טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

שמילאוויטש
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2023 12:13 am

טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמילאוויטש »

איך וועל בעזהי''ת דא באשרייבן א מעשה וואס אזוי ווי מיר האבן עס אליין מיט געלעבט קען איך בשטעטיגען די ווארהייט פון יעדעס ווארט פון איין זייט איז אזא מעשה פון די דברים שהשתיקה יפה להם אבער פון די אנדערע זייט אפשר וועט עס ראטעווען איין בחור א עולם מלא (דהיינו אז מען וועט עס פארשפרייטן) ממילא שפיר איך יא פאר אן אחריות ובזה יצאתי חובתי,

ומעשה שהיה כך היה...
פון אויבן האט מען צוגעפירט אז מיר זאלן עוסק זיין במלאכת הקודש צו לערנען מיט בחורים אין ישיבה קטנה אין איינע פון די גרעסטע אדער די גרעסטע מבצרי הישיבות דא אין נוי יארק און די לעצטע שטיק צייט האב איך באמערקט אויף איינע פון די בחורים מיט וועם איך לערן אז ער איז עפעס צו ציווילדעוועט ווי מען רופט עס, ער האט פארלוירען זיין זיץ פלייש אזוי זענען זאכען געפארן גאנץ געמיטלעך אבער כ'האב געשפירט אז עפעס איז נישט ווי פאר דעם,
למעשה האט זיין טאטע אויך עפעס אויפגעכאפט, און מען האט אפגעמאכט אז ער גייט גיין צו א געוויסע מומחה פאר בחורים אין ער וועט שוין דערשפירען וואס דא גייט פאר, פארשטייט זיך ער איז געגאנגען און ער איז געווען זייער אפן מיט אים אבער גארנישט טוישט זיך נישט. עד כן ההקדמה...

יענעם ביטערן דינסטאג וועל איך נישט אזוי שנעל פארגעסן מה' מצעדי גבר א טאג פארדעם איז ער מיט א גרופע בחורים געווען ביים הייליגן רובניצער זי"ע און איך זע ווי עפעס וויל ער מיר זאגן אבער ער דארף נאך די גאטס ס'האט טאקע נישט גענימען צו לאנג און ער האט זיך גענימען זינגען אין וואספארא שאול תחתית ער איז ליידער געווען, ליידער האט א בחור פון זיין כיתה אים איבערגערעדט און ביידע האבן זיך איינגעהאנדעלט א סמארטפאון, מען רעדט דא פון 14 יעריגע בחורים רח"ל היל"ת!!

פארציילט מיר מיין חברותא ווייטער אז ער ווי א גרויסער אויבער חכם האט עס ארויס גענימען אין פראנט פון א אנדערע בחור (אויך נישט די מערסט חניאקישער בחור מילד גערעדט) און יענע בחור ברם יזכור לטוב האט אים מסביר געווען די גרויסע חורבן דערפון בגשמיות און ברוחנית און מיין חברותא האט זיך ווי אויפגעוועקט פון זיין שיכרות און עס צישמעטערט אויף פיצלעך און דאן איז ער ארויף צום ציון פונעם רובניצער ווען קיינער האט נישט געזעהן און אויסגעבראכן אין א ביטערען געוויין...

יעצט, איך וויל מיר דא אפשטעלן און נישט אריין גיין אין צופיל פרטים, אבער איך קען אייך אזויפיל מעיד זיין דער בחור איז געווען צושאסען אויף שברי שברים איך האב און די נאכפאלגענדע טעג אין וואכן בעיקר אין די ערשטע פאר טעג גערעדט מיט אים שעות על גבי שעות אים געהאט אין די קאר איך קען אייך גאר נישט מסביר זיין וויפיל ער האט צאמגעוויינט אויף דעם דורכפאל וואס ער האט זיך אליינס אנגעברענגט, לאמיר קלארשטעלן ער האט עס געהאט פאר פונקטלעך א וואך 7 טעג נישט מער, און איך קען אייך גאר נישט מסביר זיין וואס ער האט אלץ פארציילט לאו דווקא וואס ער האט זיך אנגעזעהן נאר פשוט אויסגעשניטען א וואך פון זיין לעבן ער ציילט שוין נישט קיין ספירה מיט א ברכה, ליידער געווען א קרקפתא דלא מנח תפילין רח"ל ועוד ועוד וואס די הארץ און פעדער קומען זיך נישט צוזאם ארויס צו שרייבן...

ער פרעגט מיר מיט ווייטאג פארוואס האב איך געדערפט זיין אזא אויבער חכם יא איך בין 14 יאר כ'האב געמיינט אז אז איך פארשטיי שוין אליינס מיין שטעטעל...
ער וויינט פארוואס ער האט ארום געפאפט מיט יעדן איינעם אפילו פאר דעם מומחה האט ער געמאכט דעם אנשטעל ווי כאילו ער איז זייער אפן און האט נישט וואס צו באהאלטן...

טייערע בחורים מען רעדט דא נישט פון א בחור וואס קומט פון א שווערע בעגראנד, מען רעדט דא פון א בחור פון א געזינטע בעלבאטישע שטוב אליינס א אהערגשטעלטער בחור, ווי זאגט מען ער זעהט אויס זייער גוט מיט שיינע גלעזער הערליכע שטאפן היט וכו' ס'האט אים זייער נישט געשמעקט צו וויינען ווען איינער זעהט אבער ער איז אנגעקומען צו אזא מצב ווייל ער איז געווען א אויבער חכם.
הייליגע בחורים אויב שפירט איר אז א געוויסע חברותא שאפט פון איינעם אפילו א בחור אין דיין כיתה איז נישט אזוי איי איי האק אפ פון אים און געב עס איבער פאר א עלטערן ווי דיר פאר ער מאכט פון דיר א גל של עצמות רח"ל, געדענק זיי מיינען נישט דיין טובה! דו האסט ב"ה עלטערן און מחנכים וואס זיי ווייסען וואס איז גוט פאר דיר!!

