א בחור'ס צוואה
''שימי! אונז גייען צו די חתונה, געדענק, אויב די בעיבי וויינט קענסטו אונז רופן!'' זאגן שימי'ס עלטערן, פאר זיי לויפן ארויס צו די חתונה. שימי טראכט שוין פון דעם א גאנצע טאג. איך גיי אריין אין מיין צימער, איך טו זיך אן פּידזשאמעס, און איך גיי אריין אין בעט. איך הייב אן וויינען, טרערן פון שמחה... מיין צער גייט זיין א פארגאנגענהייט... איך נעם מיינע כלים וואס איך האב מיך צוגעגרייט, און ביז אפאר מינוט האב איך אויסגעהויכט מיין זיסע נשמה! מיין נשמה פליט ארויס פון מיין גוף, און איך געב מיר א כאפ וואס איך האב דא נארוואס אפגעטון....
מיין טאטע און מאמע קומען אהיים, זיי קומען צו מיין צימער, עפענען אויף די טיר, און זיי זעהען אז שימי שלאפט פיין ב"ה. זיי לייגן זיך שלאפן, אין זייער ווילדסטע חלום חלומ'ן זיי נישט וואס עס גייט יעצט פאר. איך וויל שרייען צו זיי, אבער איך קען נישט. די נעקסטע אינדערפרי קומט מיין מאמע מיר וועקן צו גיין אין ישיבה, זי וואקט אריין אין מיין צימער, צינדט אן די לעקטער לאזט ארויס א קוויטש, און טראך!!!! מיין מאמע פאלט אראפ חלשות. מיין טאטע קומט צו לויפן, ער זעט מיין קאליר, ער זעט מיין מאמע, זיין הארץ נעמט זיך זעצן, ער קען נישט כאפן זיין אטעם. ער רופט הצלה, זיי קומען צו פליען, זיי לעבן אויף מיין מאמע אבער איך.... זיי זענען אפאר שעה צו שפעט.....
די שמועה לאזט זיך ארויס אז א קליין בחור האט זיך גענומען דאס לעבן, און די לוויה גייט זיין און פארנט פון גלאכאטשיבע בית מדרש. די בכיות ביי דער לוויה... איך בין געווען די עלטסטע קינד, מיין עלטערן האבן אוועקגעגעבן אלעס פאר מיר, איך האב זיי אזוי ליב געהאט, אבער ווי שטארק זיי האבן מיך ליב געהאט גיי איך קיינמאל נישט וויסן. מיין טאטע'ס הספד מאכט יעדעם וויינען, פון זיין פנים שרייט ווייטאג. און מיין מאמע... זי איז בלאס ווי די וואנט און נאס פון טרערן, איך וויל וויינען, אבער איך האב שוין מער נישט ווי אזוי. מען קומט אן צו די בית החיים, און איך זעה מיין גוף ווערט אראפגענידערט איין פוס, צוויי פוס... פון צווישן די טרערן זעהט מען ווי מען ווארפט ארויף די ערד אויף מיין ארון, ס'איז דערנאך, שימי'ס מעשה האט זיך געענדיגט.. די עולם צו פארט זיך און מיין עלטערן בלייבן שטיין איבער מיין קבר און רעדן נישט קיין ווארט, די שטילקייט איז געדיכט, צושטאכן מיט טרערן און שליקעצן פון זיי.
מיינע עלטערן קומען אן אהיים, זייער געשוויסטער האט זיי צוגעגרייט עסן, אבער ווער קען יעצט קוקן אויף עסן? מען האט אריבערגערופן די בעסטע בעלי דרשנים צו רעדן מיט מיינע עלטערן, אבער נישט קיין חילוק ווער עס רעדט צו זיי, עס פאלט אויף טויבע אויערן. קיין שום טרייסט ווערטער קען זיי נישט ארויסשלעפן פון דער צער. פארלירן א קינד, נאכדערצו אויף אזא פלוצלונג'דיגע שוידערליכע אויפן, עס טרייסט זיך נישט אזוי שנעל. עס ווערט שפעט די עולם צעגייט זיך, און נאר מיין טאטע און מאמע זענען דארט זיי גייען צו זייער צימער און וואקן דורך מיין שטוב זיי עפענען צוביסלעך די טיר און מיינע עלטערן פלאצן אויס אין א געוויין. גארנישט ווערט געזאגט, די ווערטער פאר אזא צענע איז נאכנישט באשאפן געווארן. טרערן טרערן טרערן... מיין ישיבה כאלאט הענגט נאך אויפ'ן וואנט, מיין וועש פאר די נעקסטע טאג איז נאך שיין מסודר אויף מיין נאכט קעסטל, אלעס אין דער צימער שרייט "ווען קומט שימי צירוק?!" ווי איז שימי... יענע נאכט זענען מיינע עלטערן איינגעשלאפן אויף דורכגענעצטע קישענעס....
