כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא!!! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #18
כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא!!!
כ' בין שוין טאקע שפעט, אבער דאך קען א מיר נאך אלץ נישט געהעריג קאנצעטרירן.
ל יגענדיג אין מיין קאפ א גאנצען צייט מחשבות מיט וואס כ'קען מיר נישט מאבילעזירן.
ה אב איך באשלאסען מיינע מחשבות פאר אייך אביסל צו מיטטיילען און אדרעסירן.
מ יט אפאר חדשים צוריק געווען א 'הערליכע ווינטער פארמעסט' וואס האט יעדעם געטוען אינטערסירן.
צ וקערדיגע און זאפטיגע ארטיקלען איינס ביי איינס, אבער דאך איינס האט ארויסגעשיינט מיט ספעציעלע שיינענדיגע קאלירן.
י א דאס איז טאקע די איך בין הונגעריג! א געשיכטע וואס גלייבט זיך שווער אז אזוינס קען נאך היינט פאסירן.
ל יינענדיג ווי איינער לאזט זיך הונגערן נאר ווייל א צווייטענ'ס צעריך טוט אים בארירן.
נ ישט זיך האלטענדיג פאר ראוי, אבער דאך וויל איך אייך שטארק אפלאדירן.
פ ארן טוען אזא הייליגע שריט וואס טוט אונז ממש עלעקטעריזירן.
ש ענער ווי דעם ווי איז דען דא? מי כעמך ישראל! מיר טוען מיט אייך שטאלצירן.
א ינ'אמת'ן שטייט שוין פון ספרים אז די אויבערשטער האט ספעציעל אריין געלייגט אין די נאטורן.
ח סדים גדולים, אז יעדע מענטש האט צוויי אפהעניגע באזונדערע נירן.
ת נתן במתנה צו קענען ארויסהעלפן און געבן פאר א צווייטען וואס זיינס טוט שוין נישט פונקציאנירן.
מ יט מיין גרעסטע דמיון קען איך מיר נישט אויס'משל'ען און פאנטאזירן.
י א אז א יונגע געזונטע מענטש זאל נישט עסן און זיך לאזן הונגערן מיט שווערע יסורין.
ש ניידענדיג שטיקער באקוועמליכקייט פון זיך, אלעס ווייל מ'טוט יענעמ'ס צער און ווייטאג מיטשפירן.
ר עכענדיג זיך אז דאס איז נאר די התחלה צו וואס די ריכטיגע זאך גייט אריינפירן.
א ז מען גייט זיך נאר צוליב א צווייטע צובראכענע אידיש קינד זיך לאזן אפערירן.
ל אזענדיג אז א צווייטער זאל אויך קענען פון דיין ניר בענעפיטירן.
כ 'האב נישט די ריכטיגע ווערטער און די פאסיגע מילין יקירין.
א רויסצוהייבן אייער אויסערגעווענליכע שריט וואס איר האט געטאן פראקטעצירן.
י ענער איד קען שוין יעצט ב"ה פון זיין נייע לעבן אויך געהעריג קוואלעפיצירן.
ל כאורה! איין זאך קענען מיר אייך גאראנטירן.
ו וי גרויס אייער זכות איז, נישט שייך אויסצו'משל'ען און צו שפעקולירן.
ק יין שום גאלד, זילבער, און געלד קען עס נישט באלאנסירן.
י א! אויך נישט קיין שום פאום אדער עד אפילו אויף די שענסטע פאפירן.
י עדעס מאל דער איד טוט א מצוה טוט עס אייך אויך באצירן.
ם יט מיינע טיפסטע הרגשים וויל איך אייך דא א ברכה אויספירן.
ע ס זאל זיין דאס לעצטע מאל וואס אין שפיטאל מען טוט אייך פלאצירן.
ו ואס דו טוסט נאר, זאלסט האבן כל הברכות בתורה אמורין.
ל עכטיג אידיש נחת פון אלע קינדער, איידימער און שנירן.
ם יט הרחבות הדעת גרינגערהייט זיי קענען אונטער די חופה פירן.
מ יט הויפענעס געלד איר זאלט זיין פון די רייכסטע באנקירן.
ל עולם זאלט איר האבן געזונט, פרנסה, נחת, באנפין נהירין.
א ין זכות פון די געוואלדיגע מצוה זאל אונז שוין משיח קיין ירושלים אהיימפירן....
איז דער ארטיקל געשריבן אין 'גראמען' ? דאן רעיט אינעם ערשטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. איז דער ארטיקל 'פאעטיש' געשריבן? דאן רעיט אינעם צווייטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. אויב פעלט פון דעם ארטיקל איינס פון די צוויי אויבנדערמאנטע, דאן מאכט א טשעק ביי "נישט נוגע".
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער