בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן

בלייבן צוזאמען
37
43%
זיך גט'ן
17
20%
איך ווייס נישט
33
38%
סך הכל שטימען: 87

פיאקער
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 12:26 pm

Re: בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאקער »

צ/ק
מאנכע זענען זיך נוהג צו עקטן ווי גע'גט אפילו ווען זיי בלייבן צוזאמען.

#ירא שמים יוצא ידי שניהם
אוועטאר
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4101
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

בן דותא האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:33 pm
אוודאי איז נישט דא קיין כלל, אבער די מציאות אין רוב פעלער האבן געוויזן אז ווען מען גט זיך האט עס א שטארקע נעגעטיווע השפעה אויף די קינדער, און ס'איז זייער פארשטענדליך פארוואס, סיי אינדערהיים פילט מען זיך ווי מען איז א צווייטע קלאס בירגער דא אינדערהיים, און סיי און פובליק איז מען די רחמנות, מען דארף זיין א גיבור זיך צו קענען שטארקן און זיך אליינס צו בויען, וואס רוב מאל האבן דאס נישט די קינדער ווייל זייער בעקראונד פון ווערן אויפגעוואקסן מיט אן אומסטאבילן שלום בית ביי די עלטערן העלפט זיי נישט בויען, אויב עפעס פארקערט.
עס איז בעצם נישטא קיין סטאטיסטיקס דא, עס איז די געפילן פון מאנכע וואס פארשטייען און מאנכע וואס פארשטייען נישט אז עס איז בעסער ווען מען בלייבט, די פאקט איז ליידער איז דא פיל צופראסקעטע קינדער וואס די עלטערן האבן זיך נישט גע'גט, און זיי ווערן נישט גערעכנט אין די סטאטיסטיק ווייל דו ווייסט גארנישט וואס דארט טיט זיך נעבעך אין שטוב, דו מיינסטו אז נעבעך פלוני אלמוני האט נישט קיין מזל די קינדער זענען נישט געלונגען, האלאו די קינדער זענען וויקטימס פון פליעדיגע טעלערס און שטעכעדיגע פליקעס פון טאטע און מאמע ה"י, קען זיין אז ווען זיי צוטיילן זיך וועט די קינד קענען באקומען די סופארט וואס יעצט איז פארהוילן פון אים ווייל אלעס איז כלומרש'ט פערפעקט, א נארמאלע שטוב... אן רוח הקודש קען מען נישט וויסן דעם אמת. ממילא בלייבט די עצה זיך דארכרעדן מיט א גיטע איד וואס איז אויך א קליגע איד און א פארשטענדיגע איד, און מיט חכמה בינה ודעת צוזאמען מיט סייעתא דשמיא וועט דער אייבערשטער העלפן צו קענען טוהן דאס וואס איז ריכטיג.
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

בן דותא האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:38 pm
אויסגעהיילט האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:34 pm
בן דותא האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:11 pm
הונדערט פראצענט בלייבן צוזאמען! מבשרי אחזה
נו, זאל יעדער אריינקומען מיט זיין אייגענע עקספיריענס.

לדעתי, אוודאי זיך גט'ן.
ומבשרי אחזה.......

(רבי @בן דותא היקר, איהר זענט געבליבן צוזאמען, און דערנאך איינערקענט אז עס האט געלוינט, אדער איהר זענט נישט געבליבן צוזאמען, און האט יעצט חרטה? ווי ווייסט איהר וואס וואלט געווען ווען איהר טוט פארקערט פון וואס איהר האט למעשה געטוהן????)
זאלעך אלעס אויספאקן דא?...
אודאי.
אבער ברענג די אנדערע זייט פון די מעשה אויך, אדער בעסער לאז זיי ברענגען.....


למשל, ביי אייך איז געווען א מעשה כך וכך, אבער דא רעדט זיך פון איינער וואס ליידט אויף ABC'ס, אדער ביי דיר איז געווען א געוויסע נקודה, וואס לעומת זה, ביים שואל, רעדט מען פון אן ערענסטע מושחת אדער מושחתת.
איז וואס איז שייך בכלל צו פאגלייכן?

קיינער איז קיינמאל נישט דומה, ממילא דיין מבשרך חזית, האט נישט קיין שום שייכות מיט יענעם'ס מעשה, איז ווי איז שייך צו ענטפערן אויף א פאבליק פארום?
אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

Re: בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווע באנדל »

א שרעקעדיג קעפל דאס: "בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן"... ווי קען מען נעמען די קוראזש צו ענטפערן אזא האקעלע שאלה. די געביידע פלאקערט, די רויך שפירט זיך שוין ביי מיין טיר. זאל איך טאנצן פון פענסטער צענדליגע שטאקן אדער בלייבן אין הויז???

