א לעזונג צו אלע פראבלעמען...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10008
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

א לעזונג צו אלע פראבלעמען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

"איר קענט מיר אפשר אויסזאגן אייער סוד?"
"איר מוזט מיר זאגן וואסערע באהאלטענע קונצן האט איר געטון מיט אייער יענקעלע?!"
"זיינע שארפע שפיזיגע אויגן, וואס שיינען ארויס אין אן אומעטיגער קלאץ, האט מיר שוין פונעם ערשטן טאג פאראויסגעזאגט אז נאובאדי האום, נישטא מיט ווען צו דיעלן דא אפילו, אלע מיינע טריקס וואס איך האב שוין מקבל געווען פון די דורי דורות מלמדים, ביז מתושלח'ס מלמד אליינס, גארנישט האט געווירקט...
איר קענט מיר אפשר מגלה זיין צו וואספארע צויבער-מאכער האט איר אים גענומען?"
דאס זענען געווען א קליינער טייל פון די מיסטעריעזע פראגעס וואס דער ערפארענער מלמד הרב הערצאג האט אראפגעשטעלט, און אז הרב הערצאג זאגט אזוי, מיינט עס אז ער ווייסט וואס ער רעדט.

אבער דער ענטפער איז פיל פשוט'ער ווי וואלט זיך ווען געקענט אויסגעמאלן אין זיין באגאבטסטן חלום ביי זיין טעגליכער לאנטש דרימל אין מלמדים שטיבל.

דאס איז גארנישט מער ווי א רוטינער 35 מינוטיגער סעסיע ביי דר. קנאכפערשט ביי זיין אפיס אין ראקעפעלער נ.י.
*
דר. קנאכפערשט'ס דיאנאזעס זענען נישט געווען קיין בלויזע איבערמורמלאכטס פון די טרוקענע בלעטער וואס ער האט ארויסגעליינט אין די גראבע ביכער, זיין ערפארונג איז נישט געקומען אין רעזולטאט פון די אלע שטודיעס וואס ער האט געלערנט דורכאויס זיינע יארן אין קאלעזש, נישט ווייל ער האט זיך נישט באטייליגט דערביי, אין פאקט האט ער גראדואירט פון זעקס פון צווישן די צען מערסט-פרעסטזשפולע אוניווערזיטעטן אריבער דעם גלאבוס, ער האט געקריגן דיפלאמעס פון העכסטן ראנג.

אבער מיט אלעס איז זיין הויפט עקספערטיז נישט זיי צו פארדאנקען, זיין פראפעסינאליזם איז נובע הויפטזעכליך פון זיין קאלירפולן זעלטענעם לעבנס-ערפארונג וואס ער האט באוויזן מיט זיינע אייגענע כוחות זיך ארויסצודראפען דערפון, און זאגאר ארויסנעמען די ריכטיגע לעקציעס דערפון, וואס דאס האט אים צוגעברענגט צו ציען זיינע ענגליטיגע מסקנות, אויסצוטרעפן זיין אייגענעם אייגנארטיגן מעטאדע, וואס שטארט ארויס מיט די וואונדערליכע סוקסע-געשיכטעס, וואס קיין נברא אין די וועלט האט נאכנישט באוויזן צו פלעמעניטירן.
*
זשערמיא קנאכפערשט איז געבוירן געווארן אין שטוב פון זיינע עלטערן, אום יארע `79, זייער אסימילירטער אידישקייט און די פארגאנגענעם לעבן זייערע האט בעצם גארנישט באדייט פאר אים. סיידן זייער באנעמונג און אומשטייגערליכע לעבנסשטייגער וואס איז געקומען אלס דירעקטער תוצאה פון דעם.