ווייס אז יעדער איז דא דיר צו העלפן די דארפסט נאר רעדן, און געדענק שטענדיג אז זייער א הערליכע עתיד ווארט דיך אפ ס'איז נישט ווערט צו פאר פאטשקענען פאר סיי וועליכע זאך אין דער וועלט, און אויב מיינסטו אז די גייסט באווייזן די קינץ צו טאנצן אויף צוויי חתונות, זאג איך דיר זייער קלאר און איך רעדט פון ערפארונג עס ארבייט נישט אזוי סוף גנב לתלי' זאגן אונז חז"ל און קיינער האט זיך נאך פון דעם נישט ארויסגעדרייט, דיינע עלטערן און זיידעס האבן זיך מוסר נפש געווען אלע דורות ביז היינט יעצט איז דיין צייט צו ווייזען וואס די קענסט!!
צו די ווילסט יא צו נישט ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט און מ'קען נישט טוהן וואס מען וויל אויף יעדע עוולה גייט מען איין טאג אפגעבן דין וחשבון דאס איז א פאקט! פינטל.

ס'איז נישט אלעמאל גרינג, אמת, אבער לכך נוצרת צו פאשענען אין פרעמדע פעלדער וואלט ער דיר געקענט באשאפען פאר א קי אבער דער אייבערשטער האט דיך אויסגעקליבן פאר א חלק פון זיין הייליג פאלק וואס האט די פרייהייט צו זאגן נײן דעס טו איך נישט פארוואס ווייל איך בין א מוח שלט על הלב!!!

אדרבה קוק זיך אום און זעה ווי אזוי דעי אלע וואס האבן זיך איינגעהאנדעלט די כלים טמאים און זיי זענען געבליבען דערמיט, ווי אזוי זעהן זיי אויס? ניטאמאל ווי א סוקסעספולער גוי פלעינע אפגעריסענע צובראכענע נשמות אן קיין פינטל סיפוק, זיי אליינס זענען מעיד אז ווען זיי וואלטן געוויסט ווי ביטער ס'וועט זיך ענדיגען וואלטן זיי קיינמאל נישט אנגעהויבן מיט די חכמות...

און צו אייך טייערע עלטערן וואס זענען דא צו טוהן אלעס אין דער וועלט צו באשיצן זייער נעסט פון די רוחות רעות פון מיין עקספיריענס מיט בחורים קען איך אייך אזויפיל זאגן, פון די גרעסטע ווייטאג וואס א בחור האט נאר איז צו מצער זיין זיין טאטע, אע"כ איז דאס וויכטיגסטע אין די היינטיגע צייטן צו געבן פאר דעם בחור א אפענע געפיל אז די ביסט ביי מיר דאס וויכטיגסטע זאך וואס איך פארמאג און מיר עלטערן לעכצן פאר דיין הצלחה און אים געבן א קאמפטעבל זאן ווי זיך אויסצורעדן אלע זיינע פראבלעמען קליינע ווי גרויסע צוגלייך,

נאך א זייער וויכטיגע זאך איז צו האלטן חשבון ווי ער איז און מיט וועם ער דרייט זיך, אויב ווייסט איר אז ער גייט אהיים פריער פון ישובה פאר סיי וועליכע סיבה ובפרט אויב ס'איז רעגלמעיסיג, צו ער גייט פאר עקסערסייז אדער סיי ווי, מאכט זיכער אז ער קומט טאקע אן דארט ווייל דאס איז פון די גרעסטע לעכער אין די היימישע סיסטעם וד"ל.

ליידער האב איך שוין מיט געהאלטען פעלער ווי בחורים האבן געהאט צוטריט צו אפענע אינטערנעט דווקא פון כלים וואס וואלגערן זיך ארום אין הויז א שטייגער ווי אלטע איי פאטס וכדו' וואס עלטערן באגרייפען ניטאמאל אז דאס קען זיין א סכנה, טייערע עלטערן האט איר סיי וואספארא דעווייסעס וואס מען ניצט נישט האט שכל און האלט עס נישט אין שטוב אפילו מיט א פילטער.

ועל כולם פארגיסען טרערן פארן בורא עולם אז ער זאל היטן זיינע קינדער פון כל מיני מכשולות,
די מאמע פון דעם בחור וואס איך רעדט האט זיכער פארגאסען אסאך טרערן וואס דאס האט ציגעברענגט אז ער זאל אזוי שנעל זיך אויפכאפן פון זיין פלאנטער,
געדענקט קיינער איז נישט פארזיכערט און טרערן גייען קיינמאל נישט לאיבד.

זאל דער אייבערשטער העלפען אז יעדער זאל האבן די כוחות בייצושטיין זיינע נסיונות, און מיר זאלן אלע זעהן נחת פון אונזערע דורות ביז משיח וועט קימען. בב"א.
אוועטאר
הייליגע טאטע
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 03, 2020 12:59 pm

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע טאטע »

די חורבן איז שוין אויך חרוב....

אוי! אוי! ....
באשעפער העלף!!
אז דו טוסט א טובה פאר א צוווייטע מענטש זיי גרייט אז דו גייסט צוריק באקומען שטיינער
בעט אבער דעם אייבערשטן אז די שטיינער זאלן זיין קליינע נישט קיין גרויסע
אוועטאר
ברוכ'ל
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2024 5:37 pm

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכ'ל »

ווייטאגליך!

פיין געשריבן!
שמילאוויטש
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2023 12:13 am

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמילאוויטש »

הייליגע טאטע האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 3:11 pm
די חורבן איז שוין אויך חרוב....

אוי! אוי! ....
באשעפער העלף!!
ס'איז אמת אז נאר דער אייבערשטער קען העלפען אבער ס'איז אויך דא א חיוב השתדלת וואס יעדער קען און דארף טוהן...
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4875
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

לעצט פארראכטן דורך לאנטש טיים אום זונטאג יוני 02, 2024 6:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

וואס קען מען שוין טון יעצט אויף די מינוט?

בעטן, דאנקען, בעטן, דאנקען, בעטן, דאנקען, טייכן טרערן.

און זיין "גוט" מיט'ן בחור אינדערהיים. עכט גוט. מאך אים אויפשיינען צו דיר.

בכל אופן שהוא. אמאל מיט א ניגון. אמאל מיט רעדן פון קארס און טראקס. אמאל מיט רעדן אין לערנען. אמאל מיט א קאמפלימענט יורד לחדרי בטן.

