איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע?? (תגובה 1200)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע?? (תגובה 1200)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

נאוועמבער 12 2001 למספרם

עס איז א געווענליכער מאנטאג 8:00 אינדערפרי ניו יארק טוט זיך מ'קומט מ'גייט יעדער איז פארנומען מיט דאס זייניגער.

נישט אנדערש איז געווען אין JFK לופטפעלד מענטשן שטייען און די ליניעס מ'גייט דורך סעקיורעטי מ'קויפט דוטי פרי אייטעמס אלעס ווי נארמאל .

אין לופטפעלד קען מען גראדע שפירן א געוויסע אנגעצויגנקייט אין די לופטן שטייענדיג קוים 2 חדשים מיט א טאג פון די שוידערליכע סעפטעמבער 11 אטאקעס און מאנהעטן וואס האט אראפגעברענגט די טווין טאווערס אומברענגדיג 3 טויזענט (דאן נאך געהייסן 5+ טויזנט) מענטשן און דא שטייט מען אין לופטפעלד.
אבער נישט געפערליך יעדער פראבירט נישט צו טראכטן פון דעם נאך אלעם מוז מען דאך אנקומען אווי מ'דארף .

נישט אנדערש זענען געווען די 251 מענטשן וואס זענען געשטאנען ביים געיט ווארטענדיג ארויף צוגיין אויף זייער פליגער אמעריקען עירליינס פלייט 587 וואס וועט זיי נעמען פון ניו יארק קיין סאנטא דאמינגא די קעפיטאל אין די דאמיניקען ריפאבליק.
צווישן די פארזאמעלטע דארטן ביים געיט האט זיך געציילט לאנדסלייט פון פארשידענע לענדער אריינגערעכנט פון פראנקרייך. הייטי. ארץ ישראל. טייוואן. ענגלאנד. און פון די פאראייניגטע שטאטן.
דער זייגער ווייזט 8:50 און מ'הייבט אן באורדען צו ערשט זענען ארויף די 16 וויכטיגע לייט וואס גייען זיצען אונעם ערשטן קלאס דערנאך דערנאך די איבריגע 235 פאסאנדזשירן און מיט דעם אנגעפילט די איבריגע זיצן פונעם פליגער.
די 9 פלי געזעלשאפט זענען ארום געגאנגען העלפן דעם ציבור זיך מסדר זיין.
נאך אפאר מינוט יעדער זיצט שוין די פלי געזעלשאפט ווייזען זייער שוי שפיל וויזוי מ'מאכט צו די די סיט-בעלט יעדער פארצייכנט זיך ווי די נענסטע עמערדזשענסי עקסיט איז ''עס קען זיין אז די נאנסטע עקזיט געפינט זיך גאר אונטער אייך..."
די זייגער ווייזט שוין 9:10 די פילאטן גרייטן זיך פארן טעיק אף....
די צוויי פילאטן דער פירסט אפיסער מיט די קאפיטאן האבן זיך אפגעשמיעסט אז דער פירסט אפיסער וועט זיין פיילעט פלייאינג און דער קאפיטאן וועט אבזערווירן און וועט האנדלען די ראדיאו מיט די עיר טראפיק קאנטראל. דאס איז גראדע נישט קיין אומגעוועיליכע זאך פארן קעפטן צו הייסן דעם פירסט אפיסער צו זיין פיילעט פלייאינג.
9:15 די פליגער שטייט ביים ראנוועי און ווארט פאר ערלויבעניש פון עיר טראפיק קאנטראל זיך צו הייבן די ערלויבעניש האט טאקע נישט געשפעטיגט און 9:16 האט אמעריקן פלייט 587 באקומען רשות זיך צו הייבן.
די מאסיווע ענדזשנס האבן זיך אנגעהויבן דרייען מיט א מאכטפולע קראפט און די פליגער האט אנגעהויבן די געלויף אויפן ראנוועי און נאך אפאר סקונדעס זיך געהויבן .
נאך געציילטע סעקונדעס זיין און די לופטן האט עיר טראפיק קאנטראל פארלוירן קאמיוניקאציע מיטן פליגער.
די זייגער איז 9:17 עס קומט אריין א ריף צו 911 איבער א מאסיווע פייער אויף 116 סטריט און בעל הארבער וואס איז ממש אקעגן איבער די jfk לופטפעלד .
בילד
עס האבן זיך גענומען פליען עמערדזשענסי וויהקעלס פון אלע זייטן פייער טראקס פאליציי און אמבעלאנסען האבן געמאכט זייער וועג צום סצענע .
עס האט נישט געדויערט לאנג נאכן אנקומען און מ'האט געקענט באשטעטיגן אז פלייט 587 האט אראפגעקראכט אומברענגענדיג אלע 260 פאסאנדזשירן ווי אויך די פילאטן.
אזוי אויך זענען אומגעקומען 5 אויף דער ערד ארויפברעגענדיג די צאל אומגעקומענע צו 267 נפשות.
בילד

