אייוועלט פרעזענטירט: 'עלינו לשבח' & 'הודאה ובקשה' - הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו
יויש! ש'לאנג נישט ארויס עפעס פרישע גוטע סחורה פון משולם!
ענטשולדיגט, איינער ווייסט ווער ס'האט קאמפאוזט 'אם מצאתי חן בעיניך, המממעעעלך'?
זאג מיר, פ"וו האט נישט יונגערליך א ניגון פון משולם גרינבערגער?
ווייסט איינער פון וואו קומט די ניגון וואס מ'זינגט לעצטנס ביי חתונות, עפעס ווייזן מיט די קינדער דאס זענען די פינגער?
כ'ווייסניש ווי הייסט די ניגון, אבער די שטיקל 'טאטע אפי' כ'שפיר זיך ווייט פון דיר, גלייב איך אז דו ביסט נאנט צו מיר אוי אוי אוי'... כ'קעניש באשרייבן וואס עס האט געטוהן צו מיר!
אוי מה תשתוחחי.. די ניגון האט מיר געמאכט די קושמארן...............
[align=center]וואס זאגטסע, נמ"ש איז דא מיט א פרישע סקעם?[/align]
די כעוורע זענען אריבער אלע גרעניצן! אזוי צו משוגע מאכן א וועלט? א פרישע סקעם נישט מער געדאכט!! דער נמ"ש וועט כאפן...
אקיצער, מורי ורבותי! עטס זיץ'ט? דעמאלט שטעלץ ענק אויף!
אין כאן שום סקעם ושום קנאבל!
מיר זענען דא הנה זה בא אין א גוטע שעה איי לי לי לו לו, מיט א פרישע אייוועלט סידי, בשעה טובה ומוצלחת, נאך א לענגערע - אבער יא שלאפלאזע - צייט וואס מ'האט נישט געהאט ארויסגעגעבן עפעס פריש.
אבער דענסמאל אידעס הא הא פרישע סחורה... עץ הערץ גוט:
ר' משולם גרינבערגער!
נאך יארן וואס זיינע ניגונים ווערן געזינגען בכל תפוצות ישראל וכל פינות ומחנות להתענג בתענוגים. ניגונים וואס האבן מחי' געווען די חסידישע וועלט און משמח געווען אלע שיכטן און קרייזן. ווי משולם מאכט מ'שולם מ'ביא ש'שון ו'שמחה ל'יהודים.
זיינע ניגונים האבן א אייגנארטיגן איידלקייט, מיט א ווארעמע טיפקייט, וואס שניידט דעם מענטשן ביז'ן הארצן ווי שטילע וואסער פארן שטורעם.. מוזיקאליש, אבער קלאר מסודר'דיג און פעסט געבויעט, מיט א חידוש אין יעדן נאוט, נישט טיפיקל אויף איין מהלך נאר יעדע פאל מיט זיין משמעות און טייטש, אזש ס'ברענגט ארויס די פשט פון די ווערטער מיט א פרישע קלארע ווארעמע דערהער.
ר' משולם'ס ניגונים איז א זאך וואס, ווי באקאנט און צום באדויערן, איז נישטא היינט צוטאגס צו טרעפן צופיל זיך וואלגערן אויפ'ן מארקעט. אונזערע פלאכע קעפ לאזט נישט צופיל זיך פארטיפן אין א משולם ניגון, הערן א צווייטע דריטע מאל צו כאפן די טיפקייט פונעם פרישן וועג אין א ניגון..
אבער דאך, די מוזיקאלישע געפילן פאדערן זייער שפעזן.. די הארץ בענקט זיך און שרייט ארויס: נו, ווען קומט שוין ארויס עפעס גוט, אבער ס'זאל זיין גוט!
און טאקע דערפאר, הוא אשר דיברנו, לענינינינינינו אנו וקיימנו, משום אותה סיבה, פונקט וועגן דעם אליינס, כאשר אמרנו, לפי הנ"ל, פארשטייט מען וואס איז די גרויסע שמחה היינט אויפן וועלט'ל, ווען בשעה טובה קומט מען ארויס מיט א זאפטיגע סידי, אנגעפולט און אנגעשטאפט מיט צענדליגע מושלמ'דיגע משולם'דיגע ניגונים!
משולם איז טאקע בגימ' הוד והדר פעלו.
אבער נישט סתם א שמחה, א שמחה כפולה ומכופלת! א דאבל סידי!! אידישע קינדער זאלן הנאה האבן און באקומען באצאלט כפל, און ס'זאל זיך דאפלען די שמחה ביי אידישע שטובער בבחינת מעטשינ"ג. און אמר"ש, ' א. עלינו לשבח ב' הודאה ובקשה', באטרעפט אקורארט: ' ב' יתרו טו שבט'...
די סידי ערהאלט אין זיך איבער דרייסיג אויסגעקליבענע הערליכע קאמפעזיציעס, ניגונים וואס ברענגען ארויס א שבח והודאה פארן ריבוכ"ע. לידער וואס ברענגען די הארץ נענטער צום באשעפער. וואס זענען מחזק אונזערע גלות'דיגע נפשות מיט אמונה און ביטחון. יעד'ן ניגון איז אנגעזאפט מיט איידעלע שטארקע תוכן.
די ניגונים זענען הערליך און פראפעשעניל אראפגעזינגען, פון די גוטע זינגערס אויפ'ן מארקעט ביז די בעסטע שב'בעסטע.. מוזיק אויף גאר א הויעכ'ן לעוול.
א געמישעכטס (לכ' חמישה עשר) פון נייערע און עלטערע ניגונים, מער פראפעשעניל און קוואליטעיט ביז הערליכע מעמדים אודיא'ס, לעבעדיגע הארא ניגונים און לענגערע יצירות. פון אלע שיכטן און סארטן.
אלזא, מיר האפן איר וועט הנאה האבן!
- - - - -
מיר מוזן זיך אויסדרוקן, אז דאס מאל איז די מלאכת הקודש אנגעקומען ביטערליך שוויגער. שוין א האלבע יאר וואס מ'מוטשעט זיך און מ'ברעכט זיך קאפ איבער יעדן דיטעיל פונ'עם סידי.
די סיבה איז פשוט, ס'דא צענדליגע סינגעלס פון משולם, אבער א גרויסע טייל פון דעם זענען מער הארא סטייל, און פון דעם אליין קעמען דאך נישט מאכן א סידי. אזוי אויך ס'קומט אויס איבער די סכום וויפל א געווענליכע סידי מעג האבן (און מ'קען דאך נישט בעטן צו א געפעפערטן פרייז..).
סאו האט מען באשלאסן מ'דארף אפירקראצן ניגונים פון דא און דארט, און ס'האט זיך דאן צאמגעשטעלט גאר א לענגערע ליסטע. און יעצט האט מען געדארפט שניידן דערפון וכו'. בקיצער, די מלאכה אינישט געווען גרינג.
און דאס איז נאר א הקדמה צו באדאנקען, באוואונדערן, באגריסן, באטאנען, און מפליא לעשות זיין די געוואלדיגע ארבעט וואס ער האט אריינגעלייגט צו אהערשטעלן דעם סידי. דער איז נישט געשלאפן טעג און נעכט. נישטא קיין ווערטער צו מסביר'ן די יגיעה עצומה וואס ער האט אריינגעלייגט אין יעדן פרט ופרט אהערצושטעלן א דבר השלם בבחי' נעקסט לעוול שבנעקסט לעוול.
יאפ, פארגעסן צו זאגן וועמיך מיין. דאס אידאך אונזער אלעמענבאקאנטנגעשמאקער @א שרייבערל! דער וואס זיינע גאלדענע טינט פארבן אפ די אייוועלט ווענט מיט פרישע באטעמט'ע קאלירן מיט א גן עדן'דיגע שמעק.. נו, עטץ ווייץ'ס דאך וועמיכמיין.
כ'קען זאגן בפעמאלע אז ווען נישט איהם וואלט קיין סידי נישט געווען. דער איז געשטאנען אויף מיין קאפ ווי א 30,000'דיגע שטריימל! ער האט מיר אויפגעטרייסלט פון מיין לענגערע דרימל, אוועקגעשלעפט מיין גראבע דאכענע, באגאסן מיין פנים מיט'ן נעגל וואסער, און מיר געצווינגען, מיט געוואלדעס, זיך צו נעמען ארבעטן..
זיך נעמען ארבעטן האב איך געזאגט... ער האטעך אלעס געטוהן!... עטץ קענץ זיכער דעם יעניגער וואס קומט אפנעמען די קרעדיטס פון דעם צווייטנס הארעוואניע, איא?
און שטייצעך, אז דא איז די פלאץ צו געבן דעם ריכטיגן פרעזענליכן ספעציעלן פאסיגן כבוד שכ'ח ווארט הודאה לויב דאנק פאר אונזער געטרייער ידיד נפש, וואס נישט די ערשטע מאל וואס ער לייגט זיך אריין אין א פראיעקט כאי' ס'וואלט געווען זיין אייגענע, און ס'טאקע זיין אייגענע!
און דא מיין איך נישט קיין צווייטער ווי דער @מתמיד! פון שטעטל, וואס ציווישן איין שיעור און חברותא ווארפט ער זיך איבער למען הכלל והפרט וכלל ללמד על הכלל כולו יצא מן הכלל!
דער מתמיד האט עס גענומען מיטן פולסטן ערנסקייט, גערעדט מיט וועם מ'דארף שמועסן, און געשמועסט מיט וועם מ'דארף רעדן. קאנטאקט וועם מ'דארף זיך פארבינדן, און זיך פארבינדן מיט וועם מ'דארף קאנטאקטן. דער האט געדרייט וועלטן, שאפן ניגונים, אינפארמאציע, געדאנקען. און שטייצעך אלע סארט הילף ס'זאל זיין א דבר השלם.
און ווי געווענליך דארף מען ארויסברענגען דעם געוואלדיגן הכרת הטוב פאר ידידינו וידיד כל בית ישראל עמך קבוצי מטה, ה"ה הרב @איינס! , וואס היינט צוטאגס פיהרט ער שוין אן דעם מעכטיגען וועלטבארומטן מעגא מאגאזין 'שרייבער'. און מיטדעמאלעם האט ער זיך אראפגעלאזט מן ההר אל העם אהערצושטעלן דעם הערליכן מעכטיגן בוקלעט, כיד ה' הטובה עליו, מיט זיין אייגנארטיגע גאלדענע טאלאנט.
(בד"וו, יישר כוח פאר די הערליכע עד!! האסט נישט קאנאנונג ווי גוט ס'האט געארבעט...)
און נישט נאר גרעפיקס'ן די סידי, נאר מיט זיין הילף על כל צעד ושעל, נישטא קיין ווערטער!
אזוי אויך פאר ידידינו @מקווה איד! וואס שטייט אייביג מיט רעכטן און לינקען היינט צו העלפן מיט וואס מ'קען נאר, שאפן זאמלען קראצן און עצה'נען. מיט זיין ערוואקסענע קלארע הערות און הארות, און הארציגע הילף.
און שטייצעך פארן גאנצן טיעם, וואס שטייען און העלפן און שטיצן מיט וואס מ'קען נאר. ואי אפשר לפרטם כי רבים וטובים הם!
און שטייצעך שטייצעך א גרויסן ייש"כ פאר די געטריי מנהלים און אחראים וואס שטייען אלץ צו הילף וואס מ'דארף, און מאכן אלס צו פארגרינגערן די מלאכת הסידיס.
יעדער זאל געבענטשט ווערן מיט אלעם גוטן, קענען שטענדיג לויבן און דאנקען דעם בורא מתוך שמחה ונחת!
ועל כולם יתברך שמך.. אשירה לה' כי גמר עלי, גמ"ר מאכט ר' משולם גרינבערגער...
- - -
[align=center] עלינו לשבחלאדון הכל, אודה השםאויף אלע זיינע חסדים עד הנה, און בפרט יעצט אשירה ואזמרהלאלוקי, און אגיל ואשמחבלבבי, נאך וואס אהבת עולםאהבתנו, און ברוב רחמיו האט אונז געשאנקען דעם זכות אהערצושטעלן דעם הערליכן דאבל סידי 'עלינו לשבח' - און 'הודאה ובקשה' מחי' זיין אידישע קינדער ישראל המחכיםאויף היימישע הערליכע נגינה, ובמקהלותרבבות עמך וואס לעכצן אויף ר' משולם'ס איידעלע גוטע סחורה.
און כאטש וואס מרחוקנראה לי, ס'איז נישט אנגעקומען גרינג, עם כל זה האבן מיר געזעהן אז עוד אביכם חי, לעושה נפלאותגדולות אויף טריט און שריט מיט סייעתא דשמיא. כי מלאכיוהאט ער אונז געשיקט באגלייטן צו אהערשטעלן א דבר השלם בשעטומ"צ.
מיט דעם קומען מיר מיט א הודאה ובקשהפארן ציבור, יישר כוח פאר אלע וואס קאמענטירן און געבן פידבעק, דאס האט אונז געברענגט ביז אהער. און פארגעסט נישט אז אין גדולה, עס קומט נישט פון זיך אליין, און אמאל ווארט מען אויף גוטע הערות און פידבעק וואס חבל על דאבדין.. אשרי העםוואס קאמענטירן אויף די מלאכת הקודש, און אוודאי אשריכם הצדיקיםוואס יעדנס מאל פון דאסניי קומט מען פידבעק'ן, חזרהאון נאכאמאל חזרה.. ווייל דאס איז די איינציגסטע זאך וואס שטופט אויף ווייטער, און ברענגט אן אור לי..
נאך איין זאך: שמח תשמחרעים, הערטס און האט הנאה פונעם הערליכן סידי אשר אנחנו נותנים לפניכם, מאכטס א רקידה'לעאון זייטס בשמחה...
מיט א געבעט יהי השםאלוקינו עימנו, יהי רצוןעס זאל ברענגען דעם ריכטיגן השפעה אויף כלל ישראל, ויעזור ויגןעס זאל משמח זיין אידישע קינדער, און מעורר זיין די לבבות צום אויבערשטן, און השמיענו בבוקר חסדך, ובשירי דוד נהללךאגאנצן לעבן, מתוך רחמים חסדים, ותתפרקוןפון אלע צרות און דאגות, און יקום פורקןמן שמיא, מ'זאל מיר זוכה זיין צו אלע השפעות ביז לעתיד לבואאון אלעם גוט ביז ווען משיח וועט קומען, במהרה בימינו אמן.[/align]
- - -
און שטייענדיג היינט מאנטאג חמישה עשר בשבט, (גראדע משול"ם באטרעפט יום שני..) איז אונז געבליבן צו וואונטשן, פירותיך מתוקים צילך נאה... די ניגונים זענען הערליך.. אמת המים עוברת תחתיך... די אררעינדזשמענטס איז שיין... ויה"ר שכל נטיעות שנוטעים ממך יהיו כמותך, אמן!
[align=center]הערט און האט הנאה![/align]
[align=center] פריוויא עלינו לשבח
פריוויא הודאה ובקשה [/align]
- - -
אצינד וועלן מיר מכבד זיין הרב החסיד ר' אשריי-בערל זאל קומען זאגן אפאר ווארעמע הארציגע דיבורים לכבוד די טאפלטע שמחה!
שעם דעך נישט, נעם די מייק.. ס'ארבעט פיין, ניין! נישט זינגען!! הייב אן צו רעדן פון הארץ...