מאך אים פילן ווי ער האט די בעסטע טאטע מאמע אין די וועלט (נישט בעיביש, נאר עכט, בחוריש, ודוק).
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
מעכל'ע
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 7:27 pm

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל'ע »

משום מעשה שהיה, טריי איך צי זיכן אין די מעשה צי סאיז מרומז עפעס א ראשי תיבת
שמילאוויטש
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2023 12:13 am

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמילאוויטש »

מעכל'ע האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 6:14 pm
משום מעשה שהיה, טריי איך צי זיכן אין די מעשה צי סאיז מרומז עפעס א ראשי תיבת
ס'איז קיינמאל נישט קיין שיינע זאך צו גריבלען ביי יענעם אין די קישקעס...

ולמאן האמת האב איך זיך זייער גע'ישוב'ט צו איך זאל עס יא אדער נישט שרייבן, צוליב וואס ס'קען מעגליך צוקימען אז איינער זאל אפשר כאפן פון וועם מ'רעדט אדער עס גאר ארויף שמירען אויף א צווייטען, אבער נאכן הערן פון עטליכע אז ס'קען זיין א תועלת לרבים ובפרט פון די בעל המעשה וואס האט גע'טענה'ט אז ווען ער וואלט ווען געהערט די ווערטער פארדעם וואלט ער גאנץ מעגליך נישט אנגעקימען צו אזא מצב האב איך מחליט געווען אז ס'איז יא ווערט צו באשרייבן, מיט די האפענוג אז דער עולם דא איז געניג קליג ארויס צונעמען וואס מען דארף און נישט קראצען טיפער וד"ל.
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

שכוח @שמילאוויטש סאיז א קריטיש וויכטיגע נושא, כה לחי!
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
גרינגער
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 4:27 pm

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינגער »

די זאגסט ווי וויכטיג עס איז אז די בחורים זאלן עס הערן, דאס וואס די שרייבסט איז געשריבן פאר עלטערן מען דארף אהער שטעלן דעם בריוו ווי עס רעדט צו א בחור.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4148
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

יישר כח
זייער שיין באשריבן

זאלסטו נאר פארציילן גיטע זאכן
שמילאוויטש
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2023 12:13 am

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמילאוויטש »

ברוכ'ל האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 3:19 pm
ווייטאגליך!

פיין געשריבן!
זייער ווייטאגליך...

שכוח פאר דיין קאמפלימענט ס'איז בלויז הארץ שפראך...

כ'האב פלעין געדארפט אויסגיסען וואס ליגט אינעוויניג
אוועטאר
תהילים זאגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:39 pm
לאקאציע:ביים תהילים'ל

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תהילים זאגער »

ווייטאגליך אבער אמת יעדע ווארט

זייער פיין געשריבן
אבימלך האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:43 pm
אזויווי איך קען נישט ארויסגיין מיט צעפלויגענע פיאות, אזוי קען איך נישט ארומגיין מיט פארשוועכטע ציצית.
לייקוס
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 22, 2020 10:45 pm
לאקאציע:לעיקוואד

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייקוס »

אמת ויציב יעדעס ווארט,

אבער לאמיר רעדן מאידך גיסא,
די פאקט איז א פאקט אז די יצר הרע איז חי וקים,און די פאקט איז אז א סמארטפאון קאוסט אונטער פופציג דאלאר,און נאך אביסעל גייט זיין פרי וויי פיי און יעדע סיטי.
וא״כ סאיז אמת אז די מער מקען טוען צו מרחק זיין און אנשרעקן דארף מען טוהן,
מאידך גיסא איז דא אסאך א גרעסערע ארבעט וואס מדארף טוהן,
ווען בעגין האט אנגעפאנגען טיילען מדינה געלט,האט סאטמערע רב אויפגעשטעלט קרן הצלה.
מדארף זעען וואס די יצר הרע געט און דעם סמארטפאון, און דאס אנפאנגען צו גיסען פאר אונזערע בחורים,און יונגערלייט,און עלטערע יודען.
(יא סאיז ליידער דא עלטערע יודען וואס זינקען און די סמארטפאון,אויב זעעסטו אן איינזאמע זעכציג יעריגער כאפ א שמועס מיט עם, אסאך פון זיי שפירען זיך וואו איבריגע מענטשען אויף די וועלט. והדברים ארוכים)

אונזערע גוטע בחורים און פלענע בחורים דארפען קאננעקשין,זיי ווילען ווערען געזעען און געהערט,
אונז דארפען מגידי שיעורים און ראשי ישיבות וואס זענען דא פאר די בחורים,א ראש ישיבה דארף קענען אריינקוקען און יעדע בחור׳ס הארץ,און זעען ביזען זיביטען ריפ.
דער בחור דארף האבען איינעם זיך אויסצורעדן און זיין נאנט פאר ער טרעפט די סמארט פאון.
מקען שרייבען און שרייבען און נישט ענדיגען סאיז א הימל געשריי אז מלייגט אריין מיליאנען און די טעכנאלאגיע מלחמה אנשטאט מזאל אריינלייגען געלט און ארגענעזאציע וואס זאלען אריינשטעלען מומחים און ישיבות אז יעדע בחור זאל האבען איינעם צו וועם צו עפענען זיין הארץ.

די סעלפאון איז דא,און ווער אימער א יונגערמאן צו א בחור וואס איז פארשניטען אן קיין געפילען און קיין חיות,איז גאר שווער זיך צו באווארענען אז ער זאל נישט אנקומען דארט,און וויי פאר דער וואס קומט אן דארט מיט א ליידיגקייט,וויי פאר דער וואס האט קיינמאל נישט טועם געווען אהבה דקדושה,און די ערשטע אהבה און זיין לעבען האט ער געטראפען און אהבה זרה.
יא אונז האבען עפעס וואס איז שטערקער וואו זנות, קדושה פארקויפט עפעס וואס עכט,עפעס וואס איז א עכטע טיפע חיבור וואס ווער סהאט טועם געווען אן עריבות דקדושה ווייסט אז סאיז יתרון האור מן החושך.

