אייוועלט פרעזענטירט: 'עלינו לשבח' & 'הודאה ובקשה' - הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו

אידישע וועלט אויסגאבעס און מאגאזינען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8013
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

אייוועלט פרעזענטירט: 'עלינו לשבח' & 'הודאה ובקשה' - הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

[align=center]בשם ה' נעשה ונצליח[/align]


יויש! ש'לאנג נישט ארויס עפעס פרישע גוטע סחורה פון משולם!

ענטשולדיגט, איינער ווייסט ווער ס'האט קאמפאוזט 'אם מצאתי חן בעיניך, המממעעעלך'?

זאג מיר, פ"וו האט נישט יונגערליך א ניגון פון משולם גרינבערגער?

ווייסט איינער פון וואו קומט די ניגון וואס מ'זינגט לעצטנס ביי חתונות, עפעס ווייזן מיט די קינדער דאס זענען די פינגער?

כ'ווייסניש ווי הייסט די ניגון, אבער די שטיקל 'טאטע אפי' כ'שפיר זיך ווייט פון דיר, גלייב איך אז דו ביסט נאנט צו מיר אוי אוי אוי'... כ'קעניש באשרייבן וואס עס האט געטוהן צו מיר!

אוי מה תשתוחחי.. די ניגון האט מיר געמאכט די קושמארן...............


[align=center]וואס זאגטסע, נמ"ש איז דא מיט א פרישע סקעם?[/align]
די כעוורע זענען אריבער אלע גרעניצן! אזוי צו משוגע מאכן א וועלט? א פרישע סקעם נישט מער געדאכט!! דער נמ"ש וועט כאפן...



אקיצער, מורי ורבותי! עטס זיץ'ט? דעמאלט שטעלץ ענק אויף!

אין כאן שום סקעם ושום קנאבל!

מיר זענען דא הנה זה בא אין א גוטע שעה איי לי לי לו לו, מיט א פרישע אייוועלט סידי, בשעה טובה ומוצלחת, נאך א לענגערע - אבער יא שלאפלאזע - צייט וואס מ'האט נישט געהאט ארויסגעגעבן עפעס פריש.

אבער דענסמאל אידעס הא הא פרישע סחורה... עץ הערץ גוט:
ר' משולם גרינבערגער!

נאך יארן וואס זיינע ניגונים ווערן געזינגען בכל תפוצות ישראל וכל פינות ומחנות להתענג בתענוגים. ניגונים וואס האבן מחי' געווען די חסידישע וועלט און משמח געווען אלע שיכטן און קרייזן. ווי משולם מאכט מ'שולם מ'ביא ש'שון ו'שמחה ל'יהודים.

זיינע ניגונים האבן א אייגנארטיגן איידלקייט, מיט א ווארעמע טיפקייט, וואס שניידט דעם מענטשן ביז'ן הארצן ווי שטילע וואסער פארן שטורעם.. מוזיקאליש, אבער קלאר מסודר'דיג און פעסט געבויעט, מיט א חידוש אין יעדן נאוט, נישט טיפיקל אויף איין מהלך נאר יעדע פאל מיט זיין משמעות און טייטש, אזש ס'ברענגט ארויס די פשט פון די ווערטער מיט א פרישע קלארע ווארעמע דערהער.

ר' משולם'ס ניגונים איז א זאך וואס, ווי באקאנט און צום באדויערן, איז נישטא היינט צוטאגס צו טרעפן צופיל זיך וואלגערן אויפ'ן מארקעט. אונזערע פלאכע קעפ לאזט נישט צופיל זיך פארטיפן אין א משולם ניגון, הערן א צווייטע דריטע מאל צו כאפן די טיפקייט פונעם פרישן וועג אין א ניגון..
אבער דאך, די מוזיקאלישע געפילן פאדערן זייער שפעזן.. די הארץ בענקט זיך און שרייט ארויס: נו, ווען קומט שוין ארויס עפעס גוט, אבער ס'זאל זיין גוט!

און טאקע דערפאר, הוא אשר דיברנו, לענינינינינינו אנו וקיימנו, משום אותה סיבה, פונקט וועגן דעם אליינס, כאשר אמרנו, לפי הנ"ל, פארשטייט מען וואס איז די גרויסע שמחה היינט אויפן וועלט'ל, ווען בשעה טובה קומט מען ארויס מיט א זאפטיגע סידי, אנגעפולט און אנגעשטאפט מיט צענדליגע מושלמ'דיגע משולם'דיגע ניגונים!
משולם איז טאקע בגימ' הוד והדר פעלו.

אבער נישט סתם א שמחה, א שמחה כפולה ומכופלת! א דאבל סידי!! אידישע קינדער זאלן הנאה האבן און באקומען באצאלט כפל, און ס'זאל זיך דאפלען די שמחה ביי אידישע שטובער בבחינת מעטשינ"ג. און אמר"ש, ' א. עלינו לשבח ב' הודאה ובקשה', באטרעפט אקורארט: ' ב' יתרו טו שבט'...

די סידי ערהאלט אין זיך איבער דרייסיג אויסגעקליבענע הערליכע קאמפעזיציעס, ניגונים וואס ברענגען ארויס א שבח והודאה פארן ריבוכ"ע. לידער וואס ברענגען די הארץ נענטער צום באשעפער. וואס זענען מחזק אונזערע גלות'דיגע נפשות מיט אמונה און ביטחון. יעד'ן ניגון איז אנגעזאפט מיט איידעלע שטארקע תוכן.

די ניגונים זענען הערליך און פראפעשעניל אראפגעזינגען, פון די גוטע זינגערס אויפ'ן מארקעט ביז די בעסטע שב'בעסטע.. מוזיק אויף גאר א הויעכ'ן לעוול.

א געמישעכטס (לכ' חמישה עשר) פון נייערע און עלטערע ניגונים, מער פראפעשעניל און קוואליטעיט ביז הערליכע מעמדים אודיא'ס, לעבעדיגע הארא ניגונים און לענגערע יצירות. פון אלע שיכטן און סארטן.


