאגט (משלי טז, טו) 'באור פני מלך חיים'.


פירוש הרשב"ם
אן אינטרעסאנטע מהלך שטייט אין רשב"ם, אז וירא אליו ה' מיינט נישט אז דער באשעפער האט זיך באוויזן, נאר דער פסוק רופט אן דער מלאך וואס קומט בשליחות פונעם באשעפער מיט'ן נאמען ה', און פשט אין פסוק איז אז מלאכים האבן זיך באוויזן צו אברהם בשליחות הקב"ה, און דער פסוק איז מסביר ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען, וישא עיניו וירא וגו'.

און א ראיה דערצו איז פונעם פסוק אין פרשת שמות (ג, ב) 'וירא מלאך ה' אליו בלבת אש', און ווייטער שטייט (שם ד) 'וירא ה' כי סר לראות', זעהן מיר אז דער מלאך ווערט אנגערופן ה', וויבאלד ער קומט בשליחות פונעם באשעפער, ושלוחו כמותו. און אזוי לערנט טאקע דער אבן עזרא דארט.

דחיית הרמב"ן
אבער דער רמב"ן דארט אין פרשת שמות דינגט זיך מיט'ן אבן עזרא, זאגנדיג אז משה רבינו דער 'גדול הנבואה', וואלט זיך נישט דערשראקן פון קיין מלאך, ווי דער פסוק זאגט דארט (שם ו) 'ויסתר משה פניו כי ירא מהביט אל האלקים', נאר דער פשט איז ווי עס שטייט אין מדרש אז איבעראל ווי דער שכינה באווייזט זיך, קומט מלאך מיכאל דארט פריער, און משה רבינו האט קודם געזעהן דער מלאך מיכאל, און דערנאך די שכינה אליינס.

נאך זאגט דער רמב"ן 'על דרך האמת' (דהיי' ע"פ תורת הנסתר), אז 'וירא מלאך ה' אליו' גייט אויף הקב"ה אליינס, אזוי ווי מ'טרעפט אז עס זענען פארהאן פארשידענע שמות הקודש יעדעס מאל לויט דעם הנהגה וואס דער באשעפער פירט יעצט די וועלט, איז דא אן הנהגה וואס ווערט אנגערופן מלאך.


פירוש הרמב"ם
דער רמב"ם אין מורה נבוכים גייט מיט א מחודש'דיגע מהלך, לויט וואס דער רמב"ם איז דארט מסביר אז עס איז בכלל נישט שייך צו זעהן מלאכים מיט די גשמיות'דיגע חושים, און עס איז נישט דא קיין מציאות אז א מלאך זאל קומען בצורה פון א גוף וואס מ'קען טאפן און זעהן, נאר יעדע מאל וואס מ'טרעפט אין פסוק אז א מענטש האט געזעהן א מלאך, מיינט עס א מראה נבואה.

דערפאר לערנט דער רמב"ם אז עס קען נישט זיין אז די מלאכים זענען געקומען צו אברהם אבינו בצורת אנשים מיט גופים, און זיך אויפגעפיהרט ווי מענטשן, געגאנגען, און געגעסן און געטרינקען, נאר די גאנצע מעשה דא איז געווען א מראה נבואה וואס אברהם אבינו האט געזעהן, ווי מ'טרעפט ביי אנדערע נביאים כל מיני חזיונות וואס זיי האבן געזעהן ארום די נבואה וואס זיי האבן באקומען.

און פשט אין פסוק איז, וירא אליו ה' מיט א מראה נבואה, און אין די נבואה וישא עיניו וירא והנה שלשה אנשים נצבים עליו וגו'.

און ע"פ דעם יסוד זאגט דער רמב"ם אויך אויף דעם וואס שטייט אין פרשת וישלח (לב, כה) 'ויותר יעקב לבדו ויאבק איש עמו עד עלות השחר', און חז"ל זאגן אז דאס איז געווען א מלאך - שרו של עשיו, מיינט נישט אז דער מלאך איז געקומען במציאות מיט א צורה פון א גוף, נאר דאס איז געווען א מראה נבואה וואס יעקב אבינו האט געזעהן ווי כאילו ער שלאגט זיך מיט א מלאך.