די קראך איז געווען אזוי מאכטפול אז עס האט אראפגעברענגט 5 הייזער און אפי' גאנצע שטיקער פונעם באורד וואלק זענען געווארן צושמעטערט אבערלאזענדיג די געגנט פון בעלל הארבער פארויכערט און מיט ברוכווארג.



גלייך האבן שמועות אנגעהויבן צירקעלירן אז מ'רעט דא פון נאך א טעראר אטאקע שטייענדיג קוים נאך סעפטעמער 11 און נעמענדיג אין באטראכט אז אין בעלל הארבער האבן דאן געוואוינט גאר אסאך פייער לעשער און פאליציי אפעצירן וואס האבן אנטייל גענומען ביי די רעטונג אפעראציעס ביי די טווין טאווערס.
ווי איינער פון די פייער לעשער האט זיך אויסגעדריקט ''ווען די רוף איז אריינגעקומען אז א פליגער האט געקראכט האב איך זיך פשוט נישט געקענט צוזאמנעמען צו לויפן ראטעווען עס האט נאך געשווימען אין מיין קאפ די שוידערליכע סצענעס פון סעפטעמבער 11''
די באאמטע זענען נישט געווען גרייט צו נעמען קיין שאנסן און גראד עוואקואירט און אויסגעליידיגט די עמפייער סטעיט בילדינג ווי אויך די די UN נישט וויסענדיג ווער איז נעקסט.
אלע פאליציי סיי אין ניו יארק סיי און וואשינגטאן די סי זענען געשטעלט געווארן אויף היי אלערט און א אנגעצויגענע שטימונג האט איבער גענומען די פאראייניגטע שטאטן.


נאך יענע נאכמיטאג האט די נאציאנאלע טראנספארטאציע סעיפטי באורד NTSB אנגעהויבן א מאסיווע אויספארשונג צו דערגיין ווער איז געשטאנען אונטער די אטאקע דורך אויס די קומענדיגע 3 חדשים האבן זיי אינטערוויוד אזויפיל ווי 349 מענטשן.

ווי אויך זענען זיי אראפ צום קראך סצענע און צוזאמגעקליבן אלע ברוכווארג פונעם פליגער
אפי' ארויסגעשלעפט שטיקלעך וואס זענען אריין געפאלן און וואסער
בילד

זיי האבן געפירט די ברוכווארג צו א ספעציעלע סטאנציע ווי זיי האבן צוריק צוזאמגעשטעלט די פליגער האפענדיג צו קענען קומען צו א החלטה ווער איז געשטאנען דערונטער און וויאזוי איז האט די פליגער געקראכט.
בילד

פילע אגענטורן זענען געווען פארמישט אין די אויספארשונג אבער אן ערפאלג זיי האבן פשוט נישט געקענט קומען אויף די שפירן פון סיי וועלעכע טעראר ארגעניזאציע אדער סיי וועלעכע סיבה די פליגער האט געקראכט פילע סטעיטמענטס און אדרעסן זענען געגעבן געווארן אבער אן קיין זאכליכע ערפאלג.
אין איבער די קומענדיגע פאר יאר איז די פליגער קראך מער ווייניגער געבליבן א מיסטעריע.