ווי ער דריקט זיך אויס אין איינע פון זיינע ביכער וואס ער האט מיט יארן שפעטער געשריבן און פאבליצירט, וואס איז אגב געווען 13 וואכן אין די העלט-זשורנאל'ס ליסטע פון די בעסטע-פארקויפנדע ביכער אין די מעדעצינישע וועלט, זענען זיינע בעסטע מינוטן געווען, ווען ער האט זיך געקענט איינשפארן אין באדע-צימער פאר עטליכע מינוטן צו כאפן א טוש, און דערביי פארטושן אביסל זיין צוקאליטשטער מוח. אבער צו לאנג האט נישט געקענט אויסנוצן די איראניש-גליקליכע מינוטן, ווייל זיין פאטער איז שוין געקומען קלאפן אויפן טיר, זיך זארגנדיג פאר זיין וואוילזיין.
זיין מוח האט געפארדערט איין זאך, מחשבה. אבער דאס איז געווען פון וואס זיינע עלטערן זענען אזוי אנטלאפן, אויב ער איז געליגן אין בעט, און פרובירט צו אויסקלארן זיינע געדאנקען, ווען איז זיינע אויערן טוט די ראדיא זושמען אויפן העכסטן טעמפא. האט דאס נאך געהייסן א שטילע נאכט. אין מערסטנסטייל האט ער גאר גענאסן פון רייכע מוזיק וואס האט געווירבלט אינעם גאנצן איין רומיגן סטודיא-אפארטמענט, פון וואו מען האט זיי שיר-נישט ארויסגעווארפן יעדן טאג, די קומבענאציע פון ווילדע אפריקאנע איבלענישן וואס טוען זיך הארמאניזירן מיט סאלידע קלאסישע קלעזמער, איז געווען א צוזאמשטעל וואס בלויז זיין מוטער מיט איר גרויסע עקספערטיז אין מוזיקאלישן פעלד האט געקענט ממציא זיין. פארשטייט זיך אז דאס איז מיטגעקומען מיט צווישן-רופן און ערקלערונגען אויפן יעדן איינציגסטן קלאנג. מיט א שטימע וואס האט געברויכט איבערשרייען אלע קולות בענעזאם.
*
אין א העלן פרימארגן האט זשירמי זיך אויפגעוואכט אין גייסטישן-אנשטאלט, נישט וויסנדיג וועלכע טויב האט אים אהערגעשליידערט. במשך פון די געציילטע חדשים וואס ער האט דארט פארוויילט זענען אלע זיינע נעגל צעביסן געווארן פון זיינע חרטה-געפילן וואס האט געפלאגט זיין געוויסן. ער האט נישט געקענט פועל'ן ביי זיך מוחל צו זיין זיך זעלבסט, אויף די באפרידנדיגע הרגשה וואס ער האט געשפירט ביי זיך משך די ערשטע האלבע שעה נאכן ווערן טראנפארטירט אהער.
ראלער-קאסטערס און וואל כוואליעס זענען די בעסטע ביישפילן פארצושטעלן דיזע שטורמישער דורכגענג, אבער מיט זיין ערוואקסענער פארשטאנד און טיפע געדאנקענגאנג האט ער באוויזן צו איבערקומען און בלייבן ביים זינען. דער עקלהאפטיגער נאך-טעם פון דעם פארמיאוסטן מהלך החיים האט אים באוויזן צו פארבינדן צו זיין שורש, און ער פירט זיך היינט פארהעלטנסמעסיג טראדיציניאל אידיש, השי"ת זאל אים אוודאי גענצליך צוריקברענגען בקרוב, אינאיינעם מיט אלע אונזערע פארשטויסענע ברידער, אבער צו די פארביסנקייט וואס זיינע עלטערן האבן פארמאגט איז עס ווייט נישט קיין דמיון.
*
מרס. מיקקוקו האט אריבערגעשפאנט דעם שוועל פון דר. קנאכפערשט'ס אפיס, אין די רעכטע האנט האט זי אנגעהאלטן איר זעקס א האלב יעריגער קעפאורי, וואס האט זיך נאכעשלעפט ווי אן הונטל נאך זייין אייגנטומער, האט דר. קנאכפערשט מיט זיינע דורכדרינגליכער בליק אין געציילטע סעקונדען אויפגעכאפט די באציאונגען צווישן מאמע און קינד, ער האט איר אויסגעפרעגט איבער דעם טעגליכער סקעזשול, און איר כסדר'דיגע אינטערנעט באנוץ בלויז צו איבערצייגן אז זיין שאצונג איז געווען אקוראט.
נאך א פולקאמער עקזאם, האט דר. קנאכפערשט אריינשפאצירט מיט דעם סעלוציע איינגעוויקלט אין א קליין שאכטל, דער קליינער קעפאורי האט דאס איבערגענומען פון אים, געשווינד אנגעטון און אוועקשפאצירט פון דארט ווי א נייער נברא.
*
ביים וויזיט אונזערע ביי דעם פראפעסאר, איז אויסגעקומען צו דערמאנען דעם סיפור וואס די גמרא דערציילט אויף נירון קיסר אז דער שוך איז נישט אריין אינעם פוס, און מיר האבן איבערגעטייטשט דעם לשון הגמרא, "א גוטע שמועה מאכט פעט דעם ביין". דער הויכגעשעצטער פראפעסאר מיטן גלעזער אויפן שפיץ נאז איז פארשטימט געווארן פאר א וויילע, ער האט געעפנט זיין מויל און איר צוריק פארמאכט.
דאן איז ער ארויס פאר א מינוט, און צוריקגעקומען מיט א דיקן ביכל, אויפן דעקל איז ארויפגעדרוקט; "דער אייזערנער פערשט פונעם גאלדענעם געביידע; דר. זשערמיא קנאכפערשט. ער מישט אויף צו בלאט 469 שטייט די פאלגענדע ווערטער, "די השפעה וואס א געמיט האט אויפן פיזישן געביין פונעם קערפער איז קראנט, א געשמאקע נייעס וועט פאקטיש גורם זיין אן אויפבלאז אינעם קנעכל ביין."
*
נאכ'ן יארן שטודירן סיי די פסיכישער טייל פונעם מוח, וואס דאס איז דער גורם צו אלע באנעמונגען און גייסטישע טיילן פונעם מענטש. און סיי די פיזישע געבוי פונעם קערפער, וואס דאס נעמט אריין אלע מוסקלען און ביינער, אדערן און טישוס. איז דר. קנאכפערשט געקומען צו דער אויספירנדער מסקנה אז די צוויי זענען גאר ענג פארבינדן אויף א קעגנזייטיגער פארנעם.
עס הערט זיך דראמאטיש, אבער מען קען עס עקספרעמענטירן אויף זיך אליין, ווען עמיצער איז אין א געפאלענער גוסטע, וועלן זיינע פיס שווער ווערן, זיינע טריט וועלן זיך נאכשלעפן נאך זיך. דאס איז דער ערשטער דירעקציע, און די פארקערטע ווירקונג וועט זיין ווען ער וועט פארשנעלערן די טאקט פון זיינע טריט, דאן וועט ער צו זיין איבערראשונג זיך טרעפן אויפגעהייטערט און מוטיג אין א רעלאטיוו בלויז קורצער צייט.
*
אין די יארן ווען זשירמי האט פארברענגט אין דער פוס-פלאך אפטיילונג אין דעם יאפאנעזער הויפט שפיטאל. זענען אים מיטאמאל ארויפגעשווימען די קאשמארן פון זיינע קינדער יארן, די אומעטיגע געפילן וואס האבן אים סוב-קאנטשעסלי באנומען, האבן אים געגעבן אנצודייטן אז ערגעצוואו זענען די צוויי זאכן פארבינדן.
דאס איז געווען דער גלאטער אנהויב פון זיין יארן-פארצווייגטער אנאליז וואס ער האט צוזאמגענומען פון די הונדערטער פאציענטן וואס ער האט אונטערזוכט און אינטיואווינירט אינערהאלב זיינע פילע קאריערעס במשך די יארן.

