דער צעטומלטער געראנגל

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

דער צעטומלטער געראנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

אן אפגעפאטשטער שטייט שלומיאל ביים טיר. פארשעמט און פארווייטאגט. אנידערגעשלאגן און מוטלאז. ס'איז נישט דער ערשטער מאל עס פאסירט, אבער פארט יעדע מאל איז עס א פרישער קלאפ. "כ'בין טאקע וואס איך בין, אבער ניטאמאל קיין זכות קיום האב איך?" טראכט ער צו זיך מיט ביטערניש.

שלומיאל איז - ווי מ'זאגט - דער לא יוצלח פון שטאט. ווי ער לייגט נאר צו א האנט, ווערט א חורבן. וועט ער נעמען דיאמאנטן אין הענט, וועט עס ערד שטויבלעך ווערן. ער קען זיך מיט גארנישט אן עצה געבן. זיין טעלעפאון איז אנגעפילט מיט קאנטאקטן. גוטע חברים. יעדע חבר האט עפעס אנדערש מיט וואס ער קען אים - שלומיאל'ן - העלפן. ער פאר זיך איז אומבאהאלפן. פארהאן מענטשן וואס גלייכן זיך צו באנעמען צו אים ווי א קינד. ווייל דאס איז ער אייגענטליך. ער פארשטייט נישט צו גארנישט. לאגיק איז נישט זיין מחותן, ער האט קיין אהנונג וואס מ'טוט מיט דעם.

צו דעם אלעם איז שלומיאל שרעקליך סענסעטיוו. יעדע האלבע קרום, הרג'ט אים א גאנצער טאג. אז דער פון פארענט פון אים, גייט שנעלער פון אים, איז עס זיכער ווייל ער וויל אוועקלויפן פון אים. און אז ער גייט שטייטער, וויל ער זיכער אים שטערן פון גיין. גייט ער דעם זעלבן טעמפא, וויל ער אים סתם איגנארירן. אז איר ווילט האבן אמאל א מצוה, גייטס זאגטס א גוט ווארט פאר שלומיאל'ן. ער וועט עס אייך אייביג געדענקן. און נישט נאר א גוט ווארט. נאר יעדעס ביסל תשומת לב איז פאר אים ווערד א מאיאנטעק. ווילסט איינקויפן גן עדן? געב אים א גלילה.

און שלומיאל טראגט טאקע דעם פארווייטאגטן נעבעכדיגן צורה. זיינע אויגן אלץ אראפגעלאזט, זיינע באקן פאררויטלט. זיינע האר אלעמאל עטוואס צעשטרויבלט. און די גרויסע קנייטשן אויפן שטערן מאכן אויך בעטן אויף משיח. זיינע טריט זענען אזוי נאכשלעפיג, און זיינע אקסלען אראפגעלאזט. זיין שטימע איז אלץ אזוי איידל און שטיל, עס הערט זיך ארויס דער קנויל פונעם האלז, וואס ליגט שוין דארט ווייס איך ווי לאנג. בכלל געט ער דער רושם ווי אן אומאנטוויקלטער מענטש. זיינע מלבושים זענען אלעמאל אביסל נאכגעלאזט. און זיין גאנצער באנעמונג איז נישט צום טאקט.

שלומיאל ווייסט נישט וויאזוי צו גריסן. וועלכע ברכות צו ווינטשן. וויאזוי זיך צו אויספרעגן א צווייטן, און וויאזוי צו געבן עצות. ער ווייסט נישט וויאזוי מ'בעט הילף, און ער ווייסט קיינמאל נישט וואס מ'מעג יא טוען, און וואס נישט. ס'פעלט אים דער פיפטן שלחן ערוך.

פון די אנדערע זייט איז שלומיאל אזא הארציגע נשמה. נישט זעלטן איז אים צו טרעפן וויינען ביים דאווענען. כאטש די ווערטער וואס ער זאגט דאן, האבן גאנץ זיכער א קנאפער שייכות מיטן געוויין. זעט אויס אז דאס עצם דאווענען בארירט אים. שלומיאל האט אויך זייער ליב צו טאנצן. ביי יעדע חתונה ווי שלומיאל איז אנוועזנד, קען מען אים נישט פארפאסן. ער טאנצט אריין מיט אלע זיינע כוחות. עס קען זיך דאן דאכטן אז ער איז דער פרייליכסטער מענטש אויף דער וועלט. ער לאכט און טאנצט אן אויפהער. כאטש עמיצער וואס קוקט אביסל טיפער, וועט אלץ קענען טרעפן דעם אומעטיגן בליק ארומוואנדערן הויל אויף ציללאזע פונקטן.

