זייער א אינטערסאנטע שמועס, אבער צוויי באמערקאונגען איינס די וועג ווי אזוי ער לייגט אראפ די גרוש פון עזה, קען מען געהיריג מיינען אז מען רעדט פון א צווייטע גורש שפאניע, אבער און פאקט האבן די חברה געוואוינט דארטן ארים צוואנציג יאר אונגאנצן, און זיי האבן לכאורה על פי תורה נישט געטארט דארטן וואוינען, צוליב עס גייט אריין און די גדר זיך אליין אריין לייגן און א סכנה.
און אויך זאגט ער אז עס נישט באקאנט וואס איז געווען די סיבה פון שראון זיך ארויס צוציען פון דארט, מיין איך אז די אנגעבליכע סיבה וואס ער האט געזאגט איז אז עס קאסט זייער אסאך געלט צו באשיצן די אידן וואס וואוינען דארט, ווען עס וואוינען דארט סך הכל פון אינטער צען טויזנט אידן.
און בעצם איז ער גערעכט מיטן ארויס נעמען די אידן פון דארט, נאך וואס דאס זיין דארט האט אפגעקאסט צענדליגער אידישע קרבנות, נאר וואס איז געווען א טעות איז דאס לאזן אריין פאלן און די הענט פון חאמאס, די מדינה וואלט זי געדארפט עקשנ’ן ביי דער אפמאך מיט מצרים אז זיי זאלן נעמען דאס שטיקל לאנד אינטער זייער קאנטראל, נאך וואס פאר די זעקס טאג’איגע מלחמה איז דאס געווען אינטער זייער הערשאפט, און אויב דאס איז נישט מעגליך וואלטן זיי כאטש געדארפט אנהאלטן א מעליטער’ישע אנוועזענהייט דארטן.
איך האב אויסגעהערט דעם שמועס איבער עזה, די פאליטישע חלק וועל איך נישט דעבאטירן יעצט, מיר האבן שוין געלאזט הערן אונזער מיינונג אין די שפאלטן פונעם וועלטל.
פאר איך גיי ווייטער לאמיר אריינהאקן א זייטיגע נקודה, ס'איז ארויסגעקומען א איבערגעטייטשטע ספר 'יוסיפין' בלשון אידיש המדברת, ס'האט ר' פנחס' אפדרוקן, א יופי פון אן ארבייט, די מאפעס און הערות זענען שטארק בייהילפיג, גייט ווייטער אן מיט ארויסגעבן רייכע ארגינעלע ווערק.
צום שמועס, זייער שיין אויסגעשמועסט די היסטארישע חלק, ער ווארפט אריין אז ער ווייסט נישט צי עזה איז געווען מחיוב במעשרות. ס'איז אודאי מחיוב געווען, כדלהלן.
די תורה הקדושה צייכנט אן דעם גרעניץ פון אר"י ביי דרום זייט גייט ביז 'נחל מצרים', הג"ר דן שווארץ ז"ל אין אלה מסעי האלט אז ס'איז 'וואדי אל עריש' און ער האט גאנץ גוטע ראיות דערצו, אנדערע ווילן זאגן אז ס'איז די נילוס, אזוי צי אזוי זענען ביידע סאך ווייטער פונעם רפיח גרעניץ וואו די היינטיגע עזה ענדיגט זיך.
איך בין נישט באקאנט אויב ביים צווייטן בית המקדש האט מען אויך צוריקגענומען עזה און די אומגעגענט, וואס אין דעם ווענדט זיך לויט טייל ראשונים אויב היינט איז עס מחיוב במעשרות, כפשטות המשנה במס' מעשרות און שביעית, עי' ברמב"ם הל' בית הבחירה.
שמואל בארג האט געשריבן:

אין די גמרא בבלי וירושלמי פרק שישי, איז דאס גרויסע דיונים לגבי "אשקלון" וואס איז ארויפציער אויף דרום, און די מסקנת הדברים אז אשקלון גופא איז חוץ לארץ, א טייל פלעצער זאגט די גמ' אז אשקלון איז צוטיילט, א חלק איז א"י א חלק חו"ל. אבער אראפציער אויף דרום דהיינו "עזה" איז זיכער חוץ לארץ.
דאס איז לגבי די צווייטע כיבוש, פון עולי בבל, אבער בכיבוש עולי מצרים איז נישט אזוי קלאר אז עס איז בתוך גבולות ארץ ישראל, רוב האבן אנגענומען אז ס'איז יא געווען, אבער ס'דא וואס האלטן אז ס'איז אפילו נישט בתוך גבול עולי מצרים.
אפשר דאך געב פאר ר' זלמן'נען א קורצע קעפל ווען ער אנאנסירט א נייער שמועס. כ'וויל וויסן צו די נושא רעדט צו מיר. די צייט איז ענג יעדע מאל צו טשעקן.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link: https://sellerboard.com/?partner=00529
דער זיג פונעם טאליבאן ברענגט אונז צוריק צו דער עטנישער גרופע, די 'פּאַשטונס', פון וועלכער זיי שטאמען — אינאיינעם מיט דער השערה אז יענע זענען אונזערע פארלוירענע ברידער און די אייניקלעך פון די פארטריבענע עשרת השבטים https://www.yiddish24.com/analysis/41/45489 ---- שוין גערעדט דערפון עשרת השבטים אין אפגאניסטאן? ב' עקב תשע''ח https://www.yiddish24.com/analysis/41/1752