אין מאי 2006 האט א מאן מיטן נאמען מוכאמעד דזשאבארע א על קיאידע מיטגליד וואס איז געזיצן אין טורמע אין קאוועיט ציליב טעראר קלאגעס מסכים געווען צו א פלי בארגען וואס א ריכטער האט אים געגעבן אויף א אנדערע טעראר קלאגע אז ער וועט רעדן וואס ער ווייסט איבער ווער עס איז געשטאנען אינטער די פלייט 587 פלגער קראך.
די ריכטער האט עס אנגענומען און מוכאמאד האט אנגעהויבן פארציילן. אז נאך פלייט 587 האט געקראכט האט אים זיין אויבערהאר געזאגט אז 2 חברה פון די על קיאידע גרופע רידזשערד רעיד און עבדערפ דזשיעדי זענען באפוילן געווארן צו מאכן שיך באמבעס און זיך אויפרייסן אויף צוויי באזונדערע פליגער און מיט דעם מאכן א צווייטע כוואליע טעראר אטאקעס אויף די פאראייניגטע שטאטן די פלאן איז געווען אז וויבאלד זיי ביידע פארמאגן קאנאדישע פאספארטן וועלן זיי נוצן זייער קאנאדישע פאספארט ארויפצוגיין אויפן פליגער און דערנאך זיך אויפרייסן און לויט ווי מיין אויבערהאר האט מיך איבערגעגבן זאגט מוכאמעד ווייטער האט דזשידע'ס שיך באמבע זיך אויסגעארבעט אין אויפגעריסן אויף פלייט 587 משא''כ רעיד'ס שיך באמבע האט למעשה נישט אויפגעריסן.
באזירט אויף דע פרישע אינפארמאציע האט די NTSB אגענטור איבערגעגאנגען די רעקארדס פון פלייט 587 און צו זייער שטוינונג איז קיין שום פאסאזשיר מיט א קאנאדישע פאספארט ארויף אויף דעם פליגער יענעם אינדערפרי דאס איז נישט געווען מער ווי א פראבע פון מוכאמעד צו פארדרייען די אמעריקאנער אגענטורן א קאפ און זיך ארויסדרייען פון זיין ארטייל מיט א פאלשע געשיכטע.


ווי אינטערעסאנט עס הערט זיך האבן די באמטע דורך אויס די יארן ניטאמאל גענומען אין חשבון אז עס קען זיין אז פלייט 587 האט אראפגעקראכט סתם אלץ עקסידענט און האט גארנישט צוטון מיט טעראריזעם. די סיבה דערצו איז פשוט טאקע ווייל עס האט פאסירט קוים 2 חדשים נאך סעפטעמבער 11'. הערשט יעצט שטייענדיג באלד 5 יאר נאכן קראך האבן זיי אנגעהויבן טראכטן אז אפשר איז דאס געווען א פאטאלע עקסידענט און האט מיט טעראריזם קיין שייכות.
האבן זיך די אגענטורן נאכאמאל צוזאמגענומען און גע'עפענט א פרישע אויספארשונג צו דערגיין צו ס'איז געווען א עקסידענט און אויב יא וואס האט גורם געווען אז א פליגער זאל קראכען בלויז סקונדעס נאכן זיך הייבן.
נאכן צוריק גיין און איבערקוקן די דאטע פון אלע פלי רייזעס יענעם מאנטיג אידערפרי איז די NTSB אגענטור געקומען צו א שאקירענדע החלטה.
צו קענען פארשטיין די פיינעל ריפארט איז כדי צו מאכן א קליינע הקדמה צו קענען בעסער פארשטיין.

יעדע פליגער האט אינדערמיט 2 פליגלען וואס דאס האלט די פליגער אין די לופטן אבער וויזוי קאנטראלירט מען אין וועלעכע ריכטונג די פליגער זאל זיך דרייען פארדעם איז דא אין די בעק פונעם פליגער וואס ריפט זיך ''די טעיל'' א וויידל אין אויף דעם איז דא א ווירדיקעל אין א האריזאנטעל סטעיבעלייזער (זעה בילד) און ווען די פיילעט וויל די פליגער זאל זיך דרייען רעכטס דרייט ער די ווירטיקעל סטעבעלייזער לינקס אדער ווען די פיילעט וויל די פליגער זאל גיין נאז אראפ דרייט ער די האריזאנטעל סטעבעלייזער ארויף אזוי קאנטראלירט מען די ריכטונג פונעם פליגער.
בילד
בילד
בילד



יעצט צוריק צום פיינעל ריפארט.
מינוטן פאר פלייט 587 האט זיך געהויבן האט זיך געהויבן יאפענעזע עירליין באונג 747 און דאס האט גורם געווען אז ווען אמעריקן פלייט 587 האט זיך געהויבן האט זיך געשפירט גאר שטארקע טערבעלענס וואס האט געמאכט אז די פירסט אפעסער וואס איז געווען פיילעט פלייאינג זאל דרייען די ווירטיקעל סטעיבעלייזער אבער די פירס אפעסער האט אזוי שטארק געדריקט אויפן ראדער (דאס איז וואס דרייט די סטעיבעלייזער) אז עס האט זיך איבערגעבראכן און אריין געפאלן אין וואסער. יעצט איז די פליגער געפלויגן אן א סטעיבעלייזער צווישן שטארקע טערבעלענס וואס דאס האט גורם געווען אז די צוויי ענדזשענס האבן זיך אפגעטיילט פונעם פליגער און אראפגעפלאן.
איינמאל די פלידער האט נישט געהאט קיין סטעיבעלייזער און נישט קיין ענדזשענס האט נישט געדארט מער ווי אפאר סקונדעס די פליגער זאל אראפגעקראכן.