אלזא, מיר האפן איר וועט הנאה האבן!
- - - - -

מיר מוזן זיך אויסדרוקן, אז דאס מאל איז די מלאכת הקודש אנגעקומען ביטערליך שוויגער. שוין א האלבע יאר וואס מ'מוטשעט זיך און מ'ברעכט זיך קאפ איבער יעדן דיטעיל פונ'עם סידי.
די סיבה איז פשוט, ס'דא צענדליגע סינגעלס פון משולם, אבער א גרויסע טייל פון דעם זענען מער הארא סטייל, און פון דעם אליין קעמען דאך נישט מאכן א סידי. אזוי אויך ס'קומט אויס איבער די סכום וויפל א געווענליכע סידי מעג האבן (און מ'קען דאך נישט בעטן צו א געפעפערטן פרייז..).

סאו האט מען באשלאסן מ'דארף אפירקראצן ניגונים פון דא און דארט, און ס'האט זיך דאן צאמגעשטעלט גאר א לענגערע ליסטע. און יעצט האט מען געדארפט שניידן דערפון וכו'. בקיצער, די מלאכה אינישט געווען גרינג.

און דאס איז נאר א הקדמה צו באדאנקען, באוואונדערן, באגריסן, באטאנען, און מפליא לעשות זיין די געוואלדיגע ארבעט וואס ער האט אריינגעלייגט צו אהערשטעלן דעם סידי. דער איז נישט געשלאפן טעג און נעכט. נישטא קיין ווערטער צו מסביר'ן די יגיעה עצומה וואס ער האט אריינגעלייגט אין יעדן פרט ופרט אהערצושטעלן א דבר השלם בבחי' נעקסט לעוול שבנעקסט לעוול.
יאפ, פארגעסן צו זאגן וועמיך מיין. דאס אידאך אונזער אלעמענבאקאנטנגעשמאקער @א שרייבערל! דער וואס זיינע גאלדענע טינט פארבן אפ די אייוועלט ווענט מיט פרישע באטעמט'ע קאלירן מיט א גן עדן'דיגע שמעק.. נו, עטץ ווייץ'ס דאך וועמיכמיין.
כ'קען זאגן בפעמאלע אז ווען נישט איהם וואלט קיין סידי נישט געווען. דער איז געשטאנען אויף מיין קאפ ווי א 30,000'דיגע שטריימל! ער האט מיר אויפגעטרייסלט פון מיין לענגערע דרימל, אוועקגעשלעפט מיין גראבע דאכענע, באגאסן מיין פנים מיט'ן נעגל וואסער, און מיר געצווינגען, מיט געוואלדעס, זיך צו נעמען ארבעטן..
זיך נעמען ארבעטן האב איך געזאגט... ער האטעך אלעס געטוהן!... עטץ קענץ זיכער דעם יעניגער וואס קומט אפנעמען די קרעדיטס פון דעם צווייטנס הארעוואניע, איא?


און שטייצעך, אז דא איז די פלאץ צו געבן דעם ריכטיגן פרעזענליכן ספעציעלן פאסיגן כבוד שכ'ח ווארט הודאה לויב דאנק פאר אונזער געטרייער ידיד נפש, וואס נישט די ערשטע מאל וואס ער לייגט זיך אריין אין א פראיעקט כאי' ס'וואלט געווען זיין אייגענע, און ס'טאקע זיין אייגענע!
און דא מיין איך נישט קיין צווייטער ווי דער @מתמיד! פון שטעטל, וואס ציווישן איין שיעור און חברותא ווארפט ער זיך איבער למען הכלל והפרט וכלל ללמד על הכלל כולו יצא מן הכלל!
דער מתמיד האט עס גענומען מיטן פולסטן ערנסקייט, גערעדט מיט וועם מ'דארף שמועסן, און געשמועסט מיט וועם מ'דארף רעדן. קאנטאקט וועם מ'דארף זיך פארבינדן, און זיך פארבינדן מיט וועם מ'דארף קאנטאקטן. דער האט געדרייט וועלטן, שאפן ניגונים, אינפארמאציע, געדאנקען. און שטייצעך אלע סארט הילף ס'זאל זיין א דבר השלם.


און ווי געווענליך דארף מען ארויסברענגען דעם געוואלדיגן הכרת הטוב פאר ידידינו וידיד כל בית ישראל עמך קבוצי מטה, ה"ה הרב @איינס! , וואס היינט צוטאגס פיהרט ער שוין אן דעם מעכטיגען וועלטבארומטן מעגא מאגאזין 'שרייבער'. און מיטדעמאלעם האט ער זיך אראפגעלאזט מן ההר אל העם אהערצושטעלן דעם הערליכן מעכטיגן בוקלעט, כיד ה' הטובה עליו, מיט זיין אייגנארטיגע גאלדענע טאלאנט.
(בד"וו, יישר כוח פאר די הערליכע עד!! האסט נישט קאנאנונג ווי גוט ס'האט געארבעט...)

און נישט נאר גרעפיקס'ן די סידי, נאר מיט זיין הילף על כל צעד ושעל, נישטא קיין ווערטער!


אזוי אויך פאר ידידינו @מקווה איד! וואס שטייט אייביג מיט רעכטן און לינקען היינט צו העלפן מיט וואס מ'קען נאר, שאפן זאמלען קראצן און עצה'נען. מיט זיין ערוואקסענע קלארע הערות און הארות, און הארציגע הילף.

און שטייצעך פארן גאנצן טיעם, וואס שטייען און העלפן און שטיצן מיט וואס מ'קען נאר. ואי אפשר לפרטם כי רבים וטובים הם!

און שטייצעך שטייצעך א גרויסן ייש"כ פאר די געטריי מנהלים און אחראים וואס שטייען אלץ צו הילף וואס מ'דארף, און מאכן אלס צו פארגרינגערן די מלאכת הסידיס.

יעדער זאל געבענטשט ווערן מיט אלעם גוטן, קענען שטענדיג לויבן און דאנקען דעם בורא מתוך שמחה ונחת!

ועל כולם יתברך שמך.. אשירה לה' כי גמר עלי, גמ"ר מאכט ר' משולם גרינבערגער...

- - -

[align=center] עלינו לשבחלאדון הכל, אודה השםאויף אלע זיינע חסדים עד הנה, און בפרט יעצט אשירה ואזמרהלאלוקי, און אגיל ואשמחבלבבי, נאך וואס אהבת עולםאהבתנו, און ברוב רחמיו האט אונז געשאנקען דעם זכות אהערצושטעלן דעם הערליכן דאבל סידי 'עלינו לשבח' - און 'הודאה ובקשה' מחי' זיין אידישע קינדער ישראל המחכיםאויף היימישע הערליכע נגינה, ובמקהלותרבבות עמך וואס לעכצן אויף ר' משולם'ס איידעלע גוטע סחורה.

און כאטש וואס מרחוקנראה לי, ס'איז נישט אנגעקומען גרינג, עם כל זה האבן מיר געזעהן אז עוד אביכם חי, לעושה נפלאותגדולות אויף טריט און שריט מיט סייעתא דשמיא. כי מלאכיוהאט ער אונז געשיקט באגלייטן צו אהערשטעלן א דבר השלם בשעטומ"צ.

מיט דעם קומען מיר מיט א הודאה ובקשהפארן ציבור, יישר כוח פאר אלע וואס קאמענטירן און געבן פידבעק, דאס האט אונז געברענגט ביז אהער. און פארגעסט נישט אז אין גדולה, עס קומט נישט פון זיך אליין, און אמאל ווארט מען אויף גוטע הערות און פידבעק וואס חבל על דאבדין.. אשרי העםוואס קאמענטירן אויף די מלאכת הקודש, און אוודאי אשריכם הצדיקיםוואס יעדנס מאל פון דאסניי קומט מען פידבעק'ן, חזרהאון נאכאמאל חזרה.. ווייל דאס איז די איינציגסטע זאך וואס שטופט אויף ווייטער, און ברענגט אן אור לי..
נאך איין זאך: שמח תשמחרעים, הערטס און האט הנאה פונעם הערליכן סידי אשר אנחנו נותנים לפניכם, מאכטס א רקידה'לעאון זייטס בשמחה...

מיט א געבעט יהי השםאלוקינו עימנו, יהי רצוןעס זאל ברענגען דעם ריכטיגן השפעה אויף כלל ישראל, ויעזור ויגןעס זאל משמח זיין אידישע קינדער, און מעורר זיין די לבבות צום אויבערשטן, און השמיענו בבוקר חסדך, ובשירי דוד נהללךאגאנצן לעבן, מתוך רחמים חסדים, ותתפרקוןפון אלע צרות און דאגות, און יקום פורקןמן שמיא, מ'זאל מיר זוכה זיין צו אלע השפעות ביז לעתיד לבואאון אלעם גוט ביז ווען משיח וועט קומען, במהרה בימינו אמן.[/align]

- - -

און שטייענדיג היינט מאנטאג חמישה עשר בשבט, (גראדע משול"ם באטרעפט יום שני..) איז אונז געבליבן צו וואונטשן, פירותיך מתוקים צילך נאה... די ניגונים זענען הערליך.. אמת המים עוברת תחתיך... די אררעינדזשמענטס איז שיין... ויה"ר שכל נטיעות שנוטעים ממך יהיו כמותך, אמן!

[align=center]הערט און האט הנאה![/align]

[align=center] פריוויא עלינו לשבח
פריוויא הודאה ובקשה [/align]

- - -
אצינד וועלן מיר מכבד זיין הרב החסיד ר' אשריי-בערל זאל קומען זאגן אפאר ווארעמע הארציגע דיבורים לכבוד די טאפלטע שמחה!

שעם דעך נישט, נעם די מייק.. ס'ארבעט פיין, ניין! נישט זינגען!! הייב אן צו רעדן פון הארץ...
לעצט פארראכטן דורך נאר מיט שמחה אום מאנטאג יאנואר 17, 2022 4:09 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע:נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'עלינו לשבח' & 'הודאה ובקשה' - הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

אזוי ווי נמ"ש'ל האט מיר געבעטן צו רעדן פון הארץ און די אינטערסאנטקייט איז, אז זיין הארץ רוישט און באכעט אויפן זעלבן טאקט ווי מיינע, די געפילן פון פרייד אז מ'האלט שוין דא, און דאס זיך ארויסגעבן אויפן פאפיר וואסערע ארבעט ס'איז דא אריין איז שווערליך אראפצוגעבן אויפן טרוקענעם בלאט, מ'דארף דאס מיטלעבן און דורכשוויצן צו קענען באגרייפן וויפיל ס'ליגט אפי' אין א אייוועלט סידי, ס'איז ממש אומבאשרייבליך און אומשאצבאר!!

וואכן און טעג, שעות און שווייס, אימעיל'ס און אישי'ס, זענען אריינגעלייגט געווארן אין דעם פראיעקט! ב"ה אז מ'האלט שוין דא,
אויב האט מען ביז יעצט געמיינט אז די אייוועלט סידיס קומען צופיס, האט זיך עס דא ארויסגעוויזן אז זאכן נעמען צייט, צייט זאג איך?! וואכן און חדשים בלי גוזמא!

דער אלעמען באקאנטע טאלאנטפולער ניק @נאר מיט שמחה האט אריינגעלייגט אן א שיעור צייט מח און געפיל אהערצושטעלן דעי סידי'ס ס'זאל זיין ערוך על השולחן מיט די ריכטיגע סדר און אויסשטעל, וועלכע יא אריינצולייגן און וועלכע ס'קומט נישט אריין, מיט אסאך מחשבה ס'זאל אויסקוקען ווי אן עכטע פארקויפטע אלבוים.

און בפרט קומטצעך איהם דאנקעריי אויף די העכסטע טענער פאר די הערליכע שרייב ארבעט אינעם בוקלעט אויף יעדע ניגון, וואס נישט יעדע אייוועלט סידי האט זוכה געווען דערצו, (נאר מאטי אילאוויטש'ס סידי דאכצעך), דאס האט אויך פארנומען אסאך פון זיין אפגעשפארטע צייט און נאך פולע שוועריגקייטן האט ער דאס באוויזן און דאס געטוהן בלויז מהנה צו זיין אנדערע אידן.

