מוצאי שבת אדער מוצא שבת?
מוצא שבועות שנת תשפ"א
אין די לעצטערע טעג בין איך גאנץ ווינציג געשלאפן, ממילא איז מעגליך אז וואס איך שרייב איצטער איז הוילע שטותים אדער פוסטע הבלים, (אדער גאר הוילע הבלים, לשון נופל על לשון. אבער דא איז שוין די נפילה מיט אזא שטארקיייט אז ער צודריקט דעם צווייטן אינגאנצן, און אנשטאט צוגעבן צו דעם תפארת הלשון, איז ער גאר משחית את יפיו.) א קיצור, ס'איז גאר מעגליך אז די דאזיגע רייד וואס איך טו יעצט שרייבן האבן נישט קיין שום האפט, און זיי טראגן נישט מיט זיך קיין שום ווערד, אבער וואס זאל איך טון אז עס איז מיר איינגעפאלן, און איצטער עגבערט עס אינערווייניג, עס גרידשעט אין קאפ, עס עסט די געוויסן ביסן, און עס פלאגט די מח.
אלזא, באין ברירה, כדי פטור צו ווערן פון דעם אנשיקעניש וואס האט באטראפן מיין מח'ל, טו איך דא אויסגיסן מיינע מחשבות, מיטן האפענונג אז עס וועט מיר העלפן מאכן סדר דארטן אינערווייניג. דערווייל זע איך גאר אז וואס מער איך שרייב איז דער אנשיקעניש פורה ורובה ראש ולענה. (פארוואס טאקע שטייט נישט פורה ורובה ראש ולענה? קאן זיין אז די לשון רבהאיז נאר שייך ווען איין מין גיבט ארויס נאך פון זיין מין, דאס הייסט אז ער מערט זיך, מה שאין כן די לשון פרה, וואס באדייט אז ער גיבט ארויס פירות, אבער די פירות זענען לאו דוקא דומה צו אים, א מענטש וואס איז מוליד בדומה טוט ביידע צוזאמען, ער איז פרה ורבה, א שורש וואס גיבט ארויס פארפוילטע פירות איז נאר פורה ראש ולענה. כנלענ"ד כעת.) [דאס וואס איך גיי יעצט שרייבן (נאך די געקעסטלטע), איז א המשך צו דאס וואס איך האב געשריבן פאר די איינגערינגעלטע.] דאכט זיך מיר אז פון בעלזער רב ז"ל זאגט מען נאך (פרעג נישט וועלעכע, ווייל איך ווייס נישט, דער וואס האט מיר עס נאכגעזאגט האט אויך געזאגט בעלזער רב ז"ל אן מפרש זיין וועלעכע.) אויפן פסוק "הכל בכתב מיד ד' עלי השכיל" אז ווען מ'פארשרייבט א זאך ווערט די דעת נתרבה, און עס פאלט איין פרישע זאכן געבויעט אויף דעם ענין וואס מ'שרייבט.
על כל פנים, שטייט מען דאך יעצט מוצאי שבועות, און בשעת'ן פארפאקן די שבועות ביימעלעך איז א פויגל פון דארט אראפ און איז אריין אין מיין קאפ, און ער לאזט נישט מנוחה, ער טענה'ט אז שרייבן מוצאי שבת איז גרייזיג, עס נעמט זיך פון דעם וואס עס שטייט אין גמרא "מוצאי שבתות", אבער ווען מ'רעדט פון איין שבת דארף מען שרייבן מוצא שבת.
איך וויל זיך טענה'ן מיט אים, אבער איך בין שפראכלאז, איך ווייס נישט וואס אים צו ענטפערן, און דערווייל זשומעט ער ווי א פליג און טשיפשעט ווי א פויגל (נישט פארטוישן מיט שעפשעט, דאס געהערט צו די מעטשהייט.) נא, וואזשע טוט מען?
איז מיר איינגעפאלן אזא פשט, יעדע שבת האט אפאר מוצאות, פופציג, זעכציג, צוויי אין זיבעציג, ניינציג, זעקס אין ניינציג, וכולה. ועל שם זה רופט מען די נאכט מוצאי שבת.
האטס מיר אלע א געזונטע זוממער!

אלו דברי ידידכם, (כמעט געשריבן ידיכם)
משה כתוב
בעמח"ס שו"ת משפט כתוב, חתום באוצרותי עה"ת ומועדים