אונטער די גראטעס פון סאושעל ענקזייעטי
יארן פון דמיונות פליסן אראפ אינעם אפלויף רער אינאיינעם מיט זאלציגע טרערן.
זאל איך אים בעטן ער זאל מיר פייערן? צי זאל איך פראווען דעם דארכגעפאלענעם כבוד שפיל פון אליינס רעזיגנירן?
סאושעל ענקזייעטי. דער מויער וואס פארשליסט הערמעטיש דעם ארויסגאנג פון טאלאנט צום דרויסנדיגן וועלט.
קונסט שטיק און חכמה מישן זיך אינאיינעם אויס אין מיינע געדעכענישן, געפאנגען צווישן פארפרוירענע מוח קעמערלעך וועלכע זענען נישט מסכים צו באפרייען קיין איינס פון זייערע טייערע משכונות, בלויז ווען זיי ווערן פארשווענקט מיט אלקאהאלישע כוואליעס.
עס ברויזט אין מיר א וועלט, ווי די וועלט פון קהלת מלך ירושלים וועמען אשמדאי האט בייזוויליג פארווארפן צווישן פרעמדע שבטים, און זיי ווייסן נישט צו שעצן זיין קעניגליכע עקזיסטענץ.
כ'בין ווייט פון א צדיק, אבער פארט קען זיך נישט דער פילאזאף אין מיר צוריקהאלטן פון פרעגן דעם אויסגעדראשענעם ”צדיק ורע לו” חקירה. וועלכע פאטער ערהוילט נישט זיין קינד פון גייסטיגע טורמע?
א טאטע וואס איז אויך איינגעשפארט.
אבער פארט, עפעס האפנונג, עפעס מיטגעפיל, עפעס סימפאטיע וואס די ארומיגע פאציענטן ווילן מיר נישט פארגינען!
וואס וועט זיין מיט געלט? ווער וועט אנהייבן דרייען דעם גלגל החוזר אויפ'ן פארקערטן זייט?
דאס יאוש עסט לעבעדיגע שטיקער, נישט איבערלאזנדיג קיין פארציע פאר אמביציע, וועלכע שטארבט צוביסלעך אויס פון הונגער, א דערביטערטער און מלא טענות וואס איך לאז מיך קאנטראלירן פון זיין קאנקורענט.
בין איך דען שולדיג? איז דען עמיצער שולדיג? איז דען פארהאן א פילאזאפישע באדייט צום טערמין ”שולד”?
בין איך ווייטער פארנומען מיט ”באדייט” ווי אין די גוטע יארן ווען איך פלעג מיך אידענטיפיצירן אלס דענקער. שוין לאנג נישט געאקערט אין יענעם פעלד.
נו, תכלית. פארמאגסט א באנדאזש, צי נישט? דו ארעמער פאפיר.
אבער ווער איז דען אינטערעסירט אין מיינע ווערק? אויב נישט סאציאלע פארשטאנד, פלעג איך עוסק זיין אין ”ווערק”. עס האט געקענט זיין א שריפטליכע קאריקאטור אויסצודרוקן מיין פרוסטראציע קעגן אויטאריטעט, צי גאר א בינטל מוזיקאלישע נאטן וואס בלויז צוויי דריי ידידים האבן פארשטאנען. אבער די צייטן האבן זיך געענדיגט מיין פריינט! מיין בעל הבית וויל זען רעפארט'ס פון אינזשענירן, נישט ”ווערק”!
אבער דאס קען איך אים נישט צושטעלן. אויב האב איך שוין יא געדרוקט דעם גרינעם קנעפל אויפ'ן טעלעפאון נאך לאנגע מינוטן פון דילעמע, פלעגט ענקזייעטי דערגרייכן הימל שרייענד תיכף ווען דער אינזשעניר האט אויפגעהויבן. א צווייטער ווערט נערוועז ווען אן אינזשעניר הייבט נישט אויף. נישט איך.
כ'האב געמיינט איך בין אויבער דורכשניטליך. יעצט בין איך ניטאמאל אינמיטן.
מיינע צוויי קאלעגן קנאקן טעלעפאן קאל'ס ווי משוגע. דער בעל הבית שעפט געוויס נחת. אבער איך? ווי א ראבאט זיץ איך מיט א סטעיטמענט פון א קאמפעני און גיי אדורך אינוואויס נאך אינוואויס, זען צי די נומערן שטימען...
ביסט א מבין? דאס בין איך! דער טאלאנטפולער!!!
גיי זיי מסביר פאר די דריי סאציאלע באשעפענישן ווי פייכט דער טרוקענער נייער ארבעטער איז פון אינעווייניג...
איך פארמאג אחריות און איניציאטיוו, די צוויי עיקר זאכן וואס א בעל הבית זוכט אין זיינע ארבעטער. אבער איך פארמאג אויך נאך עפעס. סאושעל ענקזייעטי. ואם יש ענקזייעטי, אין כלום.