איינע פון די מענטשן צו וועם שלומיאל איז זייער אנגעבינדן איז זיין ברודער שלום. שלום איז פונקט דער פארקערטער טיפ פון אים. שלום איז דער אריסטאקראטישער דזשענטעלמען. דער רואיגער סאלידער מענטש. דער מענטש מיט וועם יעדער וויל זיין גוט. שלום גייט קיינמאל נישט ארויס פון די גלייזן, און ער האט אלץ דער פראקטישער צוגאנג צו יעדער פראבלעם. מענטשן האבן ליב זיך צו שואל עצה זיין מיט אים.

שלום איז דער פערפעקטער מענטש. א ווארעמער צוגעלאזענער, און א קלוגער דורכגעטראכטער צוגלייך. כולו אומר כבוד. א געלונגענער טעטיגער מענטש. א מוצלח ממש. א גוטן קעפל, און א שיינער תלמיד חכם אויך. מענטשן וואונדערן זיך אפט, וויאזוי פון איין משפחה קען ארויסקומען אזעלכע צוויי פארקערטע טיפן.

באטראכט נאר שלום, ווי זיין חצוניות'דיגער מהות שפיגלט אזוי אפ זיין אינערליכע וועזן. קוק זיינע צוויי פונקלדיגע אויגן, זיינע אויפגעהויבענע אקסלען, און זיין רואיגער און זיכערער טראט. זיינע מלבושים זענען פערפעקט, און אזוי אויך זיין התנהגות. שלום ווייסט אלעמאל וואס צו זאגן, און וואס צו טוען. ער געט זיך מיט אלעם אן עצה.

נישט קיין וואונדער אז שלומיאל איז טאקע אזוי אנגעהאנגען אין שלום. ער לויפט אים נאך ווי ער קען נאר. ער זוכט זיין גוט ווארט, און זיין שוץ. שלום פון זיין זייט אבער, קען נישט סובל זיין דעם שלומיאל. יעדע מאל ער זעט נאר שלומיאל'ן ברענגט עס אים ממש אן איבל. ער פילט ווי ער וויל זיך אויפהייבן און אוועקלויפן טויזענט מייל אוועק. ער קען נישט סובל זיין דאס נעבעכדיגקייט. דאס שלימזל'עס. און דאס קינדישע אומבאהאלפענקייט. ער פרובירט וויפיל מעגליך זיך צו מתגבר זיין און אים יא אויפנעמען שיין, אבער זייער אפט פאלט ער אדורך.

און ווען ער פאלט אדורך, גייט עס מיטן גאנצן קנאק. ער קען גאנץ אפט ממש ארויס'זרק'נען שלומיאל פון דערהיים. ממש ארויסשיסן ווי א הינט. און נישט איינמאל מאכט זיך אז שלומיאל עקשנ'ט זיך, און האלט נישט ביים ארויסגיין, און דאן הייבט זיך שלום אויף, און פשוט ער גייט זיך ארויס פון זיין אייגענעם הויז, לאזנדיג דארט שלומיאל'ן אן אפגעפאטשער, זאגנדיג: "איך מיט דיר צוזאמען קענען נישט זיין!" "אדער איך אדער דיר". און שלומיאל זיפצעט אפ. צעקרעעכצט זיך און גייט ווייטער. אזוי איז דאס לעבן.

אבער אפשר ביזטו נישט גערעכט שלום טייערער?

גערעכט טאקע אז דו ווילסט זיך נישט אידענטיפיצירן מיט אזא נעבעכדיגער געשטאלט ווי שלומיאל, אבער פארט, מבשרך אל תתעלם, אפשר דאך האב אביסל מער מיטלייד מיט אים? ווי נישט ווי איז ער גארנישט שולדיג אויף זיין מצב. דער באשעפער האט אים אזוי באשאפן. קומט אים דען אזא אכזריות'דיגער באנעמונג? אזא הארצלאזיגקייט? קומט אים דען אזוי צו אוועקשטויסן? ער איז דאך דיין ברודער! פארוואס זאלסטו אים נישט ארויסווייזן אביסל רחמנות? פארוואס ביזטו אזוי הארט צו אים? ווייסט ווי שטארק ער קוקט ארויס אויף אביסל מיטגעפיל?