ממילא דיע בחור וואס האטסיך אנגעקוקט,דארף מען בארואיגען ער איז נישט פארפאלען,ער האט סך הכל קאנען געלערענט וואס יצר הרע איז,און יעצט קען ער אנפאנגען צו ווערען א עכטע יוד און אנפאנגען זיך צובאקענען מיט זיין יצר טוב,און מיט די צייט וועט ער זיין שטערקער וואו דיי בחור וואס זיין גאנצע יודישקייט באשטייט דערוויל פון זיך באהאלטען פונעם יצר הרע,און ער איז נאך בסכנה אז נאך זיין עקספאוזשער צום יצר הרע וועט ער פארפאלען ווערען.
די עצם זאך פון געבן די פחד איז א מעלה מצד אחד און א חיסרון מצד שני,ווייל בעצם געבט מען א מעסידזש אז די יצר הרע איז שטערקער וואו קדושה און כאילו איינמאל א בחור איז עקספאוזד איז ער א פארלוירענער,
אפשר דארף מען געבען א מעסידזש אז נאכען ווערען עקספאוזד גייט מען שוין מיר נישט זיין א צדיק מנעוריו און מגייט דארפען פעסט הארעווען ארויסצורייסען די אהבה זרה,מקען נאך אבער זיין גאר א גרויסע הייליגע יוד.
לעצט פארראכטן דורך לייקוס אום מאנטאג יוני 03, 2024 12:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שמילאוויטש
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2023 12:13 am

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמילאוויטש »

גרינגער האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 6:55 pm
די זאגסט ווי וויכטיג עס איז אז די בחורים זאלן עס הערן, דאס וואס די שרייבסט איז געשריבן פאר עלטערן מען דארף אהער שטעלן דעם בריוו ווי עס רעדט צו א בחור.
גערעכט,

און דערפאר האב איך עס צוטיילט און צוויי חלקים אז מען זאל קענען ארויס פרינטען נאר די חלק געמאכט פאר בחורים...
ערליכער סוחר
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 7:59 am

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערליכער סוחר »

לייקוס האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 1:07 am
אמת ויציב יעדעס ווארט,

אבער לאמיר רעדן מאידך גיסא,
די פאקט איז א פאקט אז די יצר הרע איז חי וקים,און די פאקט איז אז א סמארטפאון קאוסט אונטער פופציג דאלאר,און נאך אביסעל גייט זיין פרי וויי פיי און יעדע סיטי.
וא״כ סאיז אמת אז די מער מקען טוען צו מרחק זיין און אנשרעקן דארף מען טוהן,
מאידך גיסא איז דא אסאך א גרעסערע ארבעט וואס מדארף טוהן,
ווען בעגין האט אנגעפאנגען טיילען געלט האט סאטמערע רב אויפגעשטעלט קרן הצלה.
מדארף זעען וואס די יצר הרע געט און דעם סמארטפאון און דאס אנפאנגען צו גיסען פאר אונזערע בחורים,און יונגערלייט,און עלטערע יודען.
אונזערע גוטע בחורים און פלענע בחורים דארפען קאננעקשין,זיי ווילען ווערען געזעען און געהערט,
אונז דארפען מגידי שיעורים און ראשי ישיבות וואס זענען דא פאר די בחורים,א ראש ישיבה דארף קענען אריינקוקען און יעדע בחור׳ס הארץ,און זעען ביזען זיביטען ריפ.
דער בחור דארף האבען איינעם זיך אויסצורעדן און זיין נאנט פארען טרעפן די סמארט פאון.
מקען שרייבען און שרייבען און נישט ענדיגען סאיז א הימל געשריי אז מלייגט אריין מיליאנען און די טעכנאלאגיע מלחמה אנשטאט מזאל אריינלייגען געלט און ארגענעזאציע וואס זאלען אריינשטעלען מומחים און ישיבות אז יעדע בחור זאל האבען איינעם צו וועם צו עפענען זיין הארץ.

די סעלפאון איז דא,און ווער אימער א יונגערמאן צו א בחור וואס איז פארשניטען אן קיין געפילען און קיין חיות,איז גאר שווער זיך צו באווארענען אז ער זאל נישט אנקומען דארט,און וויי פאר דער וואס קומט אן דארט מיט א ליידיגקייט,וויי פאר דער וואס האט קיינמאל נישט טועם געווען אהבה דקדושה,און די ערשטע אהבה און זיין לעבען האט ער געטראפען און אהבה זרה.
יא אונז האבען עפעס וואס איז שטערקער וואו זנות, קדושה פארקויפט עפעס וואס עכט,עפעס וואס א עכטע טיפע חיבור וואס ווער סהאט טועם געווען אן עריבות דקדושה ווייסט אז סאיז יתרון האור מן החושך.

ממילא דיע בחור וואס האטסיך אנגעקוקט,דארף מען בארואיגען ער איז נישט פארפאלען ער האט סך הכל קאנען געלערענט וואס יצר הרע איז,און יעצט קען ער אנפאנגען צו ווערען א עכטע יוד און אנפאנגען זיך צובאקענען מיט זיין יצר טוב,און מיט די צייט וועט ער זיין שטערקער וואו דיי בחור וואס זיין גאנצע יודישקייט באשטייט דערוויל פון זיך באהאלטען פונעם יצר הרע,און ער איז נאך בסכנה אז נאך זיין עקספאוזשער צום יצר הרע וועט ער פארפאלען ווערען.
די עצם זאך פון געבן די פחד איז א מעלה מצד אחד און א חיסרון מצד שני,ווייל בעצם געט מען א מעסידזש אז די יצר הרע איז שטערקער וואו קדושה און כאילו איינמאל א בחור איז עקספאוזד איז ער א פארלוירענער,
אפשר דארף מען געבען א מעסידזש אז נאכען ווערען עקספאוזד גייט מען שוין מיר נישט זיין א צדיק מנעוריו, מקען נאך אבער זיין גאר א גרויסע הייליגע יוד.
וויל איך צולייגען די בעקאנטע משל מיט די קאטשקע - פאר ווער עס ווייסט נאך נישט -
עס איז געוועהן אמאל א ירושלימער יוד וואס האט מחליט געוועהן אז ער גייט אויפציען זיינע קינדער אויף אן אופן אז זיי וועלן זיין א קדוש מנעוריו, ווי אזוי? איז ער אופגעקומען מיט א פלאן, ער וועט זיי אויפציען אין א גאר גרויסע בנין וואס דארט וועט אלעס זיין, אלעס מיינט אלעס אנגעהויבן פון פלעי גרופ, חדר, ישיבה, א פארק אויפן דאך צו שפילן, א געשעפט (נאר פון מענער) צו קויפן געשמאקע מאכלים וכו' וכו' וכו' וכך הוה די בחורים זענען געוואקסן לשם ולתפארת, ויהי היום און איינע פון די בחורים האט זיך עפעס נישט גוט געשפירט בלית ברירה האט איהם די טאטע גענומען צום דאקטער (א מאן דאקטער) אבער פלוצלינג..... קומט ארויס פון א צימערל א אזא מין בריה וואס דער בחור האט נאך קיינמאל נישט געזעהן (נקיבה בלע"ז) גיט ער א פרעג דעם טאטן: העי טאטי וואס איז דעס? דער טאטע פארלירט זיך נישט און ענטפערט אויפן פלאץ: דעס? ס'איז א קאטשקע! זאגט דער בחור: טאטי, אפשר קויפסטו מיר צוויי אזאנע קאטשקעס..........