און דערנאך איז געקומען @איינס און מיט זיינע טאלאנטפולע הענט ערצייגט א הערליכן קאווער און רייכן בוקלעט וואס קוקט אויס פראפעסעניאל ווי יעדע אפיציעלע סידי וואס קומט היינט ארויס, און נישט פארגעסן אז זיי צוויי זענען נישט עמפלויעד ביי אייוועלט, זיי ארבעטן שווער איבערן טאג, און דא דארט ציפן זיי אראפ פון זייער אייגענע צייט דאס אהערצושטעלן, און @איינס ווייסט דאך יעדער אז אויסער זיין געהעריגע ארבעט שטייט ער דאך בראש פון דעם הערליכען שרייבער אויסגאבע וואס דאס נעמט דאך אויך אוועק א געוואלד פון זיין אייגענע צייט, און דאך האט ער זיכער געמאכט אהערצושטעלן פאר דעם פראיעקט אזא הערליכע ארבעט,

און @מתמיד איז משך די גאנצע צייט געשטאנען גרייט ארויסצוהעלפן, מיט וואס ס'האט זיך נאר אויסגעפעלט, געקאלט איבערגעדרייט טעג און נעכט, געשאפט די אינפארמאציע פון אסאך ניגונים, וואס ווי עטס קענטס זעהן איז דא ניגונים וואס איז נישט ארויסגעקומען אפיציעל, און שאפן די אינפא דערפון איז אנגעקומען ביטער שווער, אבער וואס טוט מען נישט צו דערפרייען אנדערע.

דאס אלעס קען מען נישט באצאלן מיט געלט, ס'איז פשוט נישטא וואו!, און קיינער וואס האט געארבעט דערפאר ברויך נישט קיין באצאלונג, וואס יא?! מיט וואס קען מען ארויסווייזן אביסל דאנקבארקייט אויף די שווערע הארעוואניע?!

די ערשטע זאך וואס מ'קען טוהן איז קאפי'ען דעי סידי'ס על טהרת הקודש און פארשפרייטן פאר חברים און ידידים, זאלן אנדערע אויך הנאה האבן דערפון.

די צווייטע זאך וואס איז נאך וויכטיגער פונעם ערשטן איז אז אויב האט איר הנאה אז מ'האט דאס ערצייגט און אהערגעשטעלט, דאן ביטע לאזט איבער פידבעק און פאזעטיווע קאמענטארן, דאנקבארע תגובות אויפן פראיעקט, ס'קוקט אויס אז מ'איז תובע בפה, אבער די הכרח איז אז נאר דאס געט די גאזאלין מוט און חשק ווייטער צו ארבעטן אויף נאך, און צאלט אפ אויף די ארבעט ביז אהער

[align=center] אייוועלט פרעזענטירט: עלינו לשבח! - ר' משולם גרינבערגער הי"ו [/align]



[align=center] 'עלינו לשבח' בוקלעט! [/align]
לעצט פארראכטן דורך א שרייבערל אום מאנטאג יאנואר 17, 2022 8:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו . (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8013
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'עלינו לשבח' & 'הודאה ובקשה' - הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

וואו! טענק יו טענק יו! דברים היוצאים מן הלבלוב נכנסים לאכול מתרומתן!

אצינד עמיר מכבד זיין מורינו הרב החסיד המתמיד ר' מתמיד זאל ארויסברענגען זיינע הארציגע דיבורים לכבוד דעם גרויסן מאורע!

האא.. האסט א אייגענע מייק?... אקעי, הצלחה!.. רעד..
לעצט פארראכטן דורך נאר מיט שמחה אום מאנטאג יאנואר 17, 2022 4:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
Masmid
שר חמשת אלפים
תגובות: 5142
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע:בית המדרש

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'עלינו לשבח' & 'הודאה ובקשה' - הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

ואענה גם אנכי את חלקי!

איך דאנק דעם אייבערשטען אז כ'האב געהאט די זכיה צו האבן א חלק אין דעם שיינעם פראיעקט, ס'איז נישט אנגעקומען גרינג, ס'איז אריין צייט כח און מח אבער אלעס לוינט זיך ווען מ'קען שניידן די שיינע פירות טאקע ביומא דקא גרים חמשה עשר בשבט, זאל די אייבערשטער העלפן ווייטער אונז זאל מיר קענען ברענגען נאך און נאך חסידישע נגינה פארן ציבור המבקשים און קענען הנאה האבן צו מהנה זיין כלל ישראל מיט שיינע ווארעמע נגינה וואס זאל ברענגען טאקע די ריכטיגע מטרה צו מעורר זיין ''הודאה ובקשה'' להשי''ת וישמעו ענוים וישמחו!

[align=center] אייוועלט פרעזענטירט: הודאה ובקשה! - ר' משולם גרינבערגער הי"ו [/align]
[align=center]


הודאה ובקשה! - בוקלעט [/align]
לעצט פארראכטן דורך Masmid אום מאנטאג יאנואר 17, 2022 9:26 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19689
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'עלינו לשבח' & 'הודאה ובקשה' - הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

משולם גרינבערגער עלינו לשבח3.jpg
משולם גרינבערגער עלינו לשבח3.jpg (108.38 KiB) געזען 3932 מאל


משולם גרינבערגער עלינו לשבח2.jpg
משולם גרינבערגער עלינו לשבח2.jpg (144.83 KiB) געזען 3932 מאל


משולם גרינבערגער עלינו לשבח.jpg
משולם גרינבערגער עלינו לשבח.jpg (53.12 KiB) געזען 3932 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יאנואר 17, 2022 4:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19689
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'עלינו לשבח' & 'הודאה ובקשה' - הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

משולם גרינבערגער עלינו לשבח6.jpg
משולם גרינבערגער עלינו לשבח6.jpg (100.71 KiB) געזען 3929 מאל


משולם גרינבערגער עלינו לשבח5.jpg
משולם גרינבערגער עלינו לשבח5.jpg (147.9 KiB) געזען 3929 מאל


משולם גרינבערגער עלינו לשבח4.jpg
משולם גרינבערגער עלינו לשבח4.jpg (137.35 KiB) געזען 3929 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יאנואר 17, 2022 4:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19689
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'עלינו לשבח' & 'הודאה ובקשה' - הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

משולם גרינבערגער עלינו לשבח7.jpg
משולם גרינבערגער עלינו לשבח7.jpg (147.32 KiB) געזען 3927 מאל


משולם גרינבערגער עלינו לשבח9.jpg
משולם גרינבערגער עלינו לשבח9.jpg (145.81 KiB) געזען 3927 מאל