אוי, צרות ישראל. טאטע האב רחמנות!

אידישע קינדער שטרעבן און לעכצן צו האבן א געזונטע שטוב, פארמאגן א לעבנ'ס שותף און ערציען ערליכע קינדער.
ס'הארץ ווערט צופליקט אויף שטיקער ווען מען שפרייזט אריבער די תגובות דא. וואס מענטשן מאכן ל"ע מיט איז אין לשער.

אוי אוי אוי!!! אוי געוואלד, די צער וואס א מענטש גייט דורך צו מאכן אזא החלטה. טאטע ס'איז שוין גענוג...
קוה אל השם רבותי
אינדעפענדענט
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 3:44 pm

Re: בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינדעפענדענט »

בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן???
געטראפן די ריכטיגע פלאץ ווי זיך שואל עצה צוזיין... איי וועלט..!
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

פיאקער האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:28 pm
דורך געטראכטער האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:24 pm
פיאקער האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:12 pm
אויב איז עס שוין יעצט נוגע, שמועס עס דורך מיט דיין ווייב ביי סאפער
די תגובה גרעניצט זיך מיט רשעות זאלסט קיינמאל נישט פארשטיין די ביטערע צער פון נישט האבן שלום בית
שוין פונלאנג פארשטאנען...
מיט וואס איז זיין א גרוש בעסער?
נישט געזאגט אז געטן איז בעסער אבער די תגובה טרעט אויף געפילן
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4172
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

אזא פראגע איז נישט א אייוועלט פראגע.
ביטע…

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
בן דותא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 27, 2020 4:32 pm

Re: בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דותא »

אינדעפענדענט האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:51 pm
בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן???
געטראפן די ריכטיגע פלאץ ווי זיך שואל עצה צוזיין... איי וועלט..!
איר טראכט פאר איין מינוט אז דער פותח האשכול איז טאקע געקומען זיך שואל עצה זיין דא?
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6753
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

די בעסטע עצה איז צו הערן וואס רוב קינדער זאגן: כמעט אלע קינדער וואס קומען פון ערנסטע אביוז שטיבער זאגן אז א שלומ'דיגע גט וואלט געווען א פיל בעסערע אויסוואל.
עס איז נישט פארהאן ערגערס פאר א קינד ווי זעהן טאטע מאמע זיך הרג'ענען. עס הרג'עט אים אויפן לעבן, חוץ מזה וואס ער האט נישט קיין ראול מאדעל ווי אזוי צו זיין אליינס א גוטע מאן/ווייב.

די בעסטע זאך איז צו בלייבן אינאיינעם און זיך נישט קריגן! אז עס איז פארט דא דיפערענצן, זאל מען דאס אויספייטן נאר ביי א דריטן מענטש אדער לכה"פ פריוואט - קיינמאל נישט אין די קינדערס אנוועזנהייט. די קינדער זאלן נאר זעהן רעספעקט איינער צום צווייטן! אז נישט איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז די קינדער אליינס ווילן ענדערש א גט...
זיסער אידל
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 02, 2024 11:40 pm

Re: בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסער אידל »

בלייבן צוזאמען איז זיכער נישט קיין אפשען אויב מקומט זיך נישט דורך, מיטגעלעבט אזא פרשה ...
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2335
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:54 pm
די בעסטע עצה איז צו הערן וואס רוב קינדער זאגן: כמעט אלע קינדער וואס קומען פון ערנסטע אביוז שטיבער זאגן אז א שלומ'דיגע גט וואלט געווען א פיל בעסערע אויסוואל.
עס איז נישט פארהאן ערגערס פאר א קינד ווי זעהן טאטע מאמע זיך הרג'ענען. עס הרג'עט אים אויפן לעבן, חוץ מזה וואס ער האט נישט קיין ראול מאדעל ווי אזוי צו זיין אליינס א גוטע מאן/ווייב.

די בעסטע זאך איז צו בלייבן אינאיינעם און זיך נישט קריגן! אז עס איז פארט דא דיפערענצן, זאל מען דאס אויספייטן נאר ביי א דריטן מענטש אדער לכה"פ פריוואט - קיינמאל נישט אין די קינדערס אנוועזנהייט. די קינדער זאלן נאר זעהן רעספעקט איינער צום צווייטן! אז נישט איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז די קינדער אליינס ווילן ענדערש א גט...
איך זאג דא כלל נישט קיין מיינונג, מי אנכי, חס ושלום איך זאל זיך וואגן צו זאגן מיינונגען בעניני פיקוח נפש ממש. אויף דיין סטעיטמענט פרעג איך נאר: פון וואו נעמט איר עס איר שרייבט "כמעט אלע" מעגליך ס'איז אזוי אבער איך קען פלעין באשטיין איר זאלט געבן מער עקספעלענעישאון וויאזוי איר האט געשאפן די כמעט אלע סטאטיסטיק.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1330
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

סיריעסל״י?? די פרעגסט דאס אויף אייוועלט?
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

מענדי קענדי האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:07 pm
און א וועלט ווי עס איז אנגענומען אז אפי' ס'נישטא שלום בית זאל מען בלייבן צוזאמען צוליב די קונדער, דארף מען זיך פרעגן "איז עס טאקע בעסער פאר די קונדער?" איז בעסער פאר קונדער צו וואינען און א שטוב וואס מ'הרג'ט זיך ארום וכדו' אדער און א צוטיילטע ראיגע שטוב?

מיר רעדן דא אויסשליסלעך נאר אויף די חלק פון וואס איז בעסער פאר די קונדער. פארשטייט זיך אז די קונדער זענען נישט די איינציגסטע מכריע.
ר' מענדי איך פארשטיי אייך, עס איז ביטער.
די צער איז געפערליך.
זאלסט וויסן אז דו ביזט נישט די איינציגסטער און עס זענען פארהאן אסאך וואס האבן נישט קיין טאג און נישט קיין נאכט אזויווי אייך.
זיי שטארק. בלייב געזונט.
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6753
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

נייע שטאט האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:57 pm
אבער איך קען פלעין באשטיין איר זאלט געבן מער עקספעלענעישאן וויאזוי איר האט געשאפן די כמעט אלע סטאטיסטיק.
א דאנק פאר'ן פרעגן.

איך האב אליינס גערעדט צו אזעלכע קינדער.
איך האב אסאך געליינט דא אויף אייוועלט.
איך האב געהערט פון אנדערע.

און אזוי האט זיך די סטאטיסטיק געבויעט....

(איך רעד פון ערנסטע מחלוקת, נישט סתם זיך טענה'ן, כמובן)
לעצט פארראכטן דורך דניאל אויערבאך אום מיטוואך יולי 10, 2024 3:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שפילקעס
שר האלפיים
תגובות: 2391
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:36 pm
פאר די קינדער איז די בעסטע צו האבן שלום בית און זיך נישט גט’ן...

דו פרעגסט בשעת הדחק? פרעג ביטע א קלוגע רב


עיין בקונטרס 'זיך גט'ן איז נישט די עצה'.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

די שאלה איז א מיקס פון:
זאל מען אפערירן אדער נישט? וואס האלט דער עולם?
וועלכע סייז שיך איז בעסער, 7 אדער 15?

ס'דא מיליאן פאקטארן אין וואס די תשובה ווענדט זיך + ס'איז דיני נפשות.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4172
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

בן דותא האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:53 pm
אינדעפענדענט האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:51 pm
בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן???
געטראפן די ריכטיגע פלאץ ווי זיך שואל עצה צוזיין... איי וועלט..!
איר טראכט פאר איין מינוט אז דער פותח האשכול איז טאקע געקומען זיך שואל עצה זיין דא?
דאן באלאנגט עס זיכער נישט דא

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
פיאקער
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 12:26 pm

Re: בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיאקער »

שוין, האמיר שוין דעם "דעת הקהל" וואו ס'באלאנגט זיכער נישט
__
אינצווישן אריבערגעפירט געווארן צו תורת הנפש
לעצט פארראכטן דורך פיאקער אום מיטוואך יולי 10, 2024 3:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5094
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

בן דותא האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:11 pm
הונדערט פראצענט בלייבן צוזאמען! מבשרי אחזה
הונדערט פראצענט יש ויש!
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5094
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:52 pm
אזא פראגע איז נישט א אייוועלט פראגע.

ביטע…
אוודאי איז עס נישט א אייוועלט פראגע, ווען יא וואלט דאך די אשכול געלעגן אין די "אידישע וועלט" אפטיילונג.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3754
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

Re: בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

משה יצחקי האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:58 pm
סיריעסל״י?? די פרעגסט דאס אויף אייוועלט?
יא וואס איז די ווינדער
א אנדערע וועג מיר צו פרעגן האט ער דאך נישט
אפילו ווען ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד, ליגט אויף יעדן בראדער איינוואינער א פליכט צו שוייגן.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5478
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

מענדי קענדי האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:07 pm
און א וועלט ווי עס איז אנגענומען אז אפי' ס'נישטא שלום בית זאל מען בלייבן צוזאמען צוליב די קונדער, דארף מען זיך פרעגן "איז עס טאקע בעסער פאר די קונדער?" איז בעסער פאר קונדער צו וואינען און א שטוב וואס מ'הרג'ט זיך ארום וכדו' אדער און א צוטיילטע ראיגע שטוב?