ליגט נישט קיין לאגיק אין מיינע ווערטער?

און איך וועל זיך וואגן צו פרעגן נאכמער, און ביטע שריי מיך נישט אן. אפשר, אפשר, אפשר, קענסטו אים ארויסווייזן אביסל ליבשאפט? ער איז דאך פארט דיין בלוט און פלייש. א ברודער! קומט אים נישט דו זאלסט אים אפגעבן אביסל מער כבוד? לאז אים עקזיסטירן. נעם אים אויף שיין. ווער זאגט ענק קענען נישט לעבן צוזאמען? געב אים אביסל הארץ! דו ביזט דאך א גוטהארציגער, פארוואס קען דיין אייגענע ברודער נישט טרעפן אביסל ליבע אין דיר? אפשר דאך?

אלזא, קום נאר מיין טייערע שלומיאל אין מיר אליין אהער. דו ביזט מיר אסאך נענטער ווי א ברודער! דו ביזט א חלק פון מיר אליין. דא אין מיין הארץ. איך האב דיר א נאמען געגעבן שלומיאל, ווייל איך פיל אז דער נאמען פאסט דיר. דו מיין זיסער קינדישער געפיל אין מיר. דו נעבעכדיגער געפיל מיינס. קום דא אריין אין דיינונג רום. פיל דיר באקוועם.

און ביטע שיין, שלום אין מיר, דו פילסט טאקע אזוי געלונגען און ערוואקסן. פריער האסטו נישט געוואלט אנקוקן מיך שלומיאל'ן. אבער כ'מיין אז יעצט טראכסטו שוין אנדערש. צוזאמען מיר קענען יא לעבן. איך מיין אז דו האסט אביסל מיטלייד מיט מיר. און איך מיין אז דו האסט מיר אפילו אביסל ליב. אפשר אפילו גאנץ שטארק ליב. ווייל למעשה זענען מיר איין גרויסע משפחה. אן אינערליכע משפחה.

לחיים טובים ול"שלום"!
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4273
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: דער צעטומלטער געראנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

ארט!!!
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9216
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: דער צעטומלטער געראנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

וואו! קנאקעדיגע ארטיקעל.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: דער צעטומלטער געראנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

מטעמים האט געשריבן: וואו! קנאקעדיגע ארטיקעל.

;l;p-
מיכל
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: דער צעטומלטער געראנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל »

פששש... א אויסנאם טאלאנט אין זיך אויסדרוקן.
צו פארשטיין דעם אויספיר ברויך מען זיך קענען נפשיות'דיג אידענטיפצירן דערמיט.
עס פעלט מיר פונקטליך די הבנה דערפון, אולי איז דאס נישט ווייל דער געראנגל עקזיסטירט נישט אין מיר, מעגליך בינעך בלויז נישט פעאיג עס ארויפברענגען צום אויבערפלאך.
אוועטאר
בענדזשעמין פרענקלין
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 7:58 am

Re: דער צעטומלטער געראנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענדזשעמין פרענקלין »

הערליך שיין אראפגעשריבן

אזוי ווי מיכל זאגט, שווער אביסל צו פארשטיין דעם פותח'ס כוונה דא, מעגליך טאקע ווייל דער באשעפער האט מיר געהאלפן אז איך בין נישט אין אזא מצב

וויאזוי עס זאל נאר נישט זיין איז עס גוט און געפיליש אראפגעלייגט
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דער צעטומלטער געראנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

מיכל האט געשריבן: .

בענדזשעמין פרענקלין האט געשריבן: /

קיין מענטש איז נישט קיין אדם השלם, און יעדע מענטש האט 'סאפט ספאטס' אין זיך. ווי מער א מענטש איז אפן מיט זיך אליין, וועט ער געווענליך טרעפן פארשידענע חלקים מיט וועלכע ער פילט נישט אזוי באקוועם. א געוויסע געפיל וואס ער פילט אז ס'איז נישט אין פלאץ, וכדומה. דער געפיל איז דער קינדערישער נארישער וכו', און דער 'מענטש' באטראכט זיך ווי דער ראציאנאלער, צו וועם עס פאסט אינגאנצן נישט אזעלכע געפילן. איך וואונדער מיר אויב עס זענען פארהאן מענטשן וואס קענען נישט רילעיטן צו דעם. איך האב גענומען דעם עקסטרעמען משל...

