קומי צאי, מ׳מאכט א מהפכה!
סאיז אזוי ווי מען נעמט צוויי האט פעפערס אריינמישן מיט 7 אויסגעשפראכענע טיילווייז באקראצע פלאמען, סארי באט ס׳ארבעט נישט אזוי. קענסט נישט אנקומען אינמיטן א שמועס און אנהייבן שיסן מבינות לייק נעווער טאמראו. ווילסט זאגן מיין דעה? קראנקערהייט! אבער פארדעם דארפסט שוין בינדן דיין שיך פון אונטן ארויף?! מיין קליין טאכטער רחל כאפט שוין שנעלער די באלי אראפ פונעם דרייוועי.
יא יא... יעדער פארשטייט וואס מ׳רעדט, און אויב נישט, טאקע דיר מיינט מען. מ׳כראפעצט אריין ביזן אדמה, מ׳שיסט עדיטוט פארשמירט מיט אויסגענוצטע טוטבראשעס. די צוזאמשטעל פון די לעצטע צוויי איז א קאמבינעישן ווי א באבע וואס וואקט אריין אינמיטן די חתונה פון איר ניסעס עלטערן. איי ס׳קענדאכניש זיין? טאקע דאס טענה איך, פארוואס אין די פארויכערטע פארציע מיינסטו אז דו וועסט קענען קאנווינסן פאר׳תמ׳טע קעפ מיט בעיסיק קאמען סענס?!
ווען מ׳האט געטיילט האבן זיי דאך גענומען מיט א שעפ לעפל. פון וואו ווייס איך? איך בין דארט געשטאנען. נאר דער אויבער חכם האט דאס אריינגעגאסן ביי מיר אין מוחי, ער׳ט געמיינט ער טוט מיר אפ אדערווייל פוצט ער זיין נאז, און ביי אים איז געבליבן א אויסגטרינקענע באטל מילך, קוים אפאר טראפעלעך האט ער באוויזן צו צוזאמקראצן. גיסט אריין די פאר טראפן, אבער זייענדיג אזוי היציג אז דאס ביסל אויך פארשימלט. און ער קומט מיר יעצט פארהאלטן פארן דרייוון אויף זיין פארקוועי. ׳סטע געהערט אזאנס?!
גיי דיר פון וואו איך בין געקומען און פאלג מיר א גאנג (ס׳מיינטאס?), פארשימלטע פאטעטעס, פרעש מיט טאמעיטא סאוס, געצוויקלטע פלוימען מיט פארכמארעטע שאלאטן. גארנישט אנדערש זעט אויס ווען דו קומסט אריין צום שמועס, ס׳הייבצעך אן פיס מיט נעזער, און ענדיגט זיך מיט שיך אן קיין בענדלעך (נאכוואו, מ׳קען מיינען זיין מאמע האט אים נישט אויסגעלערנט.. חי חי...).
נאך א האלבע שעה דרייט ער זיך אויס און הייבט אן מיט גילוי.. העי רעבע ס׳איז טווענטי טווענטי טרי (ער זאגט עס נאך מיט א פראפעניאלאטעיטישע אקצענט, טשרי.. דערצילל פאר מיין עלטער באבע אז דו קענסט ענגליש..), נישט מיין באבע און נישט דיין זיידע האבן אין דריטן חלום זיך בכלל געקנט קענען. אין די פיפטע ווייסעכניש, מ׳האט מיר דענסמאל שוין ארויסגעשליידערט פון בעט. נעבעך מיין קישן, זי פארגיסט נאך ביז יעצט טייכן טרערן אזש זי מאכט נאס די קישן (חחח.. א קישן באנעצט א קישן.. אזא דבר בהיפוכו קאנסעפט).
פלאג (מיט א פינטל אין די פיי) אים א ראנק, ער וויל נאר שטייגן, אבער גיי זיי אים מסביר אז ס׳קומצעך אים ווי א באנאנע אינמיטן סדר נאכט, אקעי, ניש ממש, זיין טאטע פלעגט דאס נוצן פאר כרפס, אבער עטליסט נישט מיט חרוסת.
שטייסטע אזוי אפגעזינדערט?! איי מיען אפגעוינדערט.. האעווער נעווער מיינד באווינדערט. איך מיין זאלסט געבן א קוק די פאנטש ליין און פארמיידן אן אטאקע.
העי איימעניט, וואו אהין מיינסטו גייסטו?! ׳שטא קיין פאנטש ליין בלייב דא. שמעקטיך נישט? שמעק ניש, אדער לויף אריבער די גאס ביים קארנער הויז רינג די בעלל און לויף אוועק..
שוטה דו, בשטויס השוטים בשטותים משותתים קוקטעס אזוי עס, מ׳הייבט אן די שמועס (איך קום שוין צום ווארט, לויפט נישט אוועק ביי שולחן כורך ס׳איז נאך דא א לאנגע גאנג (אה, דאס מיינט פאלג מיר א גאנג, יעצכאפיך, און איך נאר פלאג מיר נאך צו פארמינערן די נאכווייען (וועכע?).
סאו תכלית, די וועלט האט אייביג געהאט שוואכע צייטן, די היסטאריענזישע קעפ ווייסן צו פארציילן איבער פויסטן וואס האבן זיך געשלאגן מיט צעפליקטע הינער און דאך האבן זיי געזיגט מיט א זיגרייכע זיג. שוין יענטסמאל האבן זיי אויפגעקומען מיט די טעאריע אז א יחיד קען סאך מער אויפטון ווען ער קוקט אין יענעמס שפיגל, אבער די וועלט פארשטייטעס ניש, ווענגלייך מ׳נוצט נישט די ווארט דא בכלל, אבער סא׳חילוק, אויב ליינסטו נאך האסטו א שטערנדל אויפן שטערן און אניש קען איך דאך שרייבן וואס איך וויל.. (גרויסער חכם, הייסטעס האסט מיר אויסגענארט יעצט? חי חי חי.. און נאך איינס חי.)
קומען זיך צוזאם יעדן טאג פארשלייערטע פארשוינען סטעמפלען אפ מיט מאדנע סלאגאנען, פאברעצירן סטעיטמענטס ארויס פון די פינקי פינגער, שמעקן שמעקט עס ווי געפילטערטע הערינג געדיפט אין איבערגענכטיגטע אייער.. אה, אייער, נו וואדע ער דרייט א קאמפיין אייער אייער, ווען דו קומסט אן טרעפסטו דארט די טשיקן שלאפן, סאו וואס פונקטליך דרייסטו די יוצרות?!
הערצעך קענטליך, אה? עקזעקטלי דאס איז מיין פוינט, באזעסענע מענטשן קומען זיך צוזאם ווילן זיך ווייזן וויפיל איינער (נישט פארמישן מיט אייער, שוטה..) איז קלוגער פון דריטן, און דער צווייטער שטייט אינצווישן ווי א שמויגער און פרובירט כאפן וואס פונקטליך משה יחזקאל האט געמיינט ווען ער האט געשריבן ׳ס׳גייט יעצט געשען׳. הייסטעס ווען ער שרייבט ווען באלד וואלטיר אלעס געשטומט? פון וואו נעמען מענטשן די שוואכקייט?!
איך מיין די סעלוציע איז זייער קלאר, וברוך שנסר נסרים לקוברים, זיי שווערצן א שווערצעניש, באגראבן אונטער הויפענעס פון הבלים, ברעכן אויס בפני קהל ועדה, לויפן צוריק אריין אין דאמעטארי, און צופרי ווען דער וועקער וועקט זיי איז מפטירין כדאתמול.
ס׳איז אבאוט טיים! נעמט אראפ דעם שלייער ווארפט אוועק די מאסקעס! אליהו וועט נעמען דער גילוי, און דא וועט מען קענען רעדן ווי נארמאלע מענטשן.
קומי צאי -יעדער יחיד ווייל אנדערש וועט דאס נישט ארבעטן.
מ׳מאכט א מהפיכה!איי מיען.. א רעוואלוציע.
זייטס גרייט מיט די פאפירן, ס׳וועט נישט העלפן פארפירן,
יעדעם גייט מען טשעקן, אויף די פראפייל באקומען א טשעקל,
און די עקשנים וועלן קענען גרעבצן אינדרויסן, אייוועלט וועט זיך קענען גרויסן!
אויב פאסט דיר נישט צו ראגירן פוץ ארויס פון דא. סימפל, ניין, דו וועסט נישט קענען זאגן העי איך האב געוואוסט, ווייל דו האסט נישט. והא ראיה דו מאכסט צו דעם אשכול און דו רעדסט זיך איין אז יעצט ווערט דאס גערעכנט כאילו דו זאלסט עס נישט האבן געליינט. האב איך פאר דיר פרישע נייס ס׳איז געענדיגט די צייטן.
יעצט פלאץ, איך ווייס עני וועי וואס דו גייסט יעצט טון, נו וואדע מלך פורץ גדר, די צעטיל ליגט און דיין טאש..