ווען דער ערשטער סאדיגערער רבי איז אוועק דער זון פון רוזינער, זענען ביידע קינדער געבליבן אין סאדיגער און דארט געפירט דאס רבנות, דער פחד יצחק און דער סאדיגערער, אבער כדרכן של חסידים איז דאס נישט געווען אויף א שטילן וועג און די מחלוקת האט אנגעהויבן צו ווערן שטערקער אין שטאט, האט מען געברענגט דעם סאמבער רב זאל זיין דער בורר צווישן די צוויי ברודער.
ער האט באשלאסן אז ער וועט צוטיילן די ירושה אויף דעם וועג, ווער ס'קען אויסצאלן די ערשטער פארן צווייטען ער וועט בלייבן אין שטאט סאדיגער און דער צווייטער וועט דארפן זוכן א נייע פלאץ, אבער ער וועט באקומען בשכר זאת דאס נשיאות פון כולל ואהלין רמבעה"נ.
אין יענע יארן האט נשיאות כולל ואהלין גארנישט געמיינט נאר א טיטל, אבער די רוזינער שול אין ירושלים און די זכות ההדלקה האט באקומען דער נשיא כולל ואהלין,
דער סאדיגערער האט געהאט מער חסידים מיט געלט ווי דער פחד יצחק האט ער די ערשטע באצהלט פאר דעם שטאט סאדיגער און דער פחד יצחק איז אריבער אויף ביאאן, ער איז אבער געבליבן מיט די תפארת ישראל שול (ניסן ב"ק), און מיט די הדלקה אין מירון.
יארן שפעטער איז געווען די מלחמה און פון סאדיגער איז גארנישט געבליבן ליידער, אבער פון ביאאן איז געבליבן די ארץ ישראל'דיגער עולם און אזוי איז היינט ביאאן א גרויסע חסידות און סאדיגער נישט,
אמאל איז שלעכט אויף די מינוט אבער יארן שפעטער זהעט מען אז אלעס איז לטובה