פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע:דארט

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

איך בין געווען ביי א שאו אין ארלאנדא אנפאנג FEB למספ' און די כינעזע בודקעס זענען געשטאנען ליידיג און פאריתומ'ט, חוץ דעם איז אלעס אנגעגאנגען ווי געהעריג
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

פאריאר אין אזא צייט ערב שבת החודש זעמיר נישט מער געדאכט געלעגן אין בעט מיט פיבער און א הוסט וכו' וכו'. מ'האט גענומען הייסע שאוערס, מ'האט קוים געכאכפט שחרית קודם חצות ביחידות אינדערהיים..

שבת החודש איז געווען דער קלימאקס פונעם וויירוס ביי אונז, ווען א חלק משפחה בעיקר די מענער האבן געהוסט אין געפיבערט.

די סעודות שב"ק איז געבליבן אומגעגעסען, קוים אריינגעשטופט א כזית חלה, און אריינגעפאלן צוריק אין בעט.

שב"ק צופרי האט עס אנגעהויבן ב"ה בעסער ווערן, מ'האט געדאווענט אינדערהיים, אליינס, געליינט ויקהל פקודי" און "פרשת החודש" אין א מקראות גדולות חומש, לכתחלה האט מען עס געוואלט איינטיילן צווישן די אנדערע "גדולים" הכלואים בבית, אבער די מצב פון די בחורים איז געווען ערגער, און זיי זענען נישט געווען בכח צו ליינען די פרשה, קוים אביסל דאווענען פאר זיך.

דערנאך האט מען געבענטש דעם חודש "ניסן", אליינס. פארשטייט זיך די התעוררות והרגשים ביים זאגן די תפלות לברך את החודש פון דעם חודש אשר ישועות בו מקיפות זענען געווען זייער שטארק, די מעיין הדמעות איז נישט געווען פארשלאסן אפילו ביום השבת. מ'האט ארויסגעקוקט אז ס'זאל שוין זיין "לרפואה שלימה" און ס'זאל זיך שנעל ענדיגן די צרות, מ'האט נישט געוואוסט וואס ס'ווארט אויף אונז בפרטיות און אויפן גאנצן ציבור בכלליות. מ'האט געגלייבט אז טאקע אט דעם פסח וועט אליהו הנביא זיך באווייזן ביים טיר, און מ'האט שטארק מתפלל געווען אויף דעם.

די נשים האבן נאך דעמאלטס געהאלטן אז מ'טרייבט אביסל איבער, אבער ליידער א וואך שפעטער ווען מ'האט שוין ב"ה זיך געשפירט כמעט אינגאנצן גוט, האבן עס די נשים געהאט, ס'געווען זייער שווער מיט צוהאלטן וויאזוי זיי הוסן און קענען זיך קוים כאפן דעם אטעם [ובפרט די וואס האט געווארט א שמחה, שברוב רחמיו וחסדיו יתב' האט זיי זיך ארויסגעדרייעט דערפון בשלימות און אלעס איז געווען בעתו ובזמנו (אפשר ברויך מען מאכן א טאגבוך פון די ימי שמחה בעידן קאראנע, דאס קינד האבן אין שפיטאל, דער זכור, דער וואכטנאכט, און דער ברית, און דאס נישט קענען פארן צו אשת חיל].
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע:מונקאטש

פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

איבערגעגאנגן מיט גראמען פאראיאהר אזא צייט, אויך יעדע יו"ט די ניגון פון יענעם יו"ט,
הערט און האט הנאה.
(ארום 12 מינוט)
https://drive.google.com/file/d/1RyM0p2 ... Z8-Jv/view
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5360
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע:ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

פרינדזשעס.. האט געשריבן: איבערגעגאנגן מיט גראמען פאראיאהר אזא צייט, אויך יעדע יו"ט די ניגון פון יענעם יו"ט,
הערט און האט הנאה.
(ארום 12 מינוט)
https://drive.google.com/file/d/1RyM0p2 ... Z8-Jv/view

זייער שיין
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

פרינדזשעס.. האט געשריבן: איבערגעגאנגן מיט גראמען פאראיאהר אזא צייט, אויך יעדע יו"ט די ניגון פון יענעם יו"ט,
הערט און האט הנאה.
(ארום 12 מינוט)
https://drive.google.com/file/d/1RyM0p2 ... Z8-Jv/view