סאיז א משל, דער נמשל איז גאנץ פשוט אוועק שטופן דעם יצר הרע איז נישט קיין "גאנצע" רפואה דער יצר הרע איז דא און ער קען צומאל ברענען שרעקליך "נישט נאר דורך א סמארטפון" עס קען קומען פון בילדער וואס מען האט געזעהן בטעות עס קען אויך קומען פשוט פון זיך אליין.. און נאך "אסאך" אנדערע וועגן ודי בזה (דער יצר הרע איז קלוגער פון אונז!)
די עצה? אויסצולערנען זיך צו "שלאגן" מיטן יצר - ווייל סוף כל סוף האט יעדער א יצר הרע, אפילו דו יונגערמאן וואס זיצט אין ביהמ"ד און האסט נישט קיין שום טריפענע כלי, האב איך נייעס פאר דיר דער יצר הרע האט נאך נישט אויפגעגבן אויף דיר!
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע:בתוך עמי אנכי יושבת

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

"ווי איז יאסעלע" בתפארתו
זאל זיך דער אייבערשטער מרחם זיין אויף זיינע קינדער אינעם ביטערן גלות

איינע פון די שטארקע זאכן פון די 'ווי איז יאסעלע' געשיכטע, און אויך פון די אויבנדערמאנטע געשיכטע ווייזט עס שטארק ארויס, איז די תשובה חלק דערפון, מ'דארף היינט אריינבאקן אין די יונגע דור די מתנה טובה וואס דער הייליגער באשעפער האט אונז באשאנקן וואס הייסט 'תשובה', יעדער האט זיך זיינע שווערע זמנים, פון נסיונות קען זיך קיינער נישט ארויסדרייען, איינער מער און איינער נאך מער ווי פון אזעלכע מעשיות אשר תסמר שערות אנוש וואס איז ליידער בנמצא היינט מער ווי אמאל, און מ'דארף שטארק זיין אריינגעבאקן מיט די מושג פון תשובה, און דער הייליגער באשעפער האט אונז ליב אפי' מ'איז ליידער פארזינקען אין מעשים אשר לא יעשו, און יעדע ביסל פעולה וואס מ'טוט צו ווערן נענטער צום אייבערשטן איז עס א געוואלדיגע חשיבות אין דער רבוש"ע איז עס מקבל באהבה.
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע:מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

שכח פארן שרייבן דערוועגן. וויפול מ'הערט איז נישט גענוג.

וואס יא, איך גלייך נישט דער מעסעדז אין דעם ארטיקל ווי כאילו דער בחור איז שוין גענדיגט. ער איז פארפאלן.
ווי עס שטייט אין ספרים, איז דא צוויי פאזעס אינם מלחמת היצר. איינס פארן נסיון, און איינס נאכן דורכפאלן ל''ע.

דער בחור דארף הערן אז פון איין זייט איז נישט פשוט ווען מ'פאלט און ער זאל זיכער מאכן אז אזאנס זאל נישט געשעהן. און פון די אנדערע זייט דארף ער הערן ווי באליבט ער איז ביים באשעפער, און אז יעדע ביסל חרטה געפיל, יעדע פעולה וואס ער טוט אז ער זאל נישט פאלן נאכאמאל, איז באליבט ביים טאטען אין הימל.

חרטה איז וויכטיג. זיך קלאפן און אראפראסן איז א רעסעפי פאר נאך א פאון ח''ו.

קען זיין אז ער באקומט יא דער גוטע מעסעדז. דער אופן פונם ארטיקל מאכט מיר אבער פילן אז נישט.

הצלחה אינם עבודת הקודש!!
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
מענדל זאב
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 19, 2021 11:19 pm

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל זאב »

איך מיין אונזערע גראפיק חברים זאלן עס באצירן און ארויסלייגן צו קענען דאונלאודן און קענען מפיץ זיין כדי די בחורים זאלן עס ליינען
א גיטן טאג אייך
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:54 pm

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גיטן טאג אייך »

שמילאוויטש האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 3:07 pm
איך וועל בעזהי''ת דא באשרייבן א מעשה וואס אזוי ווי מיר האבן עס אליין מיט געלעבט קען איך בשטעטיגען די ווארהייט פון יעדעס ווארט פון איין זייט איז אזא מעשה פון די דברים שהשתיקה יפה להם אבער פון די אנדערע זייט אפשר וועט עס ראטעווען איין בחור א עולם מלא (דהיינו אז מען וועט עס פארשפרייטן) ממילא שפיר איך יא פאר אן אחריות ובזה יצאתי חובתי,

ומעשה שהיה כך היה...
פון אויבן האט מען צוגעפירט אז מיר זאלן עוסק זיין במלאכת הקודש צו לערנען מיט בחורים אין ישיבה קטנה אין איינע פון די גרעסטע אדער די גרעסטע מבצרי הישיבות דא אין נוי יארק און די לעצטע שטיק צייט האב איך באמערקט אויף איינע פון די בחורים מיט וועם איך לערן אז ער איז עפעס צו ציווילדעוועט ווי מען רופט עס, ער האט פארלוירען זיין זיץ פלייש אזוי זענען זאכען געפארן גאנץ געמיטלעך אבער כ'האב געשפירט אז עפעס איז נישט ווי פאר דעם,
למעשה האט זיין טאטע אויך עפעס אויפגעכאפט, און מען האט אפגעמאכט אז ער גייט גיין צו א געוויסע מומחה פאר בחורים אין ער וועט שוין דערשפירען וואס דא גייט פאר, פארשטייט זיך ער איז געגאנגען און ער איז געווען זייער אפן מיט אים אבער גארנישט טוישט זיך נישט. עד כן ההקדמה...