צום 5'טן יארטאג פון די עקסידענט נאוועמבער 12 2006 זענען זיך צוזאם געקומען אלע איינוואוינער פון בעל הארבער און צוזאמען אויפגעשטעלט א געדענקמאל מיט אלע נעמען וואס זענען אומגעקומען יענעם שווארצן מאנטאג

בילד
1000007558.jpg
1000007558.jpg (137.39 KiB) געזען 3625 מאל

יעדע יאר נאוועמבער 12 קומען זיי זיך צוזאם און מאכן דארט א גאנצע צערעמאניע (דאס איז אגב די סיבה פארוואס כ'האב מיך אריינגעלייגט און נאכגעגאנגען אלע איינצעלהייטן פונעם קראך נאכן איינמאל צופעליג זיך אנשטויסן און די געדענקמאל)

מיט א תפילה צום באשעפער אז קיין שום שלעכטס זאל נישט פאסירן צו קיין אידישע קינדער און דער באשעפער זאל טרייסטן די באטראפענע.

א גרויסן דאנק פאר @Borrower פארן איבערגיין און מתקן זיין
א גרויסן דאנק @קנאפער ידען פארן העלפן מיט די בילדער
לעצט פארראכטן דורך איך הייק אום מיטוואך מארטש 20, 2024 8:17 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


די רבי איז געזונט
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 9:32 pm

Re: איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע?? (תגובה 1200)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רבי איז געזונט »

מזל טוב!!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27208
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע?? (תגובה 1200)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הערליך
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3461
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע?? (תגובה 1200)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

אינטערעסאנט
כ'בין שטאלץ צו זיין א אמעריקאנער בירגער 🇺🇲🇺🇲
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר ששת אלפים
תגובות: 6296
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע?? (תגובה 1200)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

הערליך שיין
מאיבי תחכמני
פייט!
zugurnish
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4101
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע?? (תגובה 1200)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

למיטב זכרוני איז דאס געווען א אמעריקן אירליין פלייט.
איך בין געפלויגן אויף אאמעריקן אירליין פלייט פון jfk א שעה 6 אינדערפרי לערך אויף יענעם פרימארגן.
אוועטאר
בשר ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 8:47 pm

Re: איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע?? (תגובה 1200)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשר ודגים »

זייער אינטערעסאנט יש"כ!
פארוואס האט דער פילאט נישט געקענט ריפארטן פאר טרעפיק קאנטראל גלייך ווען די סטעיבעלייזער האט זיך אראפגעבראכן?
לך אכול בשמחה לחמך כי כבר רצה אלוקים את מעשיך
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע?? (תגובה 1200)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

שכוח. זייער אינטערסאנט.
מזל טוב צו דיין תוכנפולע 1200 תגובות.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
אלטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10081
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע?? (תגובה 1200)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

הערלעך שיין, און זייער אונטערעסאנט!!!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
zugurnish
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4101
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע?? (תגובה 1200)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

דער שאלה איז עס פליען דאך כסדר פליגערז און עס איז דער ארבעט פון טראפיק קאנטראל צו זאגן יעדער ערעפלאן ווען זיי קאנען פארן. איז וואס איז געשען אנדערש דעם מאל?

אפט געשען אזא גרויסע טערבלענס נאר מען ריאגירט בעסער?
לעצט פארראכטן דורך zugurnish אום מיטוואך מארטש 20, 2024 7:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4193
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע?? (תגובה 1200)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

הערליך שיין!

וויכטיג צו באטאנען אז דער גאנצער קראך איז פשוט געווען א פאטאלע טעות דורכן פילאט, ווער ער לאזט דעם פליגער דוכפליען דעם טארבאלאנס אן טוען גארנישט וואלט אלעס געפארן כשורה, ער איז סתם ארויס פון די כלים און מיט די פוס געיאוועט דעם ראטער הין און הער קעגן דאס ווינט צוברעכנדיג דעם ראטער בידים.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1841
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע?? (תגובה 1200)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

שיין!