מי הוא זה ? זייער שיין
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע:מונקאטש

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

שמן האט געשריבן:
פרינדזשעס.. האט געשריבן: איבערגעגאנגן מיט גראמען פאראיאהר אזא צייט, אויך יעדע יו"ט די ניגון פון יענעם יו"ט,
הערט און האט הנאה.
(ארום 12 מינוט)
https://drive.google.com/file/d/1RyM0p2 ... Z8-Jv/view

מי הוא זה ? זייער שיין

הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער.
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36786
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיינע זכרונות פון פאראיארן זענען געסעיווד בזכרוני, א בחינה ווי אונזערע זיידעס קריגס זכרונות.

זאלן אלע אידישע קינדער שטענדיג האבן בני, חיי, ומזוני.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע:אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

נא_שכל האט געשריבן: פאריאר אין אזא צייט ערב שבת החודש זעמיר נישט מער געדאכט געלעגן אין בעט מיט פיבער און א הוסט וכו' וכו'. מ'האט גענומען הייסע שאוערס, מ'האט קוים געכאכפט שחרית קודם חצות ביחידות אינדערהיים..

שבת החודש איז געווען דער קלימאקס פונעם וויירוס ביי אונז, ווען א חלק משפחה בעיקר די מענער האבן געהוסט אין געפיבערט.

די סעודות שב"ק איז געבליבן אומגעגעסען, קוים אריינגעשטופט א כזית חלה, און אריינגעפאלן צוריק אין בעט.

שב"ק צופרי האט עס אנגעהויבן ב"ה בעסער ווערן, מ'האט געדאווענט אינדערהיים, אליינס, געליינט ויקהל פקודי" און "פרשת החודש" אין א מקראות גדולות חומש, לכתחלה האט מען עס געוואלט איינטיילן צווישן די אנדערע "גדולים" הכלואים בבית, אבער די מצב פון די בחורים איז געווען ערגער, און זיי זענען נישט געווען בכח צו ליינען די פרשה, קוים אביסל דאווענען פאר זיך.

דערנאך האט מען געבענטש דעם חודש "ניסן", אליינס. פארשטייט זיך די התעוררות והרגשים ביים זאגן די תפלות לברך את החודש פון דעם חודש אשר ישועות בו מקיפות זענען געווען זייער שטארק, די מעיין הדמעות איז נישט געווען פארשלאסן אפילו ביום השבת. מ'האט ארויסגעקוקט אז ס'זאל שוין זיין "לרפואה שלימה" און ס'זאל זיך שנעל ענדיגן די צרות, מ'האט נישט געוואוסט וואס ס'ווארט אויף אונז בפרטיות און אויפן גאנצן ציבור בכלליות. מ'האט געגלייבט אז טאקע אט דעם פסח וועט אליהו הנביא זיך באווייזן ביים טיר, און מ'האט שטארק מתפלל געווען אויף דעם.

די נשים האבן נאך דעמאלטס געהאלטן אז מ'טרייבט אביסל איבער, אבער ליידער א וואך שפעטער ווען מ'האט שוין ב"ה זיך געשפירט כמעט אינגאנצן גוט, האבן עס די נשים געהאט, ס'געווען זייער שווער מיט צוהאלטן וויאזוי זיי הוסן און קענען זיך קוים כאפן דעם אטעם [ובפרט די וואס האט געווארט א שמחה, שברוב רחמיו וחסדיו יתב' האט זיי זיך ארויסגעדרייעט דערפון בשלימות און אלעס איז געווען בעתו ובזמנו (אפשר ברויך מען מאכן א טאגבוך פון די ימי שמחה בעידן קאראנע, דאס קינד האבן אין שפיטאל, דער זכור, דער וואכטנאכט, און דער ברית, און דאס נישט קענען פארן צו אשת חיל].

ביי מיר ממש די זעלבע שבת ווי ביי דיר אפשר אביסל מער געשלאפן ווי אויף געווען
נאר די נשים האבן יענע שבת אויך נישט גוט געפילט
און ליידער ליידער יענעם מוצ"ש החודש בין איך אינפארמירט געווארן אז מיין אומפארגעסליכן טאטע הכ"מ איז יענע שבת פארטאגס אוועק און............
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

משה צימערינג האט געשריבן: און ליידער ליידער יענעם מוצ"ש החודש בין איך אינפארמירט געווארן אז מיין אומפארגעסליכן טאטע הכ"מ איז יענע שבת פארטאגס אוועק און............