קושיות הרמב"ן
דער רמב"ן פרעגט זייער שטארק אויפ'ן רמב"ם'ס מהלך, און ער פרעגט אויף דעם כמה וכמה קושיות.

א. אויב אין די מראה נבואה האט ער נאר געזעהן מלאכים, און נישט אז דער באשעפער באווייזט זיך צו איהם, פאסט נישט דער לשון וירא אליו ה'.

ב. אויב אלעס איז געווען א מראה נבואה, קומט אויס אז שרה האט נישט געקנאטן קיין טייג און אברהם אבינו איז נישט געלאפן צו די בקר, און ותצחק שרה איז אויך נישט געווען במציאות, נאר אלעס איז געווען א מראה, אויב אזוי וואס איז געווען די תכלית פון די אלע פרטים אין די מראה נבואה.

ג. אויב דאס באווייזן זיך פון מלאכים איז נאר שייך במראה נבואה, מוז מען גיין ווייטער, אז לוט וואס האט אויך געזעהן די מלאכים איז אויך געווען א נביא, און נישט נאר דאס, נאר די אלע אנשי סדום וואס זענען געווען רשעים, און זיי האבן געפאדערט 'איה האנשים אשר באו אליך הלילה', האבן אויך זוכה געווען צו די מראה הנבואה.

ד. און אז מ'גייט ווייטער מיט דעם מהלך, קומט אויס אז לוט האט נישט געבאקן במציאות קיין מצות פאר די מלאכים, און דאס וואס שטייט אין פסוק אז די מלאכים האבן ארויס געטראגן לוט פון סדום איז אויך נאר א מראה נבואה, ולמעשה קומט אויס אז לוט איז געבליבן אין סדום.

חוץ אויב מ'וועט זאגן אז בשעת וואס לוט האט געזעהן די מראה הנבואה איז פון זיך אליינס געשעהן דאס וואס ער האט געזעהן אז ער קומט אן אינדרויסן פון שטאט און אזוי ווייטער, אויף וואס דער רמב"ן שרייבט אז אזא פשט מעג מען נישט גלייבן, און אפילו נישט הערן אזאנס.

ה. און אויף דעם וואס דער רמב"ם לערנט אז ביי יעקב אבינו איז עס אויך נאר געווען א מראה נבואה און נישט במציאות, אויב אזוי פארוואס שטייט ווייטער, 'והוא צולע על יריכו', ווען מ'האלט שוין נאכן מראה הנבואה.

ו. און נאך איז שווער, וואס עס שטייט דארט 'כי ראיתי אלהים פנים אל פנים ותנצל נפשי', אויב עס איז געווען נישט מער ווי א מראה נבואה, וואס קומט אריין א הצלה פון א זאך וואס איז נישט במציאות, און פונעם עצם זעהן א מלאך האט דאך יעקב אבינו זיכער נישט מורא געהאט אז עס וועט איהם עפעס געשעהן - ווי מ'טרעפט ביי מנוח און זיין פרוי, אז זיי האבן מורא געהאט פונעם זעהן דעם מלאך - ווייל יעקב אבינו האט שוין געזעהן גרעסערע מראות, ווי עס שטייט ביים חלום 'והנה ה' נצב עליו'.

ז. נאך פרעגט דער רמב"ן אויפן עצם יסוד, די גמרא זאגט אין מס' מגילה (ג.) אז דניאל איז נישט געווען קיין נביא, און אעפ"כ טרעפט מען אין ספר דניאל, אז דניאל האט גערעדט און זיך געזעהן מיט די מלאכים מיכאל און גבריאל, איז דאך א ראיה אז מ'קען זעהן א מלאך אפילו נישט בנבואה.


יישוב שיטת הרמב"ם
דער ארבנאל איז זיין פירוש אויפן מורה נבוכים צונעמט ער די קושיות פונעם רמב"ן אויפ'ן רמב"ם, און ער פארענטפערט זיי איינס ביי איינס.