(עס איז געשריבן על דרך IFS [אינטערנאל פעמילי סיסטעם], ווייל דער ביכל האב איך יעצט געליינט... און איך מיין אז דער מהלך האט אסאך גוטע נקודות צו זיך)
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: דער צעטומלטער געראנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

ממוצע האט געשריבן:

דאס נישט קענען זיך טרעפן אין דעם דאס איז דאך וואס מרעדט פון ניין?
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דער צעטומלטער געראנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

בן טוב האט געשריבן: דאס נישט קענען זיך טרעפן אין דעם דאס איז דאך וואס מרעדט פון ניין?

איך האב נישט פונקטליך פארשטאנען וואס דו זאגסט. אויב דו וועסט זיך בעסער ערקלערן, וועל איך פרובירן צו ענטפערן.

דער פאנטש ליין פון דעם ארטיקל ברויך צו זיין, צו איבערצייגן דעם חלק פון דעם מענטש וואס פילט נישט קאמפארטעבל מיט א געוויסע געפיל, אז ער זאל אים יא אקצעפטירן, און זאגאר ליב האבן.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דער צעטומלטער געראנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ש'כח פאר די קאמפלימענטן. ס'איז מיר א חשיבות יעדע איינס.

@מיכל, דו האסט עפעס א ספעציעלן כח פון געבן גוטע קאמפלימענטן...
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: דער צעטומלטער געראנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

Wow
שוין לאנג נישט געזען אזא ארטיקל!

וועלכע בוק האסטו געליינט? איך וויל שוין לאנג קויפן א בוק איבער ifs, אבער עס איז דא אסאך און איך ווייס נישט וועלכע איז גוט?
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: דער צעטומלטער געראנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

ממוצע האט געשריבן:
בן טוב האט געשריבן: דאס נישט קענען זיך טרעפן אין דעם דאס איז דאך וואס מרעדט פון ניין?

איך האב נישט פונקטליך פארשטאנען וואס דו זאגסט. אויב דו וועסט זיך בעסער ערקלערן, וועל איך פרובירן צו ענטפערן.

דער פאנטש ליין פון דעם ארטיקל ברויך צו זיין, צו איבערצייגן דעם חלק פון דעם מענטש וואס פילט נישט קאמפארטעבל מיט א געוויסע געפיל, אז ער זאל אים יא אקצעפטירן, און זאגאר ליב האבן.

כ'מיין צו זאגן אז יעדער מענטש קען באמת רילעיטן צו דעם, און די סיבה פארוואס מ'כאפט נישט אז ס'האט עפעס מיט זיך קומט אויך פון די חלק אז מאיז נישט אינגאנצן אפן מיט זיך און אנשטאט דעם טראכט מען אז דאס מיינט נישט מיך
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דער צעטומלטער געראנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

בן טוב האט געשריבן:

מאכט סענס.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17314
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: דער צעטומלטער געראנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p-;l;p-;l;p-
חוח בין השושנים האט געשריבן:
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: דער צעטומלטער געראנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

Wow!
אזוי גוט און אזוי קלאר.
שכח!
מיכל
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: דער צעטומלטער געראנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל »

ממוצע האט געשריבן: @מיכל, דו האסט עפעס א ספעציעלן כח פון געבן גוטע קאמפלימענטן...

אז מען פארדינט זיך? פארוואס נישט...

ווען איך האב געשריבן אז איך קען זיך נישט אידענטיפיצירן דערמיט, האב איך געמיינט דעם 'געראנגל'.

ס'איז וואר אז יעדער מענטש האט חלקים מיט וועלכע ער איז נישט אינגאנצן באקוועם, אבער אז עס זאל ווערן א געראנגל דאס איז שוין נעקסט לעוועל. עס טרעפט זיך געווענליך ביי פרויען אדער אפילו מענער מיט שטארקע געפילן.