דער פוס-פלאך פונעם קערפער, דארט שטעקט דער באלאנס, דאס איז ווי דער פונדאמענט פונעם געביידע. דער פוס ברויך האבן א קאמבינאציע פון פאקטארן אז ער זאל קענען פונקציאנירן ווי עס באדארף צו זיין. און דער דאמינא-אפאקט ווען זיינע געברויכן ווערן נישט ערפילט זענען שטוינענד. זייענדיג דער סאמע-הויפט-באזע פארן אונטערהאלטונג פונעם קערפער'ס געביידע, קען דר. קנאכפערשט מיט א קליינעם צוגאב אדער אינסערט אינעם פערשט אדער פוס-פלאך איבערדרייען דעם גאנצן געזונט-צושטאנד פונעם מענטש.

ווען דער אדיקט נאגט זיין ציגארעטל, ערקלערט ער ביי איינע פון זיינע לעקציעס, ווייסט ער ניטאמאל וואס דרייווט אים. אבער דער ווארהייט איז אז דאס א ןאינעווייניגסטע אומבאפרידיגונג אינעם זעהלע, וואס וועט נישט נאכלאזן ביזן ערהאלטן זיין געוואונטשענע פארציע ניקאטין. מיטן אים שטעלן אויף א זיכערע פאזיציע וועט זיין זעלבסט-זיכערקייט אים באפרידיגן און איבערנעמען, און וועט אים דערלאנגען א פארציע זעלבסט-קאנטראל זיך צו נעמען אין די האנט.