און דא בין איך יעצט, איך הייב אן כאפן וואס איך האב געטוהן... איך האב געטראפן א פּערמענאנטע לעזונג פאר א צייטווייליגע פראבלעם. אבער מיין 14 יעריגע מוח האט דאס נישט איינגעזען... אין יעצט איז שוין צו שפעט.
די נעקסטע טאג פלי איך ארום צו אלע בתי מדרשים, איך זעץ מיך אריין אין קאווע שטיבל, און איך הער וואס מען רעדט אלץ צוזאם אויף מיר... יעדער ווייזט פינגערס "ער איז שולדיג!" א צווייטע שרייט "ניין ער איז שולדיג!" "איך הער זאגן מען האט אים גערודפט אין חדר"... ווער ס'איז שולדיג ווייס איך אויך נישט, אבער גערודפט אין חדר האט מען מיר אן אויפהער. יעדען טאג מיט א פרישקייט, איינמאל ווייל איך בין נידריג, איינמאל ווייל איך בין הויעך, די מינוט וואס די ''בּוליס'' האבן באשלאסן אז מיין עקזיסטענץ איז א פראבלעם, האבן זיי שוין געטראפן מיט וואס מיר צו דערטרינקען. יעדעס מאל איז עס געגאנגען טיפער און טיפער, ביז די לעצטע צוויי וואכן איז געווארן ממש הריגות. איך בין אהיימגעקומען יעדער טאג מיט א צולעכערטע הארץ, מיין בלוט האט זיך געגאסן ווי וואסער. מיינע עלטערן האבן פרובירט אלעס מיר צו העלפן, אבער גארנישט האט געהאלפן. ביז.... יעצט איז שוין ליידער צו שפעט צו טוהן עפעס מער...
אקעי, שיין געשריבן. ווען קומט די דריי פון די מעשה, אז שימי וועקט זיך אויף פון זיין חלום? אאאההה עס איז נאר א לאנגזאם פעלדמאן סקיט וואס ענדיגט זיך מיט א גוטע וויץ! ניין ניין ניין טייערע ליינער, פון דא און ווייטער גיי איך איבערנעמען די מייק...
מיט טרערן אין די אויגן שרייב איך דא שימי'ס מעשה. פארוואס מיט טרערן? ווייל ליידער איז די מעשה אמת.... עס ענדיגט זיך נישט גוט!!! נישט מיט קיין "אויפשטיין פון א חלום" און נישט מיט קיין וויצן. נישט נאר דאס, די מעשה איז נאר איינס פון צענדליגע מעשיות. נעבעך די אלע קליינע קינדערלעך וואס הייבן אפילו נישט אן צו קענען פארשטיין וואס עס מיינט געפילן,און זיי טוען שוין אזעלכע דראסטישע שריט וואס מען קען נישט צוריקציען פון.
געוואלד און געשריגן! ווי שטייט כלל ישראל? דאס איז נישט קיין איינמאליגע געשעעניש! וויפיל קרבנות גייט מען דארפן האבן ביז די שלאף גייט זיך ענדיגן?! וויפיל משפחות גייען זיך עסן די געזונט א גאנץ לעבן ביז די עולם גייט זען אז עפעס מוז געטון ווערן?! איך בין שוין נמאס פון זעהן ווי יעדער באשולדיגט א צווייטען. ער באשולדיגט די טאטע און מאמע, א צווייטע באשולדיגט די מנהל אין חדר, א דריטע באשולדיגט די קינדער אין זיין קלאס. איך בין אבער דא צו זאגן אז קיינער איז נישט שולדיג.... װאס? יא, די הערסט גוט. די קינדער אין חדר האבן דאך נישט קיין שכל, פאר א סיבה זענען זיי נאכנישט קיין ערוואקסענע, די טאטע און מאמע זעען נאר א האלבע בילד און זיי זענען קיינמאל נישט געגאנגען אויף טרעינינג ווי אזוי זיך צו אומגיין מיט אזא קינד. און די מנהל, איז ער דען שולדיג פארן פונקט האבן צעווילדעוועטע קינדער וואס הערן אים נישט אויס אויף דער פרט? חוץ פון וואס שימי האט אים נישט געפאלגט ווען ער האט אים געהייסן זיך נישט צו דרייען מיט זיי. דאן וועם גייט מען ארויפווארפן די פראבלעם אויף?... אהההה, דאס איז א צווייטע נושא. דער וואס נעמט אן די פראבלעם, דארף טרעפן א לעזונג. לאמיך זאגן אזוי: גאנץ כלל ישראל דארף נעמען די פראבלעם אויף זיך. אונז גייען עס סאלוון צוזאמען.