משולם גרינבערגער עלינו לשבח8.jpg
משולם גרינבערגער עלינו לשבח8.jpg (139.58 KiB) געזען 3927 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יאנואר 17, 2022 4:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19689
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'עלינו לשבח' & 'הודאה ובקשה' - הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

משולם גרינבערגער עלינו לשבח12.jpg
משולם גרינבערגער עלינו לשבח12.jpg (119.16 KiB) געזען 3926 מאל


משולם גרינבערגער עלינו לשבח11.jpg
משולם גרינבערגער עלינו לשבח11.jpg (100.36 KiB) געזען 3926 מאל


משולם גרינבערגער עלינו לשבח10.jpg
משולם גרינבערגער עלינו לשבח10.jpg (135.24 KiB) געזען 3926 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יאנואר 17, 2022 4:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19689
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'עלינו לשבח' & 'הודאה ובקשה' - הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

משולם גרינבערגער עלינו לשבח14.jpg
משולם גרינבערגער עלינו לשבח14.jpg (142.35 KiB) געזען 3926 מאל


משולם גרינבערגער עלינו לשבח13.jpg
משולם גרינבערגער עלינו לשבח13.jpg (116.92 KiB) געזען 3926 מאל


משולם גרינבערגער עלינו לשבח15.jpg
משולם גרינבערגער עלינו לשבח15.jpg (106.67 KiB) געזען 3926 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יאנואר 17, 2022 4:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19689
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'עלינו לשבח' & 'הודאה ובקשה' - הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

משולם גרינבערגער עלינו לשבח17.jpg
משולם גרינבערגער עלינו לשבח17.jpg (141.9 KiB) געזען 3924 מאל


משולם גרינבערגער עלינו לשבח16.jpg
משולם גרינבערגער עלינו לשבח16.jpg (140.95 KiB) געזען 3924 מאל


משולם גרינבערגער עלינו לשבח18.jpg
משולם גרינבערגער עלינו לשבח18.jpg (49.91 KiB) געזען 3924 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יאנואר 17, 2022 4:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8013
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'עלינו לשבח' & 'הודאה ובקשה' - הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

[align=center] - עלינו לשבח -
. . . . .
[/align]


[align=center]1. ובשירי דוד[/align]
טאג טעגליך, איידער מיר גייען דאנקען דעם הייליגן באשעפער און אראפלייגן א פלאקער'דיגן פסוקי דזימרה, הייבן מיר אן מיטן הייליגן תפילה פון 'ברוך שאמר', די הויעכע ווערטער וואס זענען ווי באקאנט נתגלה געווארן דורך א פיתקא מן שמיא.

ווי פאסיג איז אנצוהייבן דעם סידי 'עלינו לשבח' מיט ווערטער פון אט די הייליגע תפילה, 'ובשירי דוד נהללך', מיר זינגען און לויבן מיט די הייליגע לידער וואס דוד המלך ע"ה האט געשריבן פאר דיר. ונגדלך, ונשבחך. ונפארך. מיר לויבן און דאנקען דיר אויף אלע חסדים. ונזכיר שמך. יעדע רגע דערמאנען מיר דיין הייליגן נאמען. און מיר דאנקען אויף דעם אליין אז מיר האבן דעם זכיה צו זינגען פאר דיר שירות ותשבחות.


[align=center]2. עד הנה[/align]
די אויגן פארמאכן זיך. די הארץ עפנט זיך. די מחשבות פארטיפן זיך. מ'הייבט אן זיך מתבונן זיין אביסל אויף אלע חסדים וואס דער באשעפער טוהט מיט אונז: מלפנים ממצרים גאלתנו. ומבית עבדים פדיתנו. אזויפיל ניסים האסטו שוין געטוהן צו אונז. יעדע סעקונדע נעמסטו אונז ארום מיט אזויפיל ליבליכע חסדים.
און אזוי פארדביק'עט זיך די געפיל מיט'ן טיפע ווארעמע תנועה, ברעב זנתנו. מחליים פדיתנו. ס'פארט אראפ ארויף, די מחשבות וועבן זיך, די געפילן ערוועקן זיך...

ביז מ'קומט אן צו א מצב וואס מ'שפירט מ'קען נישט אויסרעכנען אלעס. דאן שרייט ארויס דאס הארץ א הילכיגן 'עד הנה... אוי עזרונו רחמיך....', ווען די שיירי זימרה, די ווערטער וואס קענען זיך נישט ארויסגליטשן פונעם הארץ, שפראצן ארויס פון די ווארעמע שטארקע תנועות ציווישן די שורות.

און מ'ענדיגט צו מיט א שטילע געבעט: ואל תטשנו ה' אלוקינו.. ביז אהער איז דאך געווען נאר רחמיך וחסדיך, אלעס איז נאר דו, האפן מיר און גלייבן מיר אז דו וועסט אונז ווייטער נישט פארלאזן, לנצח...


[align=center] 3. עלינו לשבח
[/align]

א איד דארף דאנקען און נאכאמאל דאנקען. נישט קיין נפקא מינא וואס מ'גייט אריבער און קיין חילוק אוואו מ'שטייט, איין זאך: עלינו לשבח לאדון הכל! אונזער פליכט און רצון איז צו דאנקען אונזער גרויסן האר.

וועגן דעם אליין אז ער איז אונזער ג-ט און נישט קיין צווייטער. קיינער געוועלטיגט נישט אויף אונז, נישט די דאגות, און נישט די צרות. נישט די געלט, און נישט די פוסטע וועלט. נאר ער אליין. הוא אלוקינו. אין עוד. יחיד חי העולמים. אפס זולתו...

איז לאמיר זינגען נאכמאל און נאכאמאל דעם געשמאקן דאנק ניגון: עלינו לשבח...


[align=center] 4. חבל על דאבדין
[/align]

איי דער גליקלעכער אמאל, וועלן מיר אלעמאל, געדענקען... אונזער ארעמ'ע פוסטע עולם התחתון האט פארמאגט אין איר פארגאנגענהייט וועלטן פון גדולי ישראל, ראשונים כמלאכים, וואס האבן אנגעפולט די טעג אינ'עם פוסטע וועלט, באלאכטן איר'ע לענדער מיט תורה ועבודה, אונז פעסטגעשטעלט די הייליגע וועגן וואס דערויף ווילן מיר שפאנען, כאטש א נגיעה'לע שפירן צו אונזער הייליגע אבות, די גרויסע צדיקים ואנשי מעשה.

