אהבה - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #11

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

גראמען פאעטיש תוכן אווער אלל הנאה

גוט
2
1%
זייער גוט
9
7%
אויסערגעווענליך
26
19%
נישט נוגע
1
1%
גוט
1
1%
זייער גוט
6
4%
אויסערגעווענליך
24
18%
נישט נוגע
2
1%
גוט
2
1%
זייער גוט
7
5%
אויסערגעווענליך
25
18%
גוט
1
1%
זייער גוט
12
9%
אויסערגעווענליך
18
13%
סך הכל שטימען: 136

אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע:נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

אהבה - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #11

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

בילד



אהבה


פילע וואסערן פליסן
ס'קען נישט אפשליסן
געפילן וואס באגריסן
ליבשאפט אויסצוגיסן

עס געקריגן גאר קליין
פונעם ערשטן געוויין
א מאמע טוט אויסגיין
די טבע גיבט מיר חן

די אנטוויקלונג יארן
טוט מיר אויסקלארן
כוחות אויב געשפארן
האט מען אנגעווארן

פריינט אויסדרוקן
בשׁעת'ן דערקוויקן
טוען זיך בלויז שיקן
ליבליכע טאקטיקן

ווייטקייט, ערוועקט
פירוד, פארפלעקט
חשכות, אנטפלעקט
טענות, פארדעקט

כ'האב ליב גוטע רייז
פארבארגט אויף שפייז
א הימלשרייענדע גרייז
אויפעסן. איז די באווייז

אינעם חתונה לעבן
הייבט עס אן צו וועבן
ס'ארבעט אנצוקלעבן
צום ציל צום שטרעבן

סיבות, עלימינירן
ס'זאל עקזיסטירן.
עצם מעצמי באצירן
אנצופאנגען שפירן

מיט תאווה, פארטוישן
אינעם הארץ זיי רוישען
ס'איז בלויזע עמאושען
פונעם געפילן אוישען

הארעווען אין היצן
שׁעות קען מען זיצן
אהבה טוט באשיצן
ביים אמת'ן נוצען

ברודערלעך פארמאגן
ס'העלפט דורכטראגן
מצבים, און קלאגען
דורכן הארץ אן זאגן

צדיקים'ס צילן
שטרעבן און ווילן
געבן בלי גבולין
יעדן איד די געפילן

שיר השירים זינגט
ידיד נפש ס'קלינגט
אין נשמה ס'דרונגט
פלאקערט אין פונקט

צו רבוש"ע זיך מתבונן
פון דיר כ'טוה שטוינען
מיט דיר כ'וויל וואוינען
דיין ליבע טוט לוינען

כי חולת כ'וויל שפירן
נאר דאס זאל פירן
אן אור, באנפין נהירין
עפן שוין דיינע טירן

בילד

איז דער ארטיקל געשריבן אין 'גראמען' ? דאן רעיט אינעם ערשטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. איז דער ארטיקל 'פאעטיש' געשריבן? דאן רעיט אינעם צווייטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. אויב פעלט פון דעם ארטיקל איינס פון די צוויי אויבנדערמאנטע, דאן מאכט א טשעק ביי "נישט נוגע".
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו . (קרעדיט: גרויזאמער)
אור מופלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע:אין מירון והגלילות

Re: אהבה - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #11

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור מופלא »

כ'האב שטארקע אהבה צום ארטיקל
א באליבטע שטיקל
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12242
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: אהבה - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #11

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

אוי נפשי חולת....
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27174
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: אהבה - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #11

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

געוואלדיג שבגעוואלדיג
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3503
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע:ששש..

Re: אהבה - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #11

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

אן אויסטערלישע רייכע ארטיקל!
ליינט זיך געשמירט, און א פעסטע זיסע תוכן!
לפנות בוקר
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע:בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: אהבה - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #11

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

אין איין ווארט. אויסערגעווענליך!
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: אהבה - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #11

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

הערליך געשריבן
ווערטער געריבן
געפילן געקליבן

אהבה א געפיל
ווערטער נישט פיל
פאעזיע מיט א ציל
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
במה דברים אמורים
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 29, 2021 7:29 pm
לאקאציע:צווישן דיינע שורות

Re: אהבה - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #11

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך במה דברים אמורים »

קלאר און שיין,

מסודר מלא חן,

גראד צום נשמה,

#11 יצא ביד רמה!
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע:במקום שאין איש

Re: אהבה - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #11

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

דאס ערשטע פאעזיע ארטיקל וואס איך גלייך

מיט פאעזיע בין איך צוקריגט
אבער אהבה האט געזיגט
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: אהבה - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #11

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

זייער גוט ארויסגעברענגט אסאך ארום אהבה. וויאזוי מען איז עס קונה, און וואס מען קען פארדינען דערפון. די גראמען זענען קונצליך, און מען דארף צולייגען קאפ און מחשבה ביים ליינען.

(וואס מיינט ליבליכע טאקטיקען?)
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5458
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אהבה - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #11

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

זייער שיין! די שורות זיצן זייער שיין!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8279
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: אהבה - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #11

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אינטערסאנטע טאפיק, זייער שיין געשריבן!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אהבה - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #11

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

לפי עניות דעתי האט געשריבן: דאס ערשטע פאעזיע ארטיקל וואס איך גלייך

מיט פאעזיע בין איך צוקריגט
אבער אהבה האט געזיגט

האט זיך שוין געלוינט!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אהבה - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #11

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אנעים זמירות האט געשריבן: זייער גוט ארויסגעברענגט אסאך ארום אהבה. וויאזוי מען איז עס קונה, און וואס מען קען פארדינען דערפון. די גראמען זענען קונצליך, און מען דארף צולייגען קאפ און מחשבה ביים ליינען.

( וואס מיינט ליבליכע טאקטיקען?)

לכאורה מיינט דאס טאקטיקן וואס זענען ליבליך, למשל שיקן א מתנה
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע:נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: אהבה - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #11

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

גראמעזיע פארמעסט האט געשריבן: מיט תאווה, פארטוישן
אינעם הארץ זיי רוישען
ס'איז בלויזע עמאושען
פונעם געפילן אוישען

שיין, פליסנד, תוכן'דיג,

ס'האט מיר נאר אביסל געשטערט דאס זיך באנוצען מיט ענגלישע ווערטער אויף אידיש אין א "פאעטיקל"
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו . (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אהבה - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #11

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

וואס איך גלייך דאס מערסטע פון די ארטיקל חוץ די גראמען און די פאעטישע געפיל. איז די אויסשטעל און סדר.

די מחבר הייבט אן ארומצורעדן פון ליבשאפט בכלליות, נאכדעם רעדט ער פון ליבשאפט וואס ער האט שוין באקומען, און ווי אזוי ער האט דאס אפריציאטעד, און אזוי האט אנערקענט די חשיבות פון ליבשאפט.
עס געקריגן גאר קליין
פונעם ערשטן געוויין
א מאמע טוט אויסגיין
די טבע גיבט מיר חן

די אנטוויקלונג יארן
טוט מיר אויסקלארן
כוחות אויב געשפארן
האט מען אנגעווארן


דערנאך דערמאנט ער א סארט ליבשאפט וואס ער גלייכט מער ווי אנדערע, 'פריינט'.
פריינט אויסדרוקן
בשׁעת'ן דערקוויקן
טוען זיך בלויז שיקן
ליבליכע טאקטיקן


די נעקסטע שטיקל איז מיין מערסט באליבטע. צייגונגען ווי אזוי ליבשאפט נעמט איבער נעגאטיווע זמנים. עס איז א הערליכע קאנטראסט און לויטער פאעטיש.
ווייטקייט, ערוועקט
פירוד, פארפלעקט
חשכות, אנטפלעקט
טענות, פארדעקט


פאלגענד איז אן אינטערעסאנטע שטיקל מיט א משל ווי אזוי מ'גיבט עפעס אוועק פאר ליבשאפט. כ'בין פשוט נישט זיכער צו דאס איז נעגאטיוו, אדער פאזיטיוו.
כ'האב ליב גוטע רייז
פארבארגט אויף שפייז
א הימלשרייענדע גרייז
אויפעסן. איז די באווייז


א פרישע סארט ליבשאפט וואס דער מחבר האט צום ערשטן מאל געשפירט און ער שעצט דאס, ווי אויך איז דאס א נייע שטאפל אין לעבן. די מחבר האט אין אנהויב גערעדט פונעם ערשטן שטאפל אין לעבן, 'געבורט'. פאעטיש געפלאכטן.
אינעם חתונה לעבן
הייבט עס אן צו וועבן
ס'ארבעט אנצוקלעבן
צום ציל צום שטרעבן

סיבות, עלימינירן
ס'זאל עקזיסטירן.
עצם מעצמי באצירן
אנצופאנגען שפירן


ווידער ביישפילן ווי אזוי ליבשאפט נעמט איבער נעגאטיוו, און אויך הילפט ארויס אין נישט גרינגע מצבים. איך אז ער שרייבט אז ליבשאפט קומט נאטורליך פון הארץ. עס זעהט מיר ווי ער זאגט אז מ'ברויך פשוט עפענען דאס הארץ צו געניסן דערפון.
מיט תאווה, פארטוישן
אינעם הארץ זיי רוישען
ס'איז בלויזע עמאושען
פונעם געפילן אוישען

הארעווען אין היצן
שׁעות קען מען זיצן
אהבה טוט באשיצן
ביים אמת'ן נוצען


נאך א סארט ליבשאפט וואס ער שעצט שטארק
ברודערלעך פארמאגן
ס'העלפט דורכטראגן
מצבים, און קלאגען
דורכן הארץ אן זאגן


דא ברענגט ער ראיות אז ער איז נישט דער איינציגסטער וואס פארשטייט און שעצט ליבשאפט. ווי אויך גלייך איך די מקורות וואס ער ברענגט ווייל עס שטימט מיט א פאר סארט אהבה וואס ער רעדט פון.
צדיקים'ס צילן
שטרעבן און ווילן
געבן בלי גבולין
יעדן איד די געפילן

שיר השיריםזינגט
ידיד נפשס'קלינגט
אין נשמה ס'דרונגט
פלאקערט אין פונקט


צום סוף ברענגט ער די סארט ליבשאפט וואס ער גלייכט דאס מערסטע, און וואס ער וויל נאך און נאך.
צו רבוש"ע זיך מתבונן
פון דיר כ'טוה שטוינען
מיט דיר כ'וויל וואוינען
דיין ליבע טוט לוינען

כי חולת כ'וויל שפירן
נאר דאס זאל פירן
אן אור, באנפין נהירין
עפן שוין דיינע טירן


איך גלייך שטארק אז די גראמען זענען אין פיר. ווי אויך זייער אויסגעהאלטן.

הערליך, הערליך.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8013
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אהבה - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #11

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

;l;p-
wow! הערליך. זייער שטארק.

מים רבים לא ישטפוה...

ייש"כ!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5297
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: אהבה - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #11

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

האסט מיך צונומען!

דאס איז לדעתי די בעסטע פאראגראף, איינס אין די וועלט:

ווייטקייט, ערוועקט
פירוד, פארפלעקט
חשכות, אנטפלעקט
טענות, פארדעקט
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע:ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: אהבה - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #11

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

א הערליך שטיקל פון יעדן אספעקט! געשמאקע פאעטישע שורות, מורא'דיגע געפילן, א פוינט צום זאך.

איך עגרי מיט ממה נפשך, דער שטיקל איז דער בעסטער, מורא'דיג מורא'דיג!
ווייטקייט, ערוועקט
פירוד, פארפלעקט
חשכות, אנטפלעקט
טענות, פארדעקט
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש'צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”