אויפן ווארט זאל פון זיין געביידע זענען צונאגענאגלט פילע שטעק-הענגערס צו פלאצירן די שיך פון זיינע אומצאלגיע פאציענטן. דאס איז ווי אן אריינפיר צו די וועלט פון די פוס פלאך אייזערנע באזע טעאריע, אין ואס דר. קנאכפערשט האט שוין באוויזן צו לעזן אזויפיל קאמפליצירטע מיחושים און דיסארדערס. סתם אזוי וועט אבער דר. קנאכפערשט נישט ראטן צו גיין בארוועס. עס ווענדט זיך אין פילע פאקטארן, אויפן ווייכן גראז איז איין זאך, אויף אויסגעצויגענעם קארפעט איז א צווייטע זאך, און אויף דער הארטער טעראסע איז אן אנדער פעלד אינגאנצן.
*
ווען טאנטע דרעזיל האט פארפירט ביי שרה פערעלע'ס חתונה, אז מען מוז נעמען דעם קליינער אברהמעלע צו דר. קנאכפערשט, האט מען איר אנגעקוקט ווי דער עלטער-מומע וואס חלומ'ט בייטאג. וואס קען שוין זיין די שייכות פון זיין איבערוואגיגקייט מיט א פשוטער פוס-דאקטער?

אבער דער דאקטער מיט זיין לשון לימודים האט באוויזן אויפצואווייזן דעם שורש פונעם פראבלעם און זיין ענדגילטיגער לייזונג, עס איז א צוזאמשטעל פון אומסטאבילע בלוט צירוקלאציע, און שווערע טריט וואס ברענגט ווייניגער אפעקטיווע איבונגען. איבריג צו זאגן אז מיט די HQvh8554Ki-8563 מאדעל פון די האקסי-פאקסי שוך פירמע, איז די צירקולאציע מסודר געווארן, און מיט די אטאזשירטע טעפ מיט די מיקראסקאפישע ספרינגס זענען די טריט לייכטער געווארן ווי ניי געבוירן.

די סארט שיך, זאקן און שטיוולען וואס דר. קנאכפערשט שלאגט פאר פאר זיינע פאציענטן, פארנעמט א סטארעזש געביידע פון עטליכע סקווער-בלאק, נאך א וויזיט קען מען ערווארטן אויף די פאסט א גאנצער פעקל, מיט פארשידענע סארטן און מינים, געאייגנט פאר אין שטוב, גאס, שולע אדער פארוויילונג ערטער.

מיט זיין באגאבטן כח הדיבור ווייזט ער אן ווי אין מערסטנס פעלער איז דער כח הבושה א רעזולטאט פון וואקלדיגע טריט, אנגעצויגנקייט שטאמט פון דריקנדע פיס, און דעפרעסיע פון שלעכטע פוסטריט. איראניש ערקלערט אז די אנהויב-זמן אנגעצוינקייט שטאמט פון די אויסגעדראשענע לעדערנע יום-טוב-שוך. און די מערסט פאסיגע ביישפיל איז נאך די אומבאכלעפטשעטע פארנומענע חתונה-סעזאן, וואס איז אן קיין צווייפל א גלאטע פועל יוצא פון הויכשטאקיגע שטעק-שוך.

און נישט נאר פון גייסטישע און כראנישע פראבלעמען האט דער מעטאדע באוויזן ארויסצושלעפן, לויט די עדות פון דר. קנאכפערשט זענען שוין גאר זעלטענע מחלות מיסטריעז פארשווינדן געווארן נאכ'ן באנוצן מיט זיינע פארגעשריטענע מעטאדן און אויסגעשטאטע שוך-אביעקטן.
*
אבער מיינט נישט אז דער באצויברנדער מהלך איז געווארן אויפגענומען מט אן אויסגעשפרייטן רויטן טעפיך, אין די סייענטיפישע מעדיצינישע וועלטן, די הויכגעשפריצטע פראפעסארן האבן נישט געקענט אראפשלינגען די סוקסעסן פון זייער'ס א קאלעגע, און טוען דאס אוועקמאכן אלס פאנטאזיעס און כישוף-קראפט. כאטש וואס די רעזולטאטן פאטשט זיי אין פנים פאסט זיי נישט מודה צו זיין.