און כאטש זיי זענען שוין נישט מיט אונז, און מיר ווייסן אז ווי זיי זענען שוין נישטא הייינט, אם ראשונים כמלאכים ווי קוקן מיר היינט אויס, ווילן מיר גיין אין זייערע וועגן, און מיר פארגעסן נישט פון זיי. ווייל כאטש זיי זענען נישט מיט אונז, צדיקים במיתתם קרויים חיים. זיי האבן אונז איבערגעלאזט אוצרות פון הייליגע ירושות. ספה"ק, הייליגע עובדות, טייערע מידות טובות, וואס מיר קענען זיך לערנען פון זיי און ממשיך זיין זייער לעבן.

[align=center] 5. לעתיד לבוא
[/align]

דרייט זיך א אידעלע אינמיטן די נאכט, אינגאנצן פארלוירן אינגאנצן פארטראכט... וואס גייט דא פאר? אלס איז טונקל. מ'זעהט נישט קיין פינטעל ליכט. זאכן זענען איבערגעדרייט, ווי קען דאס זיין? ער קוקט אהער בליקט אהין, ס'איז פארנעפלט. פארוואלקנט.
ווען פלוצלינג צינדט זיך אן די לייט, ער זעהט אלס איז אזוי שיין מסודר און לעכטיג, ער פארשטייט נישט וואס איז געווען פריער זיין וואונדער. אלעס איז דאך אזוי קלאר און שיין. נאר איך האב פשוט נישט געזעהן און פארשטאנען.

אזוי גייט זיין לעתיד לבוא ווען דער אייבישטער וועט אנצינדן די גאולה פייער און שרייען בלויז צוויי ווערטער: אני ה'! איך בין דער באשעפער! איך האב אלעס געטוהן, איך האב אויסגעלאשן די לייט, און זיך געשטעלט נעבן דיר און דיר אונטערגעהאלטן. האנט ביי האנט בין איך אריבער מיט דיר אלע שטרויכלונגען, ביז ס'איז געקומען די צייט אנצינדן די ליכט.

דאס ברענגט ארויס אט די הערליכע לעבעדיגע ניגון, מיטן הקדמה פונעם הייליגן חפץ חיים אויף די שבטים און מצרים, וואס זענען געווען ארומגענומען מיט קשיות און סתירות טריט נאך טריט, ביז זיי האבן געהערט דעם 'אני יוסף'. וויאזוי האבן מיר דאס נישט געכאפט...


[align=center] 6. אהבת עולם
[/align]

מיר קענען נישט באטאנען די געוואלדיגע ליבשאפט פונ'עם טאטן אין הימל צו אונז. און מיט די אומבאשרייבליכע ליבשאפט האט ער אונז געשאנקען דאס שענסטע און בעסטע וואס ער האט פארמאגט, די הייליגע תורה.

יעדע נאכט, ווען די זוהן גייט שוין אונטער, און די געדאנקען פארנעפלען זיך מיטן געדעכטן נאכט, שמועסט מען זיך אויס מיטן באשעפער איבער דעם געוואלדיגן ליבשאפט וואס מיר שפירן צו איהם, און ער צו אונז, און ביידע אינאיינעם געבינדן און געקנופט מיטן הייליגן תורה.

מיטן תפילה 'אהבת עולם', רעדט דאס הארץ איבער דעם געוואלדיגן קשר וואס מיר שפירן, אדער עכ"פ ווילן שפירן, מיטן תוה"ק, אזש ביים זיך לייגן און אויפשטיין זאלן מיר נאר וועלן טראכטן און שמועסן פון איר. ווייל די תורה איז דאך אונזער לעבן, און דאס איז אונזער אטעם אויפן וועלט.
און מ'בעט דעם באשעפער ער זאל אונז העלפן ווייטער, אז מיר זאלן טאקע זיין מקושר צום תורה, און טאקע שפירן אז דאס איז אונזער לעבן. און זיין ליבשאפט זאל אייביג פליהסן ציווישן אונז, אהבתך אל תסיר ממנו לעולמים.


[align=center]7. ווען משיח וועט קומען[/align]
דער הייליגער סאטמאר רב זיע"א, וואס האט אויפגעטוהן א וועלט פאר יהדות החרדית מיטן קעמפפן פארן צד הקדושה, און אויפגעשטעלט א וועלט פון מוסדות'ן על טהרת הקודש, האט זיך אנגערופן "ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער" אויף די אידישע קינדערלעך וואס ווערן נתחנך עטה"ק, און זאגן: "דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה".

און די ווערטער קעמען נוצן טריט און שריט, אויף יעדע מצוה'לע וואס קומט אונטער, אויף יעדע ניסיון וואס זאל נישט אונטער קומען, זאל די אידעלע טראכטן אז ווען משיח וועט קומען וועט ער זיך שטעלן און ווייזן אויף מיר, דער קליינטשיגער אידעלע: דו האסט מיר מקרב געווען! דער אידל, מיטן זיך שטארקן אויפן ניסיון, מיטן היטן די אויגן, וכו', האט מקרב געווען דעם גרויסן טאג וואס כ'זאל קומען ענק אויסלייזן פונעם ביטערן גלות.

אך ווי שיין אך ווי שיין וועט דעמאלטס זיין... אבער זאל עס שוין זיין...


[align=center]8. לעושה נפלאות[/align]
אז מ'טראכט אריין אינעם טאג טעגליכן הערליכן וועלט'ל, ווי שיין טיף און אויסגע'חשבון'ט דרייט ער זיך ארום און ארום... זינגט זיך פון זיך אליינס א הערליכן הודאה געזאנג צום גרויסן באשעפער, לעושה נפלאות גדולות...

מ'טראכט פונעם הערליכע גאלדענע זוהן שיקט איהרע שטרענגע בליקן אויפן וועלטל, מיט אזא ליבשאפט... די לבנה ארומגענומען מיט איר'ע שטערן פינטעלעך, ווי א קעניג און באדינער... די טאג וואס בלאזט אוועק די נאכט, און ווידער לאזט די פלאץ פארן נאכט... און אזוי ווייטער און ווייטער... דאס אלעס שרייט דאך מיט פארביגע קולות דעם 'כי לעולם חסדו'.


[align=center] 9. אשרי העם
[/align]

כאפנדיג פון די זייט א בליק אויף כלל ישראל, צו איז עס פארטאגס ווען די גאסן הייבן זיך אן אנצופולן מיט ישיבה בחורים'לעך און יונגעלייט צו בעלי בתים וואס יאגן זיך לעבודת הבורא... צו איז עס ביי גרעסערע מעמדים סיומים אד"ג.. שרייט זיך ארויס פון זיך אליינס דעם 'מי כעמך ישראל'! אשרי העם שככה לו, וואויל זענען מיר אז מיר זענען דערוועהלט געווארן צו זיין דעם אייבערשטנ'ס פאלק, ווי שיין און לעכטיג זעהן מיר אויס, אשר בחר בנו מכל העמים.

די דאזיגן פריילעך לידל איז פאסיג פאר יעדן גרויסן מאורע של תורה, ווי אידן נעמען זיך צוזאם און עס שרייט ארויס די שיינקייט פון כלל ישראל, 'שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה'.. און סתם אזוי ביי יעדן אידישע צוזאמקום... די פאלק בליהט דאך אזוי שיין..

[align=center] 10. חזרה
[/align]

מ'זעהט גדולי ישראל רבנים און גאונים, געוואלדיגע תלמידי חכמים, כאפט זיך א מחשבה'לע וויאזוי האבן זיי דאס דערגרייכט? זענען זיי אזוי געבוירן געווארן? זיכער זענען זיי געווען ריזיגער בעלי כשרונות...

אבער די תשובה איז אז זיי האבן גענוצט איין געלונגענע רעצעפט: 'חזרה און נאכאמאל חזרה'!.. דאס קומט פון יארן פון הארעוואניע, לערנען און חזר'ן, און נאכאמאל און נאכאמאל חזר'ן. ויחזור, ויחזור ויחזור... אט אזוי וואקסט מען אויס א ריכטיגען תלמיד חכם!

און מיטן בעטן פונעם באשעפער 'ותן בליבנו בינה וכו', מ'זאל ווערן א חלק מיט די תורה, דארף מען געדענקען אז נאכן בעטן דארף מען זיך פשוט זעצן לערנען... און אסאך חזר'ן! און דאן וועסטו האבן אלעס גוטס, ווי די גמרא זאגט: 'זינג פארן תורה וועט דער תורה זינגען פאר דיר'.


[align=center] 11. אשריכם הצדיקים
[/align]

די שמחה, געפיל, און געשמאק, וואס דער איד וואס זיצט און לערנט שפירט, קעמען פאר קיין געלט נישט מסביר זיין. יעדער קען זיך דערמאנען די געוואלדיגע פארגעניגן וואס מ'האט אמאל געשפירט אין די ישיבה יארן וכדו' נאך אזא פאר שעה קנאקן אין לערנען...

און ווי דער באשעפער זאגן אליינס פאר די אידן, 'מה שמחה יש לאדם בעולם הזה, אלא בדברי תורה בלבד'! נישטא א אמת'ער תענוג און שמחה פאר א איד אויפן וועלט ווי די תורה. קיין שום הנאה קומט נישט צו צו דעם תענוג. אלס איז לופט, הוילע פוסטע שטותים. קומטס לערנען א שטיקעלע תורה, האטס הנאה, און האקטס א לעבן... דעמאלטס וועט ענק זיין לעכטיג און זיס, לעבעדיג און לוסטיג, אשריכם הצדיקים שלומדים את התורה!


[align=center] 12. אור לי
[/align]

שפעט ביינאכט, אינעם טונקעלן קאלטן וואלד, דרייט זיך א קינד מיט זיכערע פרייליכע טריט, כאטש ס'הערשט א שרעקעדיגן פינסטערקייט. ווייל ער ווייסט אז זיין טאטע, וואס קען גוט די וועג, כאפט אן זיין האנט, און יעדן מאל ער פאלט פון א שטיינדעלע שטעלט ער זיך גלייך אויף, ווייל ער כאפט'עך אן זיין טאטי. ער שפירט זיך אסאך רוהיגער און זיכערער פון ווען ער גייט יעדן טאג אין גאס ווען די לעכטיגע זוהן שיינט, ווייל יעצט כאפט איהם טאטי אן!

אז מ'רעדט מיט אידן וואס זענען/אדער גייען אריבער א שווערע תקופה אין לעבן, וועט מען הערן פון זיי די זעלבע ווערטער: כ'וואונטש נישט קיינעם וואס כ'גיי אריבער, כ'וואלט עס גערן מוותר געווען פאר די שונאים, אבער איין זאך פארקויף איך נישט פאר קיין געלט: די קירבת אלוקים וואס כ'שפיר דעם תקופה! די ליכטיגקייט אינעם פינסטער. די קלארקייט אינעם צומישעניש. די זיכערקייט אינעם פארצווייפל'טן הארץ. די אור וואס כ'שפיר ביים דאווענען, די אמת'ע נאנטקייט ביים זיך אויסוויינען צם אויבערשטן.

"ווייל דווקא ווען ס'שווער און טונקל.. שיינט דיין אור אין יעדן ווינקל..."


[align=center] 13. כי מלאכיו
[/align]

'הדרכים בחזקת סכנה'. גייענדיג אויף די שטעגן און וועגן ברויכט מען א ספעציעלן תפילה שתוליכנו ותדריכנו לשלום, דער באשעפער זאל שיקן זיינע געטרייע מלאכים זאלן אונז באגלייטן און היטן פון כל צרה שלא תבוא, פון כל איסור שבל ייראה, און מ'זאל אנקומען בשלום ובשלוה לחיים טובים ולשלום.

און שטייצעך אז אונזער פליכט איז זיך צו אפהיטן ווי מעגליך ס'שייך, און מקיים זיין דעם 'ונשמרתם', און דערצו זוכה זיין צום 'אורך ימים אשביעהו ואראהו בישועתי'.


[align=center] 14. אודה השם
[/align]

עס איז זייער שווער פאר א מענטש צו דאנקען דעם באשעפער ווי עס דארף צו זיין, ווייל ווען ער קומט דאנקען אויפ'ן עבר ליגט אינעם געדאנק אז ער גייט יעצט בעטן אויף ווייטער, ער זאל ווייטער זעהן חסדים, און דאס נעמט אוועק פונעם שלימות ההודאה. ס'מאכט אויך אויסזעהן ווי דער איד טראכט אז די חסדים ביז היינט זענען נישט גענוג.
דערפאר זאגט דוד המלך ע"ה: אודה ה' 'בכל ליבי', מיין שבח והודאה אויפן עבר איז מיט'ן גאנצן הארץ, אן קיין שום חשבונות אויף ווייטער, נאר א ריכטיגע שלימות'דיגע דאנק.

און ער לייגט צו, אספרה כל נפלאותיך. נישט נאר די גרויסע ניסים און חסדים וואס א געווענליכע מענטש כאפט התפעלות דערפון, נאר אויך די קליינטשיגע געווענליכע טעגליכע חסדים, וואס א מענטש כאפט ניטאמאל, אויך אויף דעם דאנק איך דיר באשעפער, אספרה 'כל' נפלאותיך'.

און די עיקר וואס איך דאנק איז נישט ווייל דו האסט מיר גוט געמאכט און כ'האב הנאה געהאט, נאר אשמחה ואעלצה 'בך', מיין שמחה איז מיט דיר, אז דיין נאמען איז נתקדש געווארן, 'אזמרה שמך עליון', און כ'וועל דיר ווייטער קענען דאנקען און לויבן מודיע זיין פאר'ן וועלט אז דו ביסט דער 'עליון', אונזער מעכטיגער קעניג.
(מלבי"ם)


[align=center] 15. ותתפרקון
[/align]

'סייעתא דשמיא'. צוויי ווערטער וואס באגלייטן דער איד ווי ער גייט און שטייט. דאס איז די קעפל פון יעדן בלעטל וואס א איד עפנט, דאס עפנט יעדן ריר פון א אידיש קינד, און דאס ענפט יעדע טיר פון הצלחה וברכה וואס א מענטש וואונטש זיך נאר.

דערפאר, די בעסטע ברכה וואס מ'קען נאר וואונטשן איז 'מרן דבשמיא יהא בסעדכון', און דעמאלטס ווערט מען שוין געהיטן פון אלע מרעין צרות ומרעין בישין רח"ל, וישלח ברכה והצלחה בכל מעשה ידינו.

און מיט דעם ברכה איז טאקע פאסיג מסיים זיין דעם הערליכן 'עלינו לשבח' סידי...
לעצט פארראכטן דורך נאר מיט שמחה אום מאנטאג יאנואר 17, 2022 4:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19689
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'עלינו לשבח' & 'הודאה ובקשה' - הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

משולם גרינבערגער הודאה ובקשה.jpg
משולם גרינבערגער הודאה ובקשה.jpg (47.62 KiB) געזען 3919 מאל


משולם גרינבערגער הודאה ובקשה3.jpg
משולם גרינבערגער הודאה ובקשה3.jpg (89.56 KiB) געזען 3919 מאל


משולם גרינבערגער הודאה ובקשה2.jpg
משולם גרינבערגער הודאה ובקשה2.jpg (145.72 KiB) געזען 3919 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יאנואר 17, 2022 4:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19689
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'עלינו לשבח' & 'הודאה ובקשה' - הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

משולם גרינבערגער הודאה ובקשה4.jpg
משולם גרינבערגער הודאה ובקשה4.jpg (118.94 KiB) געזען 3917 מאל


משולם גרינבערגער הודאה ובקשה6.jpg
משולם גרינבערגער הודאה ובקשה6.jpg (135.63 KiB) געזען 3917 מאל


משולם גרינבערגער הודאה ובקשה5.jpg
משולם גרינבערגער הודאה ובקשה5.jpg (112.12 KiB) געזען 3917 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יאנואר 17, 2022 4:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19689
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'עלינו לשבח' & 'הודאה ובקשה' - הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

משולם גרינבערגער הודאה ובקשה9.jpg
משולם גרינבערגער הודאה ובקשה9.jpg (122.93 KiB) געזען 3914 מאל


משולם גרינבערגער הודאה ובקשה8.jpg
משולם גרינבערגער הודאה ובקשה8.jpg (140.81 KiB) געזען 3914 מאל


משולם גרינבערגער הודאה ובקשה7.jpg
משולם גרינבערגער הודאה ובקשה7.jpg (109.48 KiB) געזען 3914 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יאנואר 17, 2022 4:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19689
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'עלינו לשבח' & 'הודאה ובקשה' - הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

משולם גרינבערגער הודאה ובקשה12.jpg
משולם גרינבערגער הודאה ובקשה12.jpg (134.49 KiB) געזען 3912 מאל


משולם גרינבערגער הודאה ובקשה11.jpg
משולם גרינבערגער הודאה ובקשה11.jpg (103.09 KiB) געזען 3912 מאל


משולם גרינבערגער הודאה ובקשה10.jpg
משולם גרינבערגער הודאה ובקשה10.jpg (114.65 KiB) געזען 3912 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יאנואר 17, 2022 4:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19689
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'עלינו לשבח' & 'הודאה ובקשה' - הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

משולם גרינבערגער הודאה ובקשה15.jpg
משולם גרינבערגער הודאה ובקשה15.jpg (105.8 KiB) געזען 3911 מאל


משולם גרינבערגער הודאה ובקשה14.jpg
משולם גרינבערגער הודאה ובקשה14.jpg (119.93 KiB) געזען 3911 מאל


משולם גרינבערגער הודאה ובקשה13.jpg
משולם גרינבערגער הודאה ובקשה13.jpg (121.54 KiB) געזען 3911 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יאנואר 17, 2022 4:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19689
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'עלינו לשבח' & 'הודאה ובקשה' - הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

משולם גרינבערגער הודאה ובקשה18.jpg
משולם גרינבערגער הודאה ובקשה18.jpg (134.08 KiB) געזען 3909 מאל


משולם גרינבערגער הודאה ובקשה17.jpg
משולם גרינבערגער הודאה ובקשה17.jpg (105.45 KiB) געזען 3909 מאל


משולם גרינבערגער הודאה ובקשה16.jpg
משולם גרינבערגער הודאה ובקשה16.jpg (94.42 KiB) געזען 3909 מאל
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג יאנואר 17, 2022 4:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19689