איך פארמאג אפילו קאמיוניקאציע סקילס, אבער בלויז מיט גאר היימישע און נאנטע. אזעלכע וואס האבן שוין אנערקענט אין די שטריכן אין וועמען איך כאפ זיך אן מיט מיין ווערד. קומט אבער צו פרעמדע, פרישע כאראקטער'ס אין לעבן, און א שטייפע שלאס ווערט פארמירט איבער מיין קוואל פון שעפערישקייט, טאלאנט און געפיל. בלויז הארטע, טרוקענע זאצן באווייזן זיך ארויסצוזען פון מיינע לעפצן.
היינט האט דער בעל הבית איבערגעדרייט די קארטן. מיר געשטעלט אין קארנער, און העפליך פארארדנט איבערצוטראכטן צי דער זשאב איז פאר מיר.
און איך טראכט.
איז דער זשאב פאר מיר?
כ'מיין, זיכער נישט לכתחילה. אידעאל וואלט געווען צו שרייבן ”ווערק” במשך'ן טאג, אביסל אקאונטינג אין דער זייט כדי נישט צו ווערן אוועקגעשוועמט פון לאגיק, אפשר אפילו שפילן ביי שמחות אויפדערנאכט, און פון צייט צו צייט זיך לערנען א נייער חכמה, סאפטווער דעוועלאפמענט, תורת הנפש, און נאך אזעלכע אייגנשאפטן פון וועמען איך קען שוין ממילא די יסודות.
אבער אפילו פון דעם תחום בין איך שוין אוועקגעבלאזן געווארן. קיינער דארף מיינע ארטיקלען פאר א מכה. אקאונטינג וועט נאך נעמען א צוויי יאר ביז איך וועל שולט זיין דערויף, און שפילן ביי שמחות באדייט ווידער זיך שטעלן אין פארנט פון מענטשליכע הערצער און מוחות וועלכע טראכטן אויף מיר וואס אימער עס איז אינדרויסן פון מיין קאנטראל. סיי וואס.
ידיעות זאמל איך ווי פאר א הונגער יאר. יעדן צווייטן טאג א פארש אקציע. גוגל'ס קוקי'ס ווייסן שוין נישט וואו מיר צו שיקן. זייער אלגאריטם איז שוין פופציג מאל צומישט געווארן וועלכע נושאים אינטערעסירן מיר, פון סייבער סעקיוריטי ביז קאנספיראציע טעאריעס, פון עוואלושען ביז קריים געשיכטעס, און איך בין ווייט פון שטילן מיין הונגער.
איז דער זשאב פאר מיר?
קוים האב איך מצליח געווען אראפצוקריכן פון בוים פון קונסט. אויפגעגעבן מיין חלום פון מאכן געלט אויף מיינע טאלאנטן, און דא מוז איך שלום מאכן מיט'ן מציאות אז ניטאמאל אויף דער פשוט'ער פאזיציע בין איך א פאסיגער! א ביטערער פיל אראפצושלינגען.
געמיינט האב איך אז דער בחור וואס אין ישיבה איז געווען יפה תלמוד תורה עם דרך ארץ, וועט אוודאי געניסן פון ביידע טישן נאכ'ן חתונה.
”אבער ניין, פארשפארט דער גן עדן.” זינגט ר' משה גאלדמאן'ס נשמה ליד. ”דער צדיק (?) ער וועט, נאך דארפן ליידן.”
וויגט מיין איבערגעפולטן הערצעלע צום טאקט. ”אוי די וועלט, זי איז אזוי שווער. קיין גייסט, קיין קדושה, פוסט און לעהר!”
א שרעק פאר'ן עתיד, אן אויפגעגעבענעם יכולת, ווי ר' שרגא פליישמאן'ס לב לדעת אין וועמען איך פלעג פילעווען אין די גוטע יארן. ער פלעג טענה'ן אז ”מציאותיות” איז דאס שליסל ווארט. פילייכט איז ער גערעכט. איך שפיר מיך דערשטיקט, די לונגען פארפרעסט, ניטאמאל געלט אויף טעראפי איז פארהאן אין די קעשענעס.
אוי, טאטע. מיין לעבן צעפאלט ווי א זייפן בלאז. מאטיוואציע און אמביציע גענוג פאר דריי נפשות, אבער סאבאטאזשירט דורך אייגענע כאראקטער שטריכן.
א פלאטע פון עכט מיאוסע ווערטער וויל זיך דרינגענד ארויסרייסן פון מויל. אה, וואספארא פארלייכטערונג עס וועט דאן הערשן! אבער כ'בין דאך פארט א בן מלך. עטוואס זעלבסט רעספעקט איז נאך פארבליבן אין די בלויע בלוט וועלכע פליסן צווישן מיינע קעניגליכע אדערן.
פארבייס איך די ליפן מיט קראפט. וואגן זאל זיך א גוי'שע קללה זיך ארויסצוזען פון דארט!