א. אויפן טענה אויב אין די מראה נבואה האט אאע"ה נישט געזעהן דער באשעפער נאר די מלאכים, פאסט נישט די לשון 'וירא אליו ה', טענה'ט דער אברבנאל אז היות די גאנצע נבואה איז א שליחות פון הקב"ה צו אברהם, פאסט יא די לשון וירא אליו ה'.

ב. אויפ'ן טענה וואס איז די תכלית אז אברהם אבינו זאל זעהן די אלע פרטים, ווי כאילו ער נעמט אריין געסט אא"וו, זאגט דער אברבנאל אז עס קומט צו ווייזן אז די סיבה אז ער גייט זוכה זיין צו יצחק איז וועגן זיין גוט הארץ און זיין מדה פון הכנסת אורחים. און דאס איז אויך די סיבה פארוואס אין דעם מראה נבואה האט איהם הקב"ה געוויזן אז ער גייט איבערדרייען סדום, וויבאלד ער האט מקרב געווען אלע מענטשן זיך געזארגט פאר זיי ווי א טאטע צו זיינע קינדער, האט איהם הקב"ה אויך מודיע געווען די צער וואס גייט קומען אויף זיי.
און נאך א רמז איז דא אין דעם, ווי עס שטייט אין מדרש, אז פונקט ווי ער האט געזעהן אין די נבואה ווי ער גרייט צו א סעודה, וועט ער זוכה זיין נאכן געבוירן יצחק צו מאכן א גרויסע סעודה, ווי עס שטייט אין פסוק ווייטער אין די פרשה (כא, ח) 'ויעש אברהם משתה גדול ביום הגמל את יצחק'.

ג-ד. אויפ'ן קשיא ווי אזוי האבן לוט און די אנשי סדום אויך זוכה געווען צו זעהן די מלאכים במראה הנבואה, טענה'ט דער אברבנאל אז די פשט איז, אז דאס גאנצע מעשה וואס שטייט אין פסוק אז עס האט זיך אפגעשפילט אין סדום, איז אלעס א המשך צום מראה הנבואה וואס אברהם אבינו האט געזעהן, ווי כאילו די מלאכים גייען קיין סדום, און לוט איז זיי מקרב, בעוד וואס די שטאטס לייט שטעלן זיך אקעגן, אא"וו ווי די מלאכים נעמען ארויס לוט פון שטאט, און אז לוט'ס ווייב ווערט איבערגעדרייט צו א נציב מלח, דאס אלעס צו ווייזן פאר אברהם די סיבה פארוואס עס קומט זיך אזא עונש פאר די אנשי סדום, און די סיבה פארוואס לוט איז ראוי געראטעוועט צו ווערן, און אז זיין ווייב וועט נישט זוכה זיין געראטעוועט צו ווערן.

אבער אין אמת'ן אריין איז אין סדום אלעס אנגעגאנגען ווי געהעריג, און לוט מיט די אנשי סדום זענען אין די זעלבע צייט אנגעגאנגען מיט זייער לעבנסשטייגער, נאר דער באשעפער האט אריינגעגעבן א רצון אין לוט'ס הארץ ער זאל פון זיך אליינס ארויסגיין פון שטאט מט זיינע צוויי טעכטער און גיין קיין צוער, און אזוי איז ער געראטעוועט געווארן פון דעם עונש, בזכות אברהם ובזכות זיין הכנסת אורחים וואס ער האט זיך געפירט.

