איין טראפ

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
איין טראפ
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:33 pm

איין טראפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין טראפ »

א גוטן און ברוכים הבאים צו אונזער נייע אשכול איין טראפ.

שפראך איז איינע פון די גרעסטע מתנות פון גאט. אן שפראך וואלט איין מענטש מיטן צווייטן נישט געהאט קיין פארבינדונג. מיט שפראך קען זיך א מענטש אויסדריקן און איבער געבן זיינע טיפע אינערליכע געפילן, אזוי אויך טיפע מושגים. אבער ווי גרויס די מתנה איז, איז שפראך באגרעניצט!! יא שפראך קען נישט איבער געבן די פולע טיפעניש וואס ליגט אינעם הארץ. און דא קומט גראמען אריין.

גראמען איז א צוזאמשטעל פון ווערטער, און אט די צוזאמשטעל ברענגט ארויס די נקידה שטערקער און טיפער.. אבער גראמען איז נאכאלץ ארעם צו די אומבאגרעניצטע הרגשים וואס קען זיצן אין א מענטש. דערפאר איז דא אזא זאך ווי פּאָעזיע.

פאעזיע איז נישט ברייט און גרויסע לאנגע דרשות אדער זאצן, נאר פונקט פארקערט, פאעזיע איז קורץ און שארף. אבער פאעזיע געבט דיר אלע שליסלן זאלסט קענען אנקומען און דעגרינטעווען ביז די טיפסטע קעמערלעך. אויב די וועסט אריין קלערן אין יעדע זאץ וועסטו פארשטיין טיפע באהאלטענע זאכן.

געוויסע פאעזיע'ס זענען טיף און געוויסע טיפער.


אצינד מיינע געפילן זענען זייער טיפע, און מיין עקספערטיס איז אסאך. דערפאר האב איך געקלערט ארויף צו לייגן מיינע מעמוארן דא אויפן פלאטפארמע, מעגליך וועט דאס צוניץ קומען פאר איינעם.

וכאן הקריאה יוצאת. די אשכול איז נישט געווידמענט פאר א ספעציפישע נושא. נאר די אשכול איז איין טראפ הארץ מיט איין טראפ מחשבה. איז אויב האט איר אויך אזאנע אדער ענליכע מעמוארן לייגט עס אויך ארויף. מעגליך וועל איך אויך הנאה האבן.

אדרבה לאזט מיך וויסן וואס איר האלט, זאל מען אנהאלטן מיטן ארויף לייגן אדער נישט.
ענדערש א פאלשע שמייכל ווי עכטע טרויער
אין אלע אומשטענדן קענסטו זאלסטו מיזטו זיין בשמחה
אוועטאר
איין טראפ
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:33 pm

Re: איין טראפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין טראפ »

געפילן זענען מאכטפול שטארק און דויערהאפטיג.

פונקט ווי וואסער, שפראצט געפילן פון א טיפע אומזעבארע ארט.

געפילן קען טאקע אנזייען כייאס און קאטעסטראפע, פונקט ווי א שטורעם וואס פארשוועמט.

דאך איז וואסער דאס לעבקראפט פון יעדע באשעפעניש, דאס זעלבע איז געפיל.

מען דארף דאס פארניצן אויסגערעכענט ריכטיג און קליג.
לעצט פארראכטן דורך איין טראפ אום פרייטאג יוני 28, 2024 8:39 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ענדערש א פאלשע שמייכל ווי עכטע טרויער
אין אלע אומשטענדן קענסטו זאלסטו מיזטו זיין בשמחה
אוועטאר
איין טראפ
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:33 pm

Re: איין טראפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין טראפ »

מוט איז די שפיגל פון גייסט.

ווען די גייסט איז צוקלאפט איז די מוט דערנידערט, און ווען די גייסט איז מונטער איז די מוט פריש.

די געוועלטיגער אויף דיין גייסט איז יעדער - אויך דו.

אבער מיט די ריכטיגע טאקטיק קענסטו זיין די אויסשליסליכע געוועלטיגער.

נאר דו ליידסט און פארדינסט פון דיין גייסט. ווייל דיין גייסט ביסטו.

ווען דו געוועלטיגסט אויף דיין גייסט, איז נישט קיין אונטערשייט וואס אנדערע זאגן, אדער טון.


א דיאמאנט מיט א קריץ פארלירט איר ווערט. א דיאמאנט מיט א בילד פון קעניג, שטייגט אין ווערט.

א געניטע שלייפער פארמירט דעם קריץ אלץ א בילד פון קעניג.

גענוי אזוי זענען געפילן פון אמאל זי זיצט אין גייסט - אויף אייביג. אבער קענסט געוועלטיגן און שטייגן דערמיט העכער פון בעפאר.
ענדערש א פאלשע שמייכל ווי עכטע טרויער
אין אלע אומשטענדן קענסטו זאלסטו מיזטו זיין בשמחה
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: איין טראפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

@איין טראפ גיי אן!!
סאיז שטארק און וויכטיג.

איין טראפ אין די ריכטיגע צייט,
ברעכט בערג און טאלל.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: איין טראפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

חברה כ'האב שוין וואס ארויסצודריקן אויף שבת
ישר כח @איין טראפ
איך בין א @אליעזר קרויס פען, נאר מיט א שטיקל פילטער'ל. דהיינו:

מיר בלייבן יאנטשי ביז משיח'ס טאג בע"ה.
געלט איז אלעס - ווילאנג מ'האט עס נישט.
איך ווארט אויף די אונטערגאנג פון מדינת ישראל דורך משיח צדקינו בב"א.
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: איין טראפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

שטארק. גיי אן.
אוועטאר
FDR
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:59 am

Re: איין טראפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FDR »

יאפ, ווי זאגט מיילעך קאהן " @איין טראפ מאכט א לאך אין א שטיין"...

👍👍👍
"קיינער דארף נישט קיין טאביק הער אויף ארום גיין"

#געשמאק האט אויך א גבול!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”