דר. קנאכפערשט דארף זיך פארמעסטן מיט א צאל אנקלאגעס, און סוספענדירטע לייסענס און מעדאלן, אבער דאס האלט אים נישט אפ פון ארויסגעבן דעם אמת פארן פאבליק, און ארויסהעלפן אזויפיל באקריוודעטע בירגער. און הגם זיינע שיך זענען טאקע נישט סובסידירט דורך די אלגעמיינע אינשורענס פירמע, וועט ער אויסארבעטן א פעימענט פלאן צו קענען אויסצאלן די שווערע קאסטן אין וואס אזא קאסטבארע הייל-מיטל שלעפט אריין, און אזוי אויפרעכטן אזויפיל פארפלאגטע חולי-נפש און לינדערן זייער שמערצליכער פיין.

מכאן שניתנה רשות לרופא לרפאות.
לעצט פארראכטן דורך הלבלר בקולמסו אום מאנטאג אקטאבער 31, 2022 5:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7238
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א לעזונג צו אלע פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

הנאה געהאט.

Your search - HQvh8554Ki-8563 - did not match any documents.
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: א לעזונג צו אלע פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

זיס געשריבן!

לענינינו?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7238
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א לעזונג צו אלע פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

באקסער בוים האט געשריבן:
זיס געשריבן!

לענינינו?
מן הסתם האט ער געוואלט ארויסברענגען וואס זיין קולמוס קען אלץ באווייזן ב"ה וואס איז הערליך שיין און זיס און געשמאק וכו'
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5458
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: א לעזונג צו אלע פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

און נאכדעם איז געקומען טאנטע דרעזיל, און צוגעכאפט די האקסי פאקסי שיך פון דר קנאכפערשט און דערמיט געגעבן א פאטש פאר דזשירמי.

אמת?
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10008
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: א לעזונג צו אלע פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

באקסער בוים האט געשריבן:
זיס געשריבן!

לענינינו?
א. גלייב נישט קיינעם

ב. אלעס מיינט געלט

ג. ווער ס'זאגט צו אלעס פארקויפט גארנישט

ד. דיך צו דרייען א קאפ

ה. אנצופילן די פיר טויזענסטע

ו. לאמיר הערן פון דיר עפעס

ז.

ח.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6469
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: א לעזונג צו אלע פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
באקסער בוים האט געשריבן:
זיס געשריבן!

לענינינו?
א. גלייב נישט קיינעם

ב. אלעס מיינט געלט

ג. ווער ס'זאגט צו אלעס פארקויפט גארנישט

ד. דיך צו דרייען א קאפ

ה. אנצופילן די פיר טויזענסטע

ו. לאמיר הערן פון דיר עפעס

ז.

ח.

זייער זיס און געשמאק צו ליינען...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3174
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

Re: א לעזונג צו אלע פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

עס הערט זיך דראמאטיש, אבער מען קען עס עקספרעמענטירן אויף זיך אליין, ווען עמיצער איז אין א געפאלענער גוסטע, וועלן זיינע פיס שווער ווערן, זיינע טריט וועלן זיך נאכשלעפן נאך זיך. דאס איז דער ערשטער דירעקציע, און די פארקערטע ווירקונג וועט זיין ווען ער וועט פארשנעלערן די טאקט פון זיינע טריט, דאן וועט ער צו זיין איבערראשונג זיך טרעפן אויפגעהייטערט און מוטיג אין א רעלאטיוו בלויז קורצער צייט.