ה. אויף די קשיא פארוואס יעקב אבינו האט געהינקעט, אויב דאס זיך שלאגן מיט'ן מלאך איז נאר געווען בנבואה, ענטפערט דער אברבנאל, און אזוי שרייבט אויך דער רמב"ם'ס זוהן ר' אברהם בפירושו עה"ת און דער רלב"ג, אז עס געשעהט צומאהל אז א מענטש חלומ'ט ווי ער צוקלאפט זיך, אפילו ער וועקט זיך אויף, וועט ער פילן א ווייטאג כאילו ער האט זיך צוקלאפט במציאות, דורכ'ן כח הדמיון וואס מאכט יאהם עס פילן כאילו עס איז געשעהן במציאות. און אזוי אויך דא ביי יעקב אבינו, מרוב קלארקייט פון דעם מראה הנבואה, האט איהם עס אויסגעקוקט כאילו עס איז עכט געשעהן, און דאס האט גורם געווען אז ער זאל הינקען אפילו נאכן מראה הנבואה.

ו. און דאס וואס יעקב אבינו האט זיך דערשראקן פון דעם מראה, איז נישט פונעם עצם זעהן א מלאך בנבואה, נאר אויף דעם וואס די מראה האט געוויזן אז עס איז געווען א מלחמה צווישן יעקב מיט'ן שרו של עשיו צו עשיו זאל זיך קענען מתגבר זיין אויף איהם, און אויף דעם האט ער געדאנקט דעם באשעפער 'ותנצל נפשי' מיט דעם וואס ער האט געזעהן ווי ער איז מנצח דעם מלאך, ווייזט עס אז עשיו מיט זיין שר וועט נישט האבן קיין שליטה אויף איהם.


הכרעת ה'אברבנאל'
למעשה פירט אבער דער אברבנאל אויס זיין דעה, אז עס איז מער מסתבר ווי דער מהלך פון חכמינו ז"ל אז אברהם אבינו און אזוי אויך לוט מיט די אנשי סדום האבן געזעהן די מלאכים במציאות, וויבאלד נאך די תפילה פון אברהם אבינו שטייט (יח, לג) 'וילך ה' כאשר כלה לדבר אל אברהם', ממילא איז שווער צו זאגן אז די המשך 'ויבואו שני המלאכים סדומה' זאל זיין א המשך פון די מראה הנבואה, און אויב איז עס א נייע נבואה וואס לוט האט געזעהן וואלט געדארפט שטיין 'וירא ה' אל לוט', און נאך דערצו וואס לוט איז נישט געווען במדריגת הנבואה, מילא איז מער מסתבר ווי דער רמב"ן'ס טענה אז זיי האבן געזעהן די מלאכים במציאות ממש.
חוח בין השושנים האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 26, 2022 9:05 pm
עס איז איבערמארגן אין אמעריקע
וועןרענטל
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 12, 2019 3:40 pm

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועןרענטל »

מורעדיג הנאה געהאט

שוין געלערענט די רמב”ן דעי וואך אבער יעצט פארשטיי איך עס סך בעסער
זייער שיין צולייגט

די אברבנאל איז מיר געווען א חידוש
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

זייער שיין! א ריזיגן שכח
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3810
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

03 א שטיקעלע רמבן - וירא.pdf
(160.9 KiB) געווארן דאונלאודעד 73 מאל
אידישער ווינקל
אויך ווער עס באקומט פון זיי (פון לעצטע וואך):
info@newsjdm.com.jpg
[email protected] (25.37 KiB) געזען 2366 מאל
(אויב איינער האט ערפארונג מיט לדעת, ביטע קומט אין אישי)
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27194
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אזוי שיין אראפ געלייגט

יישר כח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

ר' יצחק דמן עכו איז מסביר די שטיקל רמב"ן ע"פ קבלה און זיין ספר מאירות עינים,
(דף ס"ח באלאנגט קודם, געלייגט בטעות פארקערט,)
אטעטשמענטס
Screenshot 2022-11-10 013246.jpg
Screenshot 2022-11-10 013246.jpg (208.25 KiB) געזען 2093 מאל
Screenshot 2022-11-10 013146.jpg
Screenshot 2022-11-10 013146.jpg (203.92 KiB) געזען 2093 מאל
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27194
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

גייט דער וואך זיין א שטיקעלע רמב"ן?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: א שטיקעלע רמב"ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

אורי, נישט אנגעקומען צו ליינען פאר שבת, אבער מיר קוקן ארויס אויף ווייטער! בכליון עינים.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”