איין זאך וויל איך פרעגען, ווי טרעף איך מיך מיט די בייער? איך רוף די מעין אפיס?
איך וואק אריין?
די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , עמעזאן
AHA האט געשריבן: א דאנק זאכליך פארן קלאר אראפלייגען.
איין הערה נאר, EDI איז דא אפאר וועגן וויאזוי עס קען ווערן אויפגעסעט.
היינט צוטאגס הער איך אפט ווי סעילס פיפעל זאגען פארן בייער: נישט איך אין נישט דו ווייסען וויאזוי דעס ארבייט לאמיר עס איבערלאזען פאר אונזערע איי טי דעפארטמענטס.
EDI קאוסט געלט ווערסעס אייגענע פראגרעמס.
להגדיל שמו האט געשריבן: א גרויסען דאנק זאכלעך פאר די זאכליכע ארטיקל.
איין זאך וויל איך פרעגען, ווי טרעף איך מיך מיט די בייער? איך רוף די מעין אפיס?
איך וואק אריין?
מצב כללי האט געשריבן: א גרויסן יישר כח, זאכליך, אויב די קענסט קלארער אויסשמועסן וואס עס מיינט EDI ווייל איך האב נישט פארשטאנען
זאכליך האט געשריבן: EDI איז אין איין ווארט, אן עלעקראניק וועג ווי אזוי ביזנעס קאמיוניקעיטן.
ס'האט געהאט בעיקר צוויי מעלות 1. אז די פייל איז אנגעקומען גאר שנעל א בחינה ווי אן אימעיל היינט ציטאגס (מען פלעגט שוין ניצן EDI נאך פאר אינטערנעט איז געווען ברייט באניצט), די מעלה איז שוין היינט נישט שייך ווייל מען האט אימעילס וואס איז נאך שנעלער. 2. אז די פייל וואס קומט אן ווערט געליינט און אריינגעלייקט אין די סיסטעם אויטאמאטיש דורכן קאמפיאטער, און די מעלה איז נאך דא היינט ציטאגס. די חכמה איז אז אפילו די צוויי קאמפעניס האבן אינגאנצן אנדערע פראגרעםס וועלן זיי זיך פארשטיין ווייל ביידע ניצן סטענדערד EDI שפראך.
למעשה איז EDI זייער קאמפליצירט אויפציסעטן דערפאר ניצן שוין היינט אסאך קאמפעניס מער פארגעשריטענע סיסטעם'ס וואס האט נישט קיין שייכת מיט EDI אבער מ'ריפט עס נאך אלס אן EDI ווייל צי דעם איז מען ציגעוואונט.
פאראיאר האב מיר א גרויסע קאמפעני נישט באצאלט 2 אינוואוסעס צייטליך, נאכן דורך טון די זאך האט זיך ארויסגעשטעלט אז ב'שעת'ן סובמיטן די אינוואוסעס האט זיך געמאכט אן ערראר, און די פייל איז קיינמאל נישט אנגעקומען.
ווי אויבן דערמאנט איז היינט די עיקר מעלה אז ס'איז אויטאמאטיש, דאס איז נאר נוגע ווען מען האט הינדערטער פיילס צו שיקן א טאג, דעמאלטס לוינט זיך די פלאג. אבער אויב האט מען נישט קיין סך פיילס א טאג קען שוין זיין גרינגער צו מאכן מעניועלי.
אסאך גרויסע קאמפעניס ווי למשל וואל-מארט וועט דיר געבן די אויסוואל אויב די ווילסט די פיילס דורך EDI אדער ווילסטו באקומען די פיילס דורך אריינלאגן צו זייער וועבסייט. ביי אינז אין אפיס ניצן מיר אלס די צווייטע אפשין ווייל ס'איז אימזיסט, דערפאר האמער אינז א גאנצע ליסט פון יעדע קאסטומער ווי און ווי אזוי מען לאגט אריין צו באקומען אדער שיקן פיילס.
דא קומט מען צי אז אויב זיי געבן נישט די צווייטע אפשין און די ביזט נישט אויפגעסעט צו קענען אליינס פראסעססן EDI פיילס מיזטו דיך אויפסיינען מיט א דריטע קאמפעני ווי למשל Di central (פארשטייט זיך פאר געלט) זיי זאלן דיר טון די ארבייט.
זאכליך האט געשריבן: וואספארא מין אייטעם איז עס?
רוב אייטעם'ס דארפן נישט זיין קיין ספעציעלע אינפארמאציע אויפן.
עסן = דארף ingredients, nutrition facts, weight, און נאך
עלעקטראניקס = דארף important specifications, ETL approval, און נאך
dangerous אייטעם'ס דארפן אויך אסאך אויפשריפטן. ס'אלץ בעסער זיך דורכרעדן מיט א מומחה אויף יעדן פאל.
זאכליך האט געשריבן: עלעקטראניקס = דארף important specifications, ETL approval.ע