הנאה געהאט!
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אויף איין פוס
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:13 pm

Re: איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע?? (תגובה 1200)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויף איין פוס »

זייער שיין !!. מזל טוב
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע?? (תגובה 1200)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

zugurnish האט געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 7:50 pm
דער שאלה איז עס פליען דאך כסדר פליגערז און עס איז דער ארבעט פון טראפיק קאנטראל צו זאגן יעדער ערעפלאן ווען זיי קאנען פארן. איז וואס איז געשען אנדערש דעם מאל?

אפט געשען אזא גרויסע טערבלענס נאר מען ריאגירט בעסער?
געוועינליך דארף מען גארנישט טון אדער נאר מאכן אביסעל עדזשאסמענטס אויפן ראדער דא האט זיך די פירסט אפעסער אינגאנצען פארלוירן און אנגעהויבן דרייען די ראדער אהין און צוריק ביז עס האט זיך איבערגעבראכן
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


אוועטאר
מילדי העברים
שר האלף
תגובות: 1495
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע?? (תגובה 1200)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

זייער שיין
ישר כח
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
אזוי גאר! האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:37 am

די תגובה האט אויסגעקוקט ווי ביידן אין די ווייסע הויז.

איך בעט די אחראי וואס מעקט עס זאל מיר צולייגן עפעס א ווערטעל.
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4700
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע?? (תגובה 1200)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

זייער א שיינער ארטיקל, באט די טיימליין איז נישט ריכטיג, די NTSB האט שוין 3 טאג נאכן קראך געזאגט אז זיי האלטן אז דאס האט פאסירט צוליב די טורבולענס פון די פריערדיגע פליגער.

https://www.cnn.com/2001/US/11/14/new.york.crash/
אוועטאר
שוואכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8615
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע?? (תגובה 1200)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

הערליך!
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4348
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע?? (תגובה 1200)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע?? (תגובה 1200)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

כפרה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 8:27 pm
זייער א שיינער ארטיקל, באט די טיימליין איז נישט ריכטיג, די NTSB האט שוין 3 טאג נאכן קראך געזאגט אז זיי האלטן אז דאס האט פאסירט צוליב די טורבולענס פון די פריערדיגע פליגער.

https://www.cnn.com/2001/US/11/14/new.york.crash/
קען זיין.
איך האב מיך נישט באנוצט מיט אינטערנעט צו מאכן די ריסערדזש איך האב פשוט אינטערוויוד אסאך מענטשן פון די געגנט און אפאר פייער לעשערס- פאליס אפעצירן וואס האבן געארבעט דארטן יענע טאג און אויף דעם איז געבויט די אינפארמאציע דא.
(אויף צו גוגלען דארף מען מיך דאך נישט האבן....)
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע?? (תגובה 1200)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

וואף, מאסיוו !!
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע?? (תגובה 1200)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

Wow!!
נעקסט לעוועל אינטערעסאנטע ארטיקל.
מייזל טאף.
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
אוועטאר
Borrower
שר חמשת אלפים
תגובות: 5471
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע?? (תגובה 1200)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

איך הייק האט געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 9:20 pm
כפרה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 8:27 pm
זייער א שיינער ארטיקל, באט די טיימליין איז נישט ריכטיג, די NTSB האט שוין 3 טאג נאכן קראך געזאגט אז זיי האלטן אז דאס האט פאסירט צוליב די טורבולענס פון די פריערדיגע פליגער.

https://www.cnn.com/2001/US/11/14/new.york.crash/
קען זיין.
איך האב מיך נישט באנוצט מיט אינטערנעט צו מאכן די ריסערדזש איך האב פשוט אינטערוויוד אסאך מענטשן פון די געגנט און אפאר פייער לעשערס- פאליס אפעצירן וואס האבן געארבעט דארטן יענע טאג און אויף דעם איז געבויט די אינפארמאציע דא.
(אויף צו גוגלען דארף מען מיך דאך נישט האבן....)
וואאאססס ???
סטענדינג אוועשן
אטעטשמענטס
unnamed.gif
unnamed.gif (53.87 KiB) געזען 2429 מאל
די שערער
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 5:52 pm

Re: איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע?? (תגובה 1200)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די שערער »

גוטע ארבעט קופ אן!!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”