איך קען פארציילן אויף זיך אז מיר האט מען גערודפט, קען זיין איך בין געווען מוראדיג סענסעטיוו, קען זיין איך האב עס אויפגעבלאזן פאר "אטענשאן", אויף דעם קען איך נישט ענפערן, ווייל איך ווייס נישט. אבער איך ווייס וואס האט מיר בארואיגט. איז אזוי:
צו די טאטע און מאמע:
עס איז קיינמאל נישט גענוג וויפיל מען רעדט מיט א קינד וועגן זיין טאג, און אויב שמעקט עטס אז עפעס גייט פאר, צאל דער פאר דאלער פאר א ספעשיליסט זאל רעדן מיט דיין קינד. א לוויה איז סאך טייערער ווי טעראפי...
צו די ברודער'ס און שוועסטער'ס:
רעד אויך מיט אים, מאך אים פילן אנגענומען, פרעג אים וועגן זיין טאג. געשוויסטער רעדן אויפאמאל מער זאכן צווישן זיך ווי מיט די עלטערן...
די פעטערס און מומעס:
אמאל האט מען א משפּחה מיטגליד וואס ווייסט נישט גענוי ווי אזוי זיך אפצוגעבן מיט די קינדער, האב נישט מורא פון זיין די וואוילע פעטער/מומע. געב זיי א גוט ווארט, פרעג זיי צו אלעס גייט זיי גוט, מיט וואס מען קען זיי העלפן...
זיי וועלן דיר נאך אמאל שטארק דאנקבאר זיין.
פאר די מנהלים און די רבי'ס:
ווי אויפמערקזאם מען דארף זיין וועגן קינדער וואס זענען זיך מתחצף, 100 מאל מער דארף מען זיין אויפמערקזאם פאר קינדער וואס ווערן גערודפט. רופטס אריבער א בעל דרשן 2 3 זאלן רעדן מיט די קינדער סיי איבער די הארבקייט פון רודף'ן און סיי פון די וויכטיגקייט פון זאגן אויב מען ווערט גערודפט.
פאר די טאטעס און מאמעס פון די קינדער וואס רודפן:
אויב איר באקומט א רוף פון די מנהל אדער עלטערן פון א צווייטע קינד און חדר, אז אייער זון רודף'ט א צווייטע אינגל, נעמסט דאס נישט לייכט! עס איז נישט קיין בושה ווען א קינד רודפט, ער איז נאך אינג. א בושה איז ווען דו נעמסט עס נישט אין די האנט אריין... כאפ א שטרענגע שמועס מיט אים, שיק אים צו א טעראפּיסט, איך פארשטיי ער איז נישט שולדיג, און ער כאפט נישט וואס ער טוט, אבער לאז דאס נישט צו! עס לוינט נישט צו לעבן מיט מיט א שולדיג געפיל א גאנץ לעבן, אויף דער "אפשר נישט"
כלל ישראל:
הער אויף באשולדיגן יעדער איינער! נעם די שילד אויף דיר אליין! דו האסט שוין גערעדט צו דיין קינדער דערוועגן?! האסט שוין געבעטן די הנהלה זאל ברענגן בעלי דרשנים צו רעדן דערוועגן?! שרייען און וויינען ביסטו דא, לשון הרע ביסטו דא, אבער פאר אקטועלע לעזונגען ביסטו שוין נישט אינטערסירט... הצלחה מיט שמחה, דו לויף אוועק... אמור מעט ועשה הרבה. דו קענסט קיינמאל נישט וויסן וויפיל דיינע מעשים טוען אויף, סיי לרע, און האפענטליך פון יעצט און ווייטער לטוב
האפענטליך וועט מיינע ווערטער נישט פאלן אויף טויבע אויערן....