יענעם ביטערן דינסטאג וועל איך נישט אזוי שנעל פארגעסן מה' מצעדי גבר א טאג פארדעם איז ער מיט א גרופע בחורים געווען ביים הייליגן רובניצער זי"ע און איך זע ווי עפעס וויל ער מיר זאגן אבער ער דארף נאך די גאטס ס'האט טאקע נישט גענימען צו לאנג און ער האט זיך גענימען זינגען אין וואספארא שאול תחתית ער איז ליידער געווען, ליידער האט א בחור פון זיין כיתה אים איבערגערעדט און ביידע האבן זיך איינגעהאנדעלט א סמארטפאון, מען רעדט דא פון 14 יעריגע בחורים רח"ל היל"ת!!

פארציילט מיר מיין חברותא ווייטער אז ער ווי א גרויסער אויבער חכם האט עס ארויס גענימען אין פראנט פון א אנדערע בחור (אויך נישט די מערסט חניאקישער בחור מילד גערעדט) און יענע בחור ברם יזכור לטוב האט אים מסביר געווען די גרויסע חורבן דערפון בגשמיות און ברוחנית און מיין חברותא האט זיך ווי אויפגעוועקט פון זיין שיכרות און עס צישמעטערט אויף פיצלעך און דאן איז ער ארויף צום ציון פונעם רובניצער ווען קיינער האט נישט געזעהן און אויסגעבראכן אין א ביטערען געוויין...

יעצט, איך וויל מיר דא אפשטעלן און נישט אריין גיין אין צופיל פרטים, אבער איך קען אייך אזויפיל מעיד זיין דער בחור איז געווען צושאסען אויף שברי שברים איך האב און די נאכפאלגענדע טעג אין וואכן בעיקר אין די ערשטע פאר טעג גערעדט מיט אים שעות על גבי שעות אים געהאט אין די קאר איך קען אייך גאר נישט מסביר זיין וויפיל ער האט צאמגעוויינט אויף דעם דורכפאל וואס ער האט זיך אליינס אנגעברענגט, לאמיר קלארשטעלן ער האט עס געהאט פאר פונקטלעך א וואך 7 טעג נישט מער, און איך קען אייך גאר נישט מסביר זיין וואס ער האט אלץ פארציילט לאו דווקא וואס ער האט זיך אנגעזעהן נאר פשוט אויסגעשניטען א וואך פון זיין לעבן ער ציילט שוין נישט קיין ספירה מיט א ברכה, ליידער געווען א קרקפתא דלא מנח תפילין רח"ל ועוד ועוד וואס די הארץ און פעדער קומען זיך נישט צוזאם ארויס צו שרייבן...

ער פרעגט מיר מיט ווייטאג פארוואס האב איך געדערפט זיין אזא אויבער חכם יא איך בין 14 יאר כ'האב געמיינט אז אז איך פארשטיי שוין אליינס מיין שטעטעל...
ער וויינט פארוואס ער האט ארום געפאפט מיט יעדן איינעם אפילו פאר דעם מומחה האט ער געמאכט דעם אנשטעל ווי כאילו ער איז זייער אפן און האט נישט וואס צו באהאלטן...

טייערע בחורים מען רעדט דא נישט פון א בחור וואס קומט פון א שווערע בעגראנד, מען רעדט דא פון א בחור פון א געזינטע בעלבאטישע שטוב אליינס א אהערגשטעלטער בחור, ווי זאגט מען ער זעהט אויס זייער גוט מיט שיינע גלעזער הערליכע שטאפן היט וכו' ס'האט אים זייער נישט געשמעקט צו וויינען ווען איינער זעהט אבער ער איז אנגעקומען צו אזא מצב ווייל ער איז געווען א אויבער חכם.
הייליגע בחורים אויב שפירט איר אז א געוויסע חברותא שאפט פון איינעם אפילו א בחור אין דיין כיתה איז נישט אזוי איי איי האק אפ פון אים און געב עס איבער פאר א עלטערן ווי דיר פאר ער מאכט פון דיר א גל של עצמות רח"ל, געדענק זיי מיינען נישט דיין טובה! דו האסט ב"ה עלטערן און מחנכים וואס זיי ווייסען וואס איז גוט פאר דיר!!

ווייס אז יעדער איז דא דיר צו העלפן די דארפסט נאר רעדן, און געדענק שטענדיג אז זייער א הערליכע עתיד ווארט דיך אפ ס'איז נישט ווערט צו פאר פאטשקענען פאר סיי וועליכע זאך אין דער וועלט, און אויב מיינסטו אז די גייסט באווייזן די קינץ צו טאנצן אויף צוויי חתונות, זאג איך דיר זייער קלאר און איך רעדט פון ערפארונג עס ארבייט נישט אזוי סוף גנב לתלי' זאגן אונז חז"ל און קיינער האט זיך נאך פון דעם נישט ארויסגעדרייט, דיינע עלטערן און זיידעס האבן זיך מוסר נפש געווען אלע דורות ביז היינט יעצט איז דיין צייט צו ווייזען וואס די קענסט!!
צו די ווילסט יא צו נישט ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט און מ'קען נישט טוהן וואס מען וויל אויף יעדע עוולה גייט מען איין טאג אפגעבן דין וחשבון דאס איז א פאקט! פינטל.

ס'איז נישט אלעמאל גרינג, אמת, אבער לכך נוצרת צו פאשענען אין פרעמדע פעלדער וואלט ער דיר געקענט באשאפען פאר א קי אבער דער אייבערשטער האט דיך אויסגעקליבן פאר א חלק פון זיין הייליג פאלק וואס האט די פרייהייט צו זאגן נײן דעס טו איך נישט פארוואס ווייל איך בין א מוח שלט על הלב!!!

אדרבה קוק זיך אום און זעה ווי אזוי דעי אלע וואס האבן זיך איינגעהאנדעלט די כלים טמאים און זיי זענען געבליבען דערמיט, ווי אזוי זעהן זיי אויס? ניטאמאל ווי א סוקסעספולער גוי פלעינע אפגעריסענע צובראכענע נשמות אן קיין פינטל סיפוק, זיי אליינס זענען מעיד אז ווען זיי וואלטן געוויסט ווי ביטער ס'וועט זיך ענדיגען וואלטן זיי קיינמאל נישט אנגעהויבן מיט די חכמות...

און צו אייך טייערע עלטערן וואס זענען דא צו טוהן אלעס אין דער וועלט צו באשיצן זייער נעסט פון די רוחות רעות פון מיין עקספיריענס מיט בחורים קען איך אייך אזויפיל זאגן, פון די גרעסטע ווייטאג וואס א בחור האט נאר איז צו מצער זיין זיין טאטע, אע"כ איז דאס וויכטיגסטע אין די היינטיגע צייטן צו געבן פאר דעם בחור א אפענע געפיל אז די ביסט ביי מיר דאס וויכטיגסטע זאך וואס איך פארמאג און מיר עלטערן לעכצן פאר דיין הצלחה און אים געבן א קאמפטעבל זאן ווי זיך אויסצורעדן אלע זיינע פראבלעמען קליינע ווי גרויסע צוגלייך,

נאך א זייער וויכטיגע זאך איז צו האלטן חשבון ווי ער איז און מיט וועם ער דרייט זיך, אויב ווייסט איר אז ער גייט אהיים פריער פון ישובה פאר סיי וועליכע סיבה ובפרט אויב ס'איז רעגלמעיסיג, צו ער גייט פאר עקסערסייז אדער סיי ווי, מאכט זיכער אז ער קומט טאקע אן דארט ווייל דאס איז פון די גרעסטע לעכער אין די היימישע סיסטעם ודי.

ליידער האב איך שוין מיט געהאלטען פעלער ווי בחורים האבן געהאט צוטריט צו אפענע אינטערנעט דווקא פון כלים וואס וואלגערן זיך ארום אין הויז א שטייגער ווי אלטע איי פאטס וכדו' וואס עלטערן באגרייפען ניטאמאל אז דאס קען זיין א סכנה, טייערע עלטערן האט איר סיי וואספארא דעווייסעס וואס מען ניצט נישט האט שכל און האלט עס נישט אין שטוב אפילו מיט א פילטער.

ועל כולם פארגיסען טרערן פארן בורא עולם אז ער זאל היטן זיינע קינדער פון כל מיני מכשולות,
די מאמע פון דעם בחור וואס איך רעדט האט זיכער פארגאסען אסאך טרערן וואס דאס האט ציגעברענגט אז ער זאל אזוי שנעל זיך אויפכאפן פון זיין פלאנטער,
געדענקט קיינער איז נישט פארזיכערט און טרערן גייען קיינמאל נישט לאיבד.

זאל דער אייבערשטער העלפען אז יעדער זאל האבן די כוחות בייצושטיין זיינע נסיונות, און מיר זאלן אלע זעהן נחת פון אונזערע דורות ביז משיח וועט קימען. בב"א.
פיין געשריבן, זאל דער אייבשטער העלפן זאל זיין א ירידה לצורך עליה,
איך וואלט די גערטאן צי שיקן פאר הבדלה, יוסעלה, וכו,
איין זאך שכרך הרבה מאוד פארן ראטווען דורות דארך עם מחזק זיין
אוועטאר
סאדיגורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 10:15 am

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדיגורה »

א גיטן טאג אייך האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 4:52 pm

ווער זאגט אז ס'נישט די זעלבע שרייבער?...
פון סאדיגורה אין אוקריינא ביז סאדיגורה אין בני ברק ציעט זיך די גאלדענע הנהגה בתפארתה!!
שמילאוויטש
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2023 12:13 am

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמילאוויטש »

סאדיגורה האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 5:02 pm

קודם כל שכוח פאר די קאמפלימענט אז מיין פעדער איז פאסיג לעלות על שולחן הבדלה,

אבער למען האמת איז שרייבעריי נישט מיין ליין, און כ'האב עס דירעקט נישט אריין געשיקט פאר קיין שום אפיציעלע אויסגאבע וואס איז עוסק אין דעם נושא ווייל ווער ס'גלייבט אלעס וואס ער ליינט דארט איז דאך ממילה אויפגעוואכט פאר די ברענעדיגע נושא, מיט דעם ארטיקל האב איך מער געצילט דעם אויבער חכם וואס גלייבט נישט וואס ער ליינט דארט זאל ער עס הערן אויך פון א אנדערע ווינקעל אולי אולי וועט ער יא גלייבן, ווער ווייסט?!
שמילאוויטש
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2023 12:13 am

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמילאוויטש »

נקודה למחשבה האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 4:20 pm
שכח פארן שרייבן דערוועגן. וויפול מ'הערט איז נישט גענוג.

וואס יא, איך גלייך נישט דער מעסעדז אין דעם ארטיקל ווי כאילו דער בחור איז שוין גענדיגט. ער איז פארפאלן.
ווי עס שטייט אין ספרים, איז דא צוויי פאזעס אינם מלחמת היצר. איינס פארן נסיון, און איינס נאכן דורכפאלן ל''ע.

דער בחור דארף הערן אז פון איין זייט איז נישט פשוט ווען מ'פאלט און ער זאל זיכער מאכן אז אזאנס זאל נישט געשעהן. און פון די אנדערע זייט דארף ער הערן ווי באליבט ער איז ביים באשעפער, און אז יעדע ביסל חרטה געפיל, יעדע פעולה וואס ער טוט אז ער זאל נישט פאלן נאכאמאל, איז באליבט ביים טאטען אין הימל.

חרטה איז וויכטיג. זיך קלאפן און אראפראסן איז א רעסעפי פאר נאך א פאון ח''ו.

קען זיין אז ער באקומט יא דער גוטע מעסעדז. דער אופן פונם ארטיקל מאכט מיר אבער פילן אז נישט.

