איך האב עס גאנץ איינפאך פארשטאנען פון איינער וועלכער האט א קראש אויף א צווייטען, אבער יענער שפירט זיך בעצם אויך גוט מיט דעם. באמת יעדער גביר למשל, מצד אחד איז עיניהם של עניים אנגעהאנגען אויף די ברעקלעך וואס ער ווארפט זיי, אבער מצד שני ווען מ'דארף נישט צוקומען צו איהם, איז ער זעלבסט דער גרעסטע ארימאן. בכל אופן, שיין פאעטיש געשריבען, ווענגלייך עטוואס צו עניגמאטיש פאר מיין טעיסט.
א מענטש קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכוניםכי אין השלימות בלתי לה' לבדויתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף) די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
א גרויסן יישר כח מעומק הלב פאר אלע קאמענטארן און קאמפלימענטן געוואנדן אין ריכטונג פון דעם ארטיקל.
אויב איז נאך איינער אינטערסירט אין פארשטיין בעסער דעם באדייט פון דעם ארטיקל, וואס איך וועל מודה זיין אז דאס איז אביסל קאמפליצירט. געב איך דא א שטיקל מתיבתא פירוש דערויף:
דער שמועס גייט אזוי: אין דעם ערשטן שורה פרעג איך זיך אליין איבער מיין פריינט: ווער ביסטו, מיין פריינד ביים טיר דא ציטיר איך כאילו מיין פריינט ענטפערט. איך לייג אראפ וויאזוי ער זאגט מיר אלעמאל אז ער שפירט צו מיר: מיין בונד צו דיר, מיט קניפעניש מיין לייב מיין זעל, מיין דערקוויקעניש אין מיר דו ברענגסט, זאטקייט אין שפיר
דא אין דעם ערשטן שורה, ענדיג איך צו אזוי ווי איך זאל ווען נאכזאגן איינעם אזוי: "קום צו מיר אהיים", האט מיר יענקל געגעבן א זאג. מיר א זאג, וועסטו שענקען דא זעץ איך ווייטער פאר כאילו זיינע ווערטער: ווען אין קאלטן לעבן איך וואנדער ארום ווען אומפארשטענדעניש, אומעטום פון טיפעניש, טו איך בענקען.
דא נעם איך - דאס מיינט דער געפיל וואס זאגט מיר ווי גוט איך בין און ווי ווייט איך בין דער וואס מיין פריינט דארף צו מיר צוקומען - איבער דאס ווארט און באשטעטיגט כאילו מיין פריינט'ס ווערטער צו מיר אליין: אמת "דו ביסט מורא'דיג", איז דער נייגונג זאגט צו מיר, איך, מיט איבערצייגונג ער פאר דיר צעדרייט ווערט, שפירט ווי א בלעטל ווי א מורישקע אונטער אחימן, גייט דער פשעטל
ארויף צו מיר ער קוקט, איך בין זיין שיין א שפיר, קיין חסרון אין מיר פארהאן געב א קוק, ער לויפט נאך דיין שפאן.
דא רופט זיך אן מיין אנדערער באהאלטענער געפיל - די וועם איך וויל נישט באמת הערן - וואס קומט זיך דינגען מיט מיין פריערדיגער געפיל: פססס... רופט ער צו מיר א מינוט, בעפאר דו לויפסט פון מיר אוועק, דו שטויסט ווארט א מינוט, איך רעד צו דיר
שטיל ער זאגט, כמעט ווי איך הער א שטימע קוים הערבאר ווי פון אונטער'ן ראדאר
מיין פריינט, מיין לעבן צו דיר איך טו שטרעבן איך גיי אויס, פאר דיר איך דארשט דיין גוט ווארט, צו הערן איך ווארט
ווי א צווייג אן בוים, אליין פארלאזט ווען דו פון מיר, פארביי דו שפרייזט ווען פון ווינקל איך זע דיר, אויפ'ן אנדערן זייט שטראז ווי איך וועל לויפן פרעגן קום מיט מיר פארברענגן צו דיין ליבליכן גלעט, איך גאַר ביז'ן עלות איך דארף דיר האבן, נאך ווי דעם אמת איך ווייס, פון וואו.
דא ברענגט ער כאילו נאך וואס דער פריערדיגער געפיל האט געזאגט, און דערנאך גייט ער עס אפווארפן. ער זאגט: איך רעד זיך נישט איין אזוי ווי דו האסט מיר פריער געזאגט וכו' איך רעד זיך נישט איין אוי ווי פריער געשריגן, האט איך גענוי מיין פריינד, איך בין גוט אזוי יא, צופרידן זיין איך וועל פארגינען דיר א קוועל מיט דיר שמועסן, פארוואס'זשע נישט קען דען שאטן, אביסל טשוכעניש
אבער באקומען דיין נשמה'דיגן שמייכל וואס גליעט דאס ווארעמ'דיגן פון דיין גרעניצלאזע ליבע, זיך בארירן אין מיינע פאמפנדע אדערן, זיי צירקולירן אויף מיינע ליפן נישט ארויפברענגען אפילו אין הארץ זיי לאזן הענגען.
דא ווארפט ער עס אפ, און דעקלערט אז באמת שפיר איך זיך ווי א שוואכלינג און איך דארף צוקומען צו דיר: ניין! ווי א רויער בלעטל ווי א ליידיג זעקל איז וואס איך שפיר אן דיר איין שטיק חסרון צעפאטשקעט און צעפארן ווען נישט דיר מיין פריינט בין איך דען דא היינט.
דא ענדיגט ער רעדן, און מיין פריערדיגער איך- געפיל, ווערט געכאפט אין שאק נאך וואס דער צווייטער איך האט אים געמאכט פעיסן דעם אמת: איך דריי זיך אויס אין שאק איז דאס מיין שטימע געווען איז ער אין מיין ראָק האט אים איינער גערופן דען
דא לייגט דער ערשטער אראפ זיין דיסעפוינטמענט ווי איינגערעדט ער איז געווען ביז יעצט: א סקרוך דורך לויפט שוין ווייטער מיר פארקויפט ער שטייט דארט פארשעמט די פיאות האלב פארקעמט מורמלט ארויס, אבער פארט איך האב קלאר געהערט דארט דיין פריינט דיין ליבער אן דיר, ווי אליין איז ער.
דערווייל איז ער נאכנישט קלאר, מיט דער צייט וועט ער האפנטליך קלאר ווערן דעם אמת.... שטיי איך אזוי, בין סדין און האמער א געבער בין איך, אדער גאר א נעמער.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט'מיואש'צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
ש'כח ממוצע! איך האב גראדע הנאה געהאט פון די אלע פשטים, די ריתחא דאורייתא דא איז געווען א תענוג גשמי.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט'מיואש'צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט'מיואש'צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט'מיואש'צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.