המקום ינחם אותך בתוך שאר אבילי ציון וקאראנע! איר זאלט שטענדיג הערן גוטע בשורות.

בחסדי השי"ת, ביי אונז אין די משפחה איז דאס נישט פארגעקומען, וכן יעזור ה' להלאה, שיחיו כולם לאורך ימים ושנים טובים.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע:אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

פאריאר מארטש 11 (שושן פורים) בין איך געווען אין די סאן פראנסיסקא עירפארט
ס'געווען אזוי אינטערעסאנט צו זען א ליידיגע עירפארט - ליידער היינט איז מען שוין געוואוינט צו זען אזעלכע זאכן

א טאג דערויף זעמער געווען אין COSTCO אין ס'האט זיך געטון אן איבערקערעניש
אטעטשמענטס
1
1
IMG_0378.jpg (186.45 KiB) געזען 4434 מאל
2
2
IMG_0376.jpg (145.34 KiB) געזען 4434 מאל
3
3
IMG_0372.jpg (132.36 KiB) געזען 4434 מאל
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע:אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

משה צימערינג האט געשריבן: פאריאר מארטש 11 (שושן פורים) בין איך געווען אין די סאן פראנסיסקא עירפארט
ס'געווען אזוי אינטערעסאנט צו זען א ליידיגע עירפארט - ליידער היינט איז מען שוין געוואוינט צו זען אזעלכע זאכן

א טאג דערויף זעמער געווען אין COSTCO אין ס'האט זיך געטון אן איבערקערעניש
אטעטשמענטס
1
1
20210315_183448.jpg (657.48 KiB) געזען 3839 מאל
2
2
IMG_0384.jpg (203.8 KiB) געזען 4431 מאל
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע:דארט

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

farshlufen האט געשריבן: מיינע זכרונות פון פאראיארן זענען געסעיווד בזכרוני, א בחינה ווי אונזערע זיידעס קריגס זכרונות.

זאלן אלע אידישע קינדער שטענדיג האבן בני, חיי, ומזוני.

דאס הייסט א קליגער יוד, אזוי קענסטו ארויסגעבן א בוך 30-50 יאר ארום
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע:אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

פון די ערשטע צעטליך צו ווערן ארויס געלייגט
אטעטשמענטס
1
1
IMG_0382.JPG (133.3 KiB) געזען 4419 מאל
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
דריידל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10260
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

farshlufen האט געשריבן: מיינע זכרונות פון פאראיארן זענען געסעיווד בזכרוני, א בחינה ווי אונזערע זיידעס קריגס זכרונות.

זאלן אלע אידישע קינדער שטענדיג האבן בני, חיי, ומזוני.

שרייב שרייב, פאר די פארגעסט.
יעצט האט מען חרטה פארוואס מ'האט נישט מער פארשריבן קריגס זכרונות. דיינע אייניקלעך וועלן ליינען מיט דורשט וואס די וועסט שרייבן
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

ביי ר"ר אלימלך'ס יאהרצייט לעצטעס יאהר האב איך שוין אנגעפאנגען מיט די קאראנע, הויעכע היץ און הוסטען, און שוואכקייט, שבת החודש איז געוועהן אביסעל שפעטער ווי דיע יאר, ליידער די שפיטעלער זענען שוין געוועהן פיל, יודען שוין געזיצען שבעה נאך א נאענטער וואס איז ליידער אזוי שנעל און טראגיש געווארען פארשניטען אין די מגיפה, איך האב שוין געהאלטען אינמיטען ארויסקריכען, אבער נאך געוועהן כלוא בבית קוואראנטינד נישט אנצושטעקען אנדערע און מחמת שוואכקייט, כ'אב באקומען א מעסידש ליל שבת קודש אז ס'מאכט זיך א מנין נישט ווייט פון מיין הויז אין א הויף - פארטש, איך האב נאכנישט געקענט אדער געטארט ארויסגיין, איך האב מיטגעדאוענט ביי די פענצטער, גוט געקענט הערען און זעהן, די הרגישים זענען געוועהן גאהר אנגעצויגען ממש ביז די ברעגעס, ס'יז געוועהן ביי מיר א דורעכגיווייקטע ימים נוראים דאווענען, מ'אט געשפירט ווי עפעס א מידת הדין ר"ל שוועבט אין די לופט, יעדע פאר מינוט האט מען געהערט הצלה אלארעמס, ס'אט אויפגעשוידערט יעדע מאל עקסטער, דעס האט צוגעלייגט צו די התעוררות פון די דאווענען, רוב עולם האט שוין אריבער א וואך נישט געדאווענט מיט קיין מנין אדער געהערט קדיש און קדושה, מיט אזא בענקשאפט האט מען צוגעכאפט צום סידור און צו קענען ענפערען א יהא שמיה רבה וואס זאל שוין צערייסען די שרעקליכע גזירה, די אמן'ס זענען געוועהן מיט צעבראכענקייט, אבער מיט אזא קראפט און כוח,

צו ממקומך האט די בעל תפילה געזינגען עפעס גאהר א ווארעמע ניגון, און פון אלע פארטשען און פענצטערס האבען די עולם מיטגעזינגען מיט געוואלטיגע התעוררות, דא האבען שוין מיינע הרגישים געפלאצט, איך האב עס מער נישט געקענט הענדלען, און איך האב אנגעפאנגען אזוי צו וויינען, כ'אב זיך נישט געקענט באהערשען, איך האב פארגעסען ווי איך בין, אוועק געפלויגען אין א העכערע מצב, ווי צו די טאטע אין די ארעמס אריין, טאטע! אונז זענען אין א שעת סכנה, א עת צרה, טאטע אונז זענען אין דיינע הענט, די צובראכענקייט און בענקעניש צוזאמען האט געשטורעמט, ממקומך הייליגע טאטע תופיע! אוי ווי שטארק ס'יז די מחכים אנחנו לך! קום צוריק צו אונז טייערע טאטע, מיין טלית אז געווארען דורעכגעווייקט, ביז מיין קליינער האט באמערקט ווי ס'טראפט פונען טלית, און מיך אריינגעשטיפט א באקסעל טישאס אונטער די טלית.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9423
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

וואלט איך ווען נישט דא געוועהן א יאר צוריק וואלט איך ווען געזאגט אז די שרייבערס דא ניצען אויס זייער שרייבערישע טאלאנט חוזק צו מאכען פון אונז די ליינערס.

בין איך אבער דא געוועהן אוי איז דאס אמת, מען פארגעסט אזוי שנעל.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אווער נייט קוגעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 05, 2019 10:51 am

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אווער נייט קוגעל »

קענטאקי האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:
שאראש-פאטאק האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן: עס ווערט יעצט א יאר פון ווען כ'האב צום לעצט געשפירט א נארמאלן ריח / טעם אין עסן - בתוך שאר קאראנא געליטענע

אייער טעם וריח איז קיינמאל נישט צוריק געקימען ?

ס'איז צוריקגעקומען אין אלע סארט שרעקעדיגע מאסן און פארבן, נאר נישט די נארמאלע טעם.

שמעקן שמעקט איר?

גייט צוזאמען מיט'ן טעם.

שוין דא אן אשכול איבער דעם, כ'וויל נישט פארדרייען דעם אשכול.


ביטע צייכענט צו דעם אשכול
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן: מיינע זכרונות פון פאראיארן זענען געסעיווד בזכרוני, א בחינה ווי אונזערע זיידעס קריגס זכרונות.

זאלן אלע אידישע קינדער שטענדיג האבן בני, חיי, ומזוני.

דאס הייסט א קליגער יוד, אזוי קענסטו ארויסגעבן א בוך 30-50 יאר ארום

עס איז צום האפען אז די הארדרייוו זאל נישט ווערן איבערגעשטרענגט ביז דאן מיט פיל אנדערע זכרונות...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
אושר עד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:22 pm
לאקאציע:בעיסמענט

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושר עד »

נא_שכל האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן: מיינע זכרונות פון פאראיארן זענען געסעיווד בזכרוני, א בחינה ווי אונזערע זיידעס קריגס זכרונות.

זאלן אלע אידישע קינדער שטענדיג האבן בני, חיי, ומזוני.

דאס הייסט א קליגער יוד, אזוי קענסטו ארויסגעבן א בוך 30-50 יאר ארום

עס איז צום האפען אז די הארדרייוו זאל נישט ווערן איבערגעשטרענגט ביז דאן מיט פיל אנדערע זכרונות...

אינטערסאנט, ביי מיר איז עס פונקט פארקערט. די גאנצע קאראנא תקופה איז אין מיין קאפ איין גרויסע נעפל. און איך האב געהערט פון אנדערע די זעלבע הגדרה.
אוועטאר
אושר עד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:22 pm
לאקאציע:בעיסמענט

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושר עד »

אבער איין שטארקע זכרון האב איך יא, די ערשטע מיטוואך ווען די בתי מדרשים זענען געווען צוגעמאכט, בין איך אויפגעשטאנען נאך פארטאגס. כאטש איך האב מיר שוין אפגעשמועסט מיט מיין חברותא, אז מען גייט נישט לערנען היינט. אנגעטון די הוט און רעקל מיט די טלית און תפילין און די האנט, ביים טיר געב איך מיר א שטעל אפ "ענד איט היט מי לייק עי טאן אף בריקס" איך האב נישט ווי צו גיין!
איך האב פשוט און פראסט אנגעהויבן צו וויינען, און איך איך וויין גאר זעלטן. די לעצטע מאל איך געדענק פארדעם וויינען, איז אביסל ביי מיין חתונה 10 יאר פריער!
די געדאנק אז "איך האב נישט ווי צו גיין" אלעס איז צוגעשפארט, האט מיר אזוי אויפגעשוידערט אז מיין רעאקציע איז געווען אזוי ארויס מיין נאטור!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12242
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

איי דאס אידישע פאלק... ווי הייליג און טייער
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

עטליכע סצענעס וואס זענען מיר געבליבן אין זכרון.

דעם ערשטן טאג פון סגירת דלתי הביהמ"ד, כ'האב געמיינט ס'איז א וויץ, ווען איך האב זיך ערוועקט צום מציאות האב איך געשפירט א געוויין, כ'געדענקט נישט פארדעם אזא שווערע טיפע געפיהל.

שטייענדיג אין די גאס מנין קאלטערהייט פרייטאג צונאכטס, ווען פון דעם הצלה מאנ'ס ראדיא הערט זיך א גערויש ממש יעדע מינוט, צומאל זעהט מען דעם אמבולאנס אדורכפארן, ס'איז געווען פארפרוירענע צומישטע סיטואציע.

ועל כולם, זעהנדיג ווי א משפחה באגלייט א מיטגליד וואס איז נאך געגאנגען אויף די פיס, אבער מ'האט געפיהלט אז דער חי נושא את עצמו איז צום לעצטן מאל, מיט טרערן זענען זיי נאכגעגאנגען און נאכגעקוקט דעם אמבולאנס ביים לעצטן רייזע, און צום לוי' זענען מיר שוין גערופן געווארן ווייניגער ווי א וואך שפעטער. אוי, דאס קען מען נישט פארגעסן.

איין זאך האבן מיר פרובירט, די קינדער זאלן דאס נישט מיטהאלטן.
דריידל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10260
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

מיין חבר האט בר מצוה געמאכט סוף אדר. כ'האב אים געריפן זאגן מזל טוב האט ער זיך אפגערעדט ווי שווער ס'איז פאר'ן בחור'ל. אפגערעדט אז קיין בר מצוה סעודה איז נישט געווען, בלויז א פשוטע סעודה ווי יעדע שבת, אבער נאך מער האט וויי געטון אז חדשים גרייט מען זיך שוין צום טאג ווען מ'גייט לייגן תפילין ביים רבי און דא נישט קיין מקוה נישט קיין רבי, נישט קיין זיידעס, ניטאמאל א מנין. די טאטע האט אים געלייגט תפילין ביים דיינינג רום טיש
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 21622
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

אטעטשמענטס
IMG-20200326-WA0008.jpg
IMG-20200326-WA0008.jpg (185.38 KiB) געזען 4020 מאל
IMG-20200326-WA0007.jpg
IMG-20200326-WA0007.jpg (181.6 KiB) געזען 4020 מאל
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 21622
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: פאראיאר אין אזא צייט - קאראנע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

.
אטעטשמענטס
קריאת התורה בעידן הקורונה.jpg
קריאת התורה בעידן הקורונה.jpg (59.3 KiB) געזען 4020 מאל
סימנו את הכבישים בבית שמש.jpg
סימנו את הכבישים בבית שמש.jpg (108.99 KiB) געזען 4020 מאל
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”