הצלחה אינם עבודת הקודש!!
ח"ו פון די שעות וואס איך האב פארברענגט מיט דעם בחור נאך די דורכפאל איז מער ווייניגער געווען אויף די מהלך פון עשה טוב ווי אזוי מ'קען אלץ שטייגען פון א דורכפאל וכו',

די ארטיקל איז מער צו געבן די פולע בילד פאר דעם בחור וואס ווייסט נישט ווי ער שטייט איין, אז ער זאל וויסען אז יענע דירעקשען איז ביטער ווי א זית....
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

לייקוס האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 1:07 am
אמת ויציב יעדעס ווארט,

אבער לאמיר רעדן מאידך גיסא,
...

אונזערע גוטע בחורים און פלענע בחורים דארפען קאננעקשין,זיי ווילען ווערען געזעען און געהערט,
אונז דארפען מגידי שיעורים און ראשי ישיבות וואס זענען דא פאר די בחורים,א ראש ישיבה דארף קענען אריינקוקען און יעדע בחור׳ס הארץ,און זעען ביזען זיביטען ריפ.
דער בחור דארף האבען איינעם זיך אויסצורעדן און זיין נאנט פאר ער טרעפט די סמארט פאון.
מקען שרייבען און שרייבען און נישט ענדיגען סאיז א הימל געשריי אז מלייגט אריין מיליאנען און די טעכנאלאגיע מלחמה אנשטאט מזאל אריינלייגען געלט און ארגענעזאציע וואס זאלען אריינשטעלען מומחים און ישיבות אז יעדע בחור זאל האבען איינעם צו וועם צו עפענען זיין הארץ.
...

די ווערטער זענען זייער אמת, אבער די ווערטער שפיגלען אויך אפ א גרויסע פראבלעם. מען נוצט נייע ווערטער וואס עלטערן פארשטייען בכלל נישט, "קאנעקשאן" וכדומה.

איך ווייס נישט קאנעקשאן שמאנעקשאן. דאס נוצן אלע "היינטיגע." וואס טו איך "יעצט" מיט "מיין" בחור אינדערהיים אדער אין ישיבה. למעשה, צום פינטל, אן קיין הויכע ווערטער. עלטערן ווערן פארלוירן, ווייסן נישט וואס טוט זיך. ציטערן פון די קינדערס נסיונות אין טעכנאלאגיע, אבער גיי העלף מיט "קאנעקשאן."

ווילאנג מען זאגט דאס איבער און איבער קומט מען נישט אן צו ווייט. מ'קען שרייבן גאנצע ביכער ווי וויכטיג עס איז, אבער די א"ב וויאזוי מען ברענגט עס מכוח אל הפועל זאגט מען נישט.

מען דארף זאגן כזה ראה וקדש. וואס דארף איך טון צו מאכן/האבן אזא קאנעקשאן.

וועגן דעם האב איך געשריבן אפאר קורצע זאצן. פארגעס קאנעקשאן. מאך דיין בחור אויפשיינען, מאך אים לעכטיג זיין פנים. ווען ער איז געווען א טאדלער און דער גרויסער האט צובראכן זיין לעגאו איז ער געקומען וויינען, און די טאטע אדער מאמע האבן עפעס געטון און די וואלקן איז אראפ פון זיין פנים, ער האט אויפגעשיינט מיט א רואיגע שלוה'דיגע בא'חנ'טע שמייכל ווי די גליקליכסטע קינד אין די וועלט.

דאס דארף מען טון אלע יארן שפעטער אויך און קיינמאל נישט סטאפן. ספעשל אין די ימי הבחרות, אויף זיין מעטשור לעוועל. מאך אים שיינען. אמאל מיט א שווערע אויפגאבע אין שטוב. אמאל מיט "איבערגיין" א בלאט גמרא. אמאל מיט א עקסטערע טריפ אין קאר. אמאל מיט אים העלפן בויען א לאקער, פעינטן, לייגן א שלאס. אמאל מיט ארויסברענגען זיין מומחיות אויף א געוויסע פרטיות'דיגע זאך. אמאל מיט צוגיין צום רב/דיין זאגן גוט שבת און אים אינטראדוסען -- "דאס איז מיין זון, ער לערנט ב"ה פלייסיג, א טייער קינד." - דיינים און רבנים ווייסן שוין וואס צו טון מיט דעם. אמאל אים אויסהערן עקסקלוסיוו פאר א לאנגע שמועס אויף זאכן וואס "ער" האט ליב. אמאל דערציילן פון דיין יוגנט, פון דיינע עלטערן און זיידעס יונגערהייט. אמאל דורכאקערן א קדושת לוי אויף יום טוב. אמאל מיט א פיצא און אייזקרים. יא.

די עיקר איז נישט וואס אדער ווען, די עיקר איז מאך אים שיינען. מאך אים פילן ווי א מיליאן דאלאר.

מיינסט ער האט נישט קיין נערווען צו לערנען א ביסל אור החיים הקדוש מיט טאטי? פיין האט ער נערווען. די חילוק איז וויאזוי. אויב דער בחור פילט אז דער טאטע מיינט 100 פראצענט אים מהנה צו זיין, נישט מחנך צו זיין, עס זענען דא גאר אסאך שטיקלעך וואס זענען פלעין זיס ווי די בעסטע נאש און דער בחור קומט ארויס דערפון מיט א קאפ העכער און א לעכטיגער שמייכל, און נעקסט טיים וועט ער טראסטן דעם טאטן אסאך מער.

מדארף ארויסנעמען די ווארט קאנעקשאן פונעם דיקשאנערי, און פשוט טון צו דער זאך.

איך רעד צו מיר אליינס. איך האב אנגעהויבן צו ארבייטן מער אויף דעם וועג ב"ה. ווען איך טרעף מיין יונגל ביינאכט פרעג איך אים, נו וואס האסטו היינט געבארדעט אין הויף?! אזא שמועס ארבייט ווי קרעיזי גלו. ברוך השם.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
נישט מיר נישט דיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 13, 2018 2:44 pm

Re: טייערע בחור אל תמות כדרך שמת פלוני! און א רוף צו די חשובה עלטערן בנוגע זייערע טייערע אוצרות. מעשה שהיה.‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט מיר נישט דיר »

מענין לענין.
הר"ר שלום יעקב וואזנער ביי "קרבתנו"; "פינעף שפראכן פון אהבה"
https://torahanytime.com/lectures/300686?seriesId=679
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”