בפירוש'ע רש"י אין פרשת ויצא, אז נאך די גוטע בשורות האבן די פיס פון יעקב זיך געהויבן ווי פון זיך.
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1244
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: א לעזונג צו אלע פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

כ'האב נישט געוויסט איר קאנט דאס אויך,

האמת אגיד נאכן לעזן עטליכע פאראגראפן האב איך מיר גענומען ליינען גאר שנעל אויסלאזנדיג ווערטער ווייל כ'האב געוואלט צוקומען צום פוינט,
גרייכנדיג צום סוף און זיך דערזען אז דעיר איז נאו פוינט האב איך איבערגעליינט ס'גאנצע רוילי קויסטי, און שטארק הנאה געהאט,

מזל טוב
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6711
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: א לעזונג צו אלע פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

הערליך שיין און מזל טוב צום פירער!
זאלעך?...
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע:ביי די ארבעט

Re: א לעזונג צו אלע פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

enjoy האט געשריבן:
הערליך שיין און מזל טוב צום פירער!
אזוי זאג איךמיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
א נייניקל
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א לעזונג צו אלע פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

enjoy האט געשריבן:
הערליך שיין און מזל טוב צום פירער!
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10008
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: א לעזונג צו אלע פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

אדער יא האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
עס הערט זיך דראמאטיש, אבער מען קען עס עקספרעמענטירן אויף זיך אליין, ווען עמיצער איז אין א געפאלענער גוסטע, וועלן זיינע פיס שווער ווערן, זיינע טריט וועלן זיך נאכשלעפן נאך זיך. דאס איז דער ערשטער דירעקציע, און די פארקערטע ווירקונג וועט זיין ווען ער וועט פארשנעלערן די טאקט פון זיינע טריט, דאן וועט ער צו זיין איבערראשונג זיך טרעפן אויפגעהייטערט און מוטיג אין א רעלאטיוו בלויז קורצער צייט.
בפירוש'ע רש"י אין פרשת ויצא, אז נאך די גוטע בשורות האבן די פיס פון יעקב זיך געהויבן ווי פון זיך.
אה"נ. וזיל קרי בי רב.
אבער נאר דער ערשטער חלק.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
יעקב פריינד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7317
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: א לעזונג צו אלע פראבלעמען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
זייער זיס און רייך געשריבן.

און מזל טוב פארן 4000 תגובות!
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: א לעזונג צו אלע פראבלעמען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

האמיר דורך געליינט די ארטיקל מתחילתו ועד סופו, און מיינע פוס קיצלט מיך כווארט שוין קוים אריין לייגן די פוס אין דאס...
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: א לעזונג צו אלע פראבלעמען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

מזל טוב הלבלר!
כאָטש עס איז זייער גוט געשריבן וואָלט עס געקענט נוצן א בעסערער אויספיר…
אבער עס איז געשריבן זייער רייך, געשמאַק און באַ'טעמ'ט…
ש'כח.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18077
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: א לעזונג צו אלע פראבלעמען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »



פראבלעמען וויייסעך נישט.. אבער וואס צו לעזן איז דא דא..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
עס איז איבערמארגן אין אמעריקע
שכח ר' נח
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 1:09 pm

Re: א לעזונג צו אלע פראבלעמען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכח ר' נח »

As we spoke זענען מיינע פיס שווער אבער האסט מיך דערמאנט די גוטע טעג ווען זיי האבן געוואקט לייכט
שכח פארן זאפטיגן באשרייבאכטץ !
דאנק דעם אייבערשטן!
איבעצייגט אייך אליינס ס'גוט ס'זיס. ווען סאיז גוט און ווען סאיז נאך בעסער אייביג!!!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19690
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: א לעזונג צו אלע פראבלעמען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

זייער א רייכע שריפט.

לגופן של דברים. עטס קענטס אלע לאכן. איך ווייס אז אין ארץ ישראל איז דא א דאקטאר וואס טענה׳ט אז זייער אסאך פראבלעמען ליגן אין דעם וואס מגייט נישט גוטע שוך. איך האב מיטגעהאלטן בשעתו ווען איינע פון מיין פאמיליע האט זיך געמוטשעט גאר א לאנגע צייט מיט האלטן, זי איז געגאנגען צו דער דאקטאר, ער האט איר געמאכט ספעציעלע ספידעס און זי האט ברוך השם א שטוב מיט קינדער.
אויב איינער מיינט איך מאך א ווערטל, ניין א אמת׳ע מעשה.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
בערך
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 02, 2022 11:29 pm

Re: א לעזונג צו אלע פראבלעמען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערך »

יעצט געליינט הערליך און זאפטיג!!
א מחי צו ליינען!!
שכויעך
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: א לעזונג צו אלע פראבלעמען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פיין אראפגעלייגט און גוט געפוינטעד!

מזל טוב צום פירער... אמממ ככככ'ממיין דער נייער וואס קומט שוין באלד...
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”