מיר רעדן דא אויסשליסלעך נאר אויף די חלק פון וואס איז בעסער פאר די קונדער. פארשטייט זיך אז די קונדער זענען נישט די איינציגסטע מכריע.
זייער א מאדנע אשכול און געפלאנט בעסער נישט צו רעאגירן, אבער באשלאסן (און אפשר וועליך נאך חרטה האבן דערפאר) אז אפשר יא.

וואס איז דער שאלה, צו בלייבן צוזאם? עס איז דאך א אפענע פסוק "לא טוב היות האדם לבדו - אעשה לו עזר כנגדו", און ווי דער ניגון גייט "האט א איד א ווייבעלע האט ער פון איר צרות, האט ער נישט קיין ווייבעלע טויג ער אויף כפרות".

לאמער גיין צום צווייטן העלפט פסוק "אעשה לו עזר כנגדו", שרייט ער אז זי העלפט נישט, זי איז א שטער! ווענדעט זיך וואס זי שטערט. אויב שטערט זי אים פון זיין א גוי איז דאך גוט. אויב שטערט זי אים פון פארן בארג אראפ, איז דאך גוט. אויב שטערט זי אים פון פאפען א גאנצן טאג, איז דאך גוט. אויב שטערט זי אים פון אינוועסטירן זייער גאנצע געלט בלינדערנהייט אין וועמען ער מיינט ער האט טראסט, איז דאך אויך גוט, דאס איז דאך א ריכטיגע עזר, איז וואזשע דען.

מאכט זיך אז זי איז א נישט גוטע שטער (אדער עזר), ווי למשל זי שטערט אים פון זיין א איד, זי שטערט אים פון דאווענען , לערענען וכו' וכו', דאס איז שוין יא א פראבלעם און מען מוז עס גיין לעזן.

אויב ס'נישטא שלום בית, מאך דיר שלום בית! ווייסט נישט וויאזוי? גיי זיך לערנען. מיינסט אז שלום בית קומט פון זיך אליין? צומאל דארף מען שווער ארבעטן דערויף ולכך נצרת. אויב ווען זי צינדט אן א פייער מאכסטו דער פייער גרעסער ביזטו שילדיג. אויב קומסטו אהיים אויף גערעגט (ווייל איינער האט דיר צוטרייסעלט דורכן טאג) און דערפאר טאלערירסטו גארנישט, דעמאלט ביזטו שילדיג.

א אמת'ע מעשה. איינער האט געפרעגט א אלטע קלוגע איד אז ער וויל זיך גט'ן. דער אלטער איד זאגט אים "איך אויך", און לייגט צו אז 95 פרוצענט זענען נישט אזוי צופרידן, אבער מען גט זיך נישט ווייל ביזט אראפ געקומען אויף דער וועלט צו ארבעטן אויף דיין מערידזש און מאכן א באקוועמע רואיגע שטוב פאר דיר מיט דיין ווייב און קינדער.

געדענקט אז קינדער פון גע'גט'ע שטיבער זענען לעבעדיגע יתומים. ווי העפי קען שוין זיין דער טאטע פון א לעבעדיגע יתום?

אויב הארגעט מען זיך ארום ביי דיר אין דערהיים, ווער דו דער פייער לעשער. מאך דיין שטוב פייער פראף, און זיי גליקלעך.

געדענקט אז ביי דיפאלט (מיט גארנישט טוהן) קען קיין איין מערידשז נישט ארבעטן אוין אויב יא איז נאר לפי שעה, דערפאר דארפסטו פארקאטשען די ארבעל און זיך נעמען ארבעטן צו מאכן א פרייליכע אידישע שטוב און וועסט זעהן אז דער באשעפער וועט דיר געבן פאר דעם סיעתא דשמיא ובכל אשר תפנה תצליח.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
שטארקע אור
שר האלף
תגובות: 1706
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

משה יצחקי האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 2:58 pm
סיריעסל״י?? די פרעגסט דאס אויף אייוועלט?
וואס איז די פראבלעם? עס איז נישט קיין פאליטיק
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5478
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

איך האב שוין חרטה אז כ'האב געשריבן... ווייל באלד... אבער אויב אפילו איינער וועט עס פארשטיין און עפעס טוהן דערוועגן, האט זיך עס געלוינט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”