וואס אן אמת, ס'איז לאו דוקא געפילן, טייל מענטשן זענען זייער שטארק קאנעקטעד מיט זיך אליין, זיי זענען וואכזאם איבער זייער עמאוציענעלען צושטאנד, קאנצעטרירט אויף זייער סעלף-אימעזש (מיינסטנס פרויען זענען אזוי, זיי הערן נישט אויף צו פילן 'זיך'), בשעת ביי אנדערע לויפן די זאכן אונטער'ן באוואוסטזיין, און ממילא קענען זיי זיך גרינגער ערלויבן צו וואוינען מיט שלומיאל אין איין ברוסט-קאסטן.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דער צעטומלטער געראנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

מיכל האט געשריבן:
אז מען פארדינט זיך? פארוואס נישט...

ווען איך האב געשריבן אז איך קען זיך נישט אידענטיפיצירן דערמיט, האב איך געמיינט דעם 'געראנגל'.

על פי רוב געשעהט טאקע דער געראנגעל אינטערן באוואוסטזיין. ווען א מענטש האט אן אומאנגענעמע געפיל, געווענליך וועט ער טוען איינס פון די צוויי, אדער עס אינטערדרוקן און פארלייקענען, (דינייעל), אדער וועט 'ער' (דער באוואסטזיין) אוועקפוצן. די מיטלן זענען אנגעהויבן פון אויסמיידן סיטואציעס וואס ברענגען ארויף דעם געפיל, ביז אדיקציעס, און האלבע אדיקציעס, וועלכע נעמען אריין עסן, שלאפן, שמועסן און ארומלאכן מיט מענטשן, ביז דיסאסאסיעישאן. ווען דער מענטש גייט טיילווייז אדער אינגאנצן אריין אין קלאוד, וכדומה. אזוי ווי אינעם משל...

ס'איז וואר אז יעדער מענטש האט חלקים מיט וועלכע ער איז נישט אינגאנצן באקוועם, אבער אז עס זאל ווערן א געראנגל דאס איז שוין נעקסט לעוועל. עס טרעפט זיך געווענליך ביי פרויען אדער אפילו מענער מיט שטארקע געפילן.

וואס אן אמת, ס'איז לאו דוקא געפילן, טייל מענטשן זענען זייער שטארק קאנעקטעד מיט זיך אליין, זיי זענען וואכזאם איבער זייער עמאוציענעלען צושטאנד, קאנצעטרירט אויף זייער סעלף-אימעזש (מיינסטנס פרויען זענען אזוי, זיי הערן נישט אויף צו פילן 'זיך'), בשעת ביי אנדערע לויפן די זאכן אונטער'ן באוואוסטזיין, און ממילא קענען זיי זיך גרינגער ערלויבן צו וואוינען מיט שלומיאל אין איין ברוסט-קאסטן.

איך מיין אז דער צווייטער פונקט איז מער אמת'דיג. עס האט אויך - פארשטייט זיך - אסאך צוטוען ווי גרויס די פראבלעמען זענען. ווי גרעסער, אלץ שווערער צו איגנארירן.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: דער צעטומלטער געראנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

ממוצע, איך בין פארגאפט. אזוי גוט אראפצולייגן און מאלן א בילד, אהה, א נחת צו ליינען. אבער איך גיי דאס מערסטע פאר דיין שפראך און ווערטער אויסוואל, מייסטערהאפטיג.

די תוכן האב איך פארשטאנען און געשלינגען יעדעס ווארט. איך האב קיינמאל געהערט פון ifs אבער וואס דו האסט ארויסגעברענגט איז ביי מיר קלארער ווי דער טאג.
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5413
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע:אין מיין גוף

Re: דער צעטומלטער געראנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

זייער שיין, און צו אלע מיינע שלומיאל ברודער'לעך, איך האב ענק זייער שטארק ליעב. קיין חילוק ענקער מצב, גיב א שמייכל, און דאנק דעם באשעפער אויפן היינטיג'ן טאג
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דער צעטומלטער געראנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

היכי תמצא האט געשריבן: ממוצע, איך בין פארגאפט. אזוי גוט אראפצולייגן און מאלן א בילד, אהה, א נחת צו ליינען. אבער איך גיי דאס מערסטע פאר דיין שפראך און ווערטער אויסוואל, מייסטערהאפטיג.

די תוכן האב איך פארשטאנען און געשלינגען יעדעס ווארט. איך האב קיינמאל געהערט פון ifs אבער וואס דו האסט ארויסגעברענגט איז ביי מיר קלארער ווי דער טאג.

ש'כח @היכי, דיינע קאמפלימענטן זענען עפעס ספעציעל...
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דער צעטומלטער געראנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן: זייער שיין, און צו אלע מיינע שלומיאל ברודער'לעך, איך האב ענק זייער שטארק ליעב. קיין חילוק ענקער מצב, גיב א שמייכל, און דאנק דעם באשעפער אויפן היינטיג'ן טאג

יישר!
--
יעדער האט זיין חלק אין די תורה... דו האסט געטראפן דעם פונקט אינעם ארטיקל... כאטש נישט דאס איז דער ציל געווען. לכאורה האסטו די לעצטע צוויי פאראגראפן איבערגעהיפט, אדער געליינט אויבערפלעכליך..

אזוי צו אזוי איז פאר דעם פונקט וואס דו האסט ארויסגענומען אויך גענוג ווערד דער ארטיקל...
אמשינוב
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 20, 2021 9:00 am

Re: דער צעטומלטער געראנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמשינוב »

געוואלדיגע נקודה
שכ"ח @הרב ממוצע
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע:ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: דער צעטומלטער געראנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

ווי האב איך געקענט פארפאסן אזא מורא'דיגער ארטיקל? מורא'דיג איז נישט דאס ווארט. סיי די ארטיסטישקייט וואס דא ליגט, אזוי גוט אראפצומאלן די צוויי כאראקטערן און זיי דערנאך געבן א דריי אויס צום מענטש אליין צו כאפן א בליק אויף זיך זעלבסט. מורא'דיג! און סיי די פוינט זעלבסט. אזוי אמת!
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש'צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5413
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע:אין מיין גוף

Re: דער צעטומלטער געראנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

ממוצע האט געשריבן:
מאניש בנבנשתי האט געשריבן: זייער שיין, און צו אלע מיינע שלומיאל ברודער'לעך, איך האב ענק זייער שטארק ליעב. קיין חילוק ענקער מצב, גיב א שמייכל, און דאנק דעם באשעפער אויפן היינטיג'ן טאג

יישר!
--
יעדער האט זיין חלק אין די תורה... דו האסט געטראפן דעם פונקט אינעם ארטיקל... כאטש נישט דאס איז דער ציל געווען. לכאורה האסטו די לעצטע צוויי פאראגראפן איבערגעהיפט, אדער געליינט אויבערפלעכליך..

אזוי צו אזוי איז פאר דעם פונקט וואס דו האסט ארויסגענומען אויך גענוג ווערד דער ארטיקל...

איך האב עס גראדע יא געלייענט, איך האב געמיינט ארויסצוברענגען אז איך האב ליעב נישט נאר מיין אייגענע שלומיאל, נאר אלע שלומיאל'ס פון יעדעם איינעם אויכעט.

דיין נקודה ווי איך האב פארשטאנען, אז געוויסע ווילן אנטלויפן פון די אייגענע ביטערע געפילן אדער מציאות, אנשטאט זיי צו אדרעסיר'ן און לעבן דערמיט....

מיין תגובה האט בלויז געדינט אלץ א נכתב בצידו אז איך שטרעב ליעב צו האבן יעדן איד, אפילו ער האט א גרויסע פארציע שלומיאל אין זיך, די וועג וויאזוי איך לעב מיט מיין שלומיאל איז אז איך גיב א שמייכל און דאנק השם פאר מיין היינטיגע טאג.
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: דער צעטומלטער געראנגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
איך האב עס גראדע יא געלייענט, איך האב געמיינט ארויסצוברענגען אז איך האב ליעב נישט נאר מיין אייגענע שלומיאל, נאר אלע שלומיאל'ס פון יעדעם איינעם אויכעט.

דיין נקודה ווי איך האב פארשטאנען, אז געוויסע ווילן אנטלויפן פון די אייגענע ביטערע געפילן אדער מציאות, אנשטאט זיי צו אדרעסיר'ן און לעבן דערמיט....

מיין תגובה האט בלויז געדינט אלץ א נכתב בצידו אז איך שטרעב ליעב צו האבן יעדן איד, אפילו ער האט א גרויסע פארציע שלומיאל אין זיך, די וועג וויאזוי איך לעב מיט מיין שלומיאל איז אז איך גיב א שמייכל און דאנק השם פאר מיין היינטיגע טאג.

;l;p-
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”