כ'האב אים שוין אויך אסאך געהערט, סיי אלס בעל תפילה, אין אויך ביי אנדערע אנגעלעגנהייטן, ווי א חתונה אין נאך, אין אפי' אויך גשם. ער איז טאקע אן אנדערן סטיל ווי העלפגאט, אדער אנדערע חזנים. אין ס'איז פארשטענדליך אז געוויסע זאלן אים מער ליב האבן פון אלע אנדערע אין זיין ליין. אבער ווי זאגן חז"ל "אל טעם וריח אין להת..." לדעתי אינקלודט עס די טעם פון נגוני אויך.
אבער צי זאגן אז "ס'איז נישט געווען קיין טריקן אויג", קומט נישט אין באטראכט. דאס איז ביז וויפיל איך ווייס נישט דא אין היינטיגן דור. אין נאכמער: די וואס זאגן עס יא אויף א היינטיגן, מאכן נישט דעם היינטיגן גרעסער. נאר ס'ווייזט זיך ארויס פון זיינע ווערטער, אז ער קלער אז נאר דאס איז געווען, אין דאס איז שוין די מאקסימאם שייך. וויל איך אייך מודיע זיין, אין איר קענט זיך נאכפרעגן ביי דעם עלטערן עולם, זיי וועלן דאס נאר באשטעטיגן. אז די חזנים פינעם פריערדיגן דור, האבן יא געקענט מאכן אז אפי' קאלטע אינגען זאלן לאזן טרערן.
ס'דערציילן נאך היינט, אז געוויסע חזנים נאך די קריג, א שטייגער ווי חזן ווידער, ביי זייערע קאנצערטן האט דער גאנצער עולם געוויינט, נישט נאר געלאזט טרערן אין דער שטיל, נאר זיך געווארפן פאר געוויין. ווי מ'קען זעין היינט ביי די היינטיגע קאנצערטן פון לעבעדיגע מוזיק אין ניגונים, אז דער גאנצער עולם טאנצט מיט מיט זעלטענע התלהבות. די זעלביגע פלעיגט דארט פאסירן, נאר מיט געשרייען אין געוויינען אין דער עולם האט מיטגעזינגען וויפיל ס'איז שייך געווען. ווען מ'האט מיט געהאלטן א קאנצערט האט יעדער געפילט ווי א נייער מענטש.
טא ווי קען מען ציגליכענען א שיינער בעל תפילה, וואס באנעמט דעם ציהערער, צו אזעלעכע וואס מ'לאזט טרערן ביי זיי.
אגב. ס'מיינט נישט אז היינט קען נישט אפיר קומען א חזן ווי אמאל. אדרבה אינז ווארטן דעראויף בכליון עניים, אפשר אין ווען וועט ער שוין אנקומען.
איזאק יא, חזן ווידער האט געזינגען אויף קאנצערטן, (פארשטייט זיך נאר ערליכע, אין געווענליך אין שוהל, ווי די ראמעינישע אין נאך. אבער ס'האט זיך געמאכט אין מעדיסאן סקווער גארדען אויך.) די חזנות קאלעקטער'ס האבן זיכער אסאך טעיפ'ס דערפון. איינס האב איך אויך, דיכט זיך פון מעדיסאן סקווער גארדן, ווי ער זינגט מיט "סטערן'ס קווייער" אין פארמעסט זיך מיט חזן משה עושר, אין נאך איינעם וואס כ'געדענק נישט יעצט. ביי יענעם קאנצערט זינגט ער "מודים" אבער נישט ווי אויף זיין טעיפ, נאר סאך ברייטער העכער אין שטערקער.
אין איבער דיין געדאנק וועגן ר' יעקב, קען מען אויך צולייגן. ביי די ריכטיגע חזנות ליעב האבער, איז אויך נישט קיין ספעציעלע גדולה דאס ארויף ציען, (אדרבה זאג די: צו האבן טאקע מענטשן מער ליעב צו הערן יאסעלע, ווי קאצאוויצקי? קאסאוויצקי זינגט דאך העכער?) נאר די שיינקייט פון זיין שטימע, די ארגינעלע געפוהל וואס ער פארמוגט, אין די גאונות אין נוסח.
אין ר' יעקב איז אויך א גאון אין נוסח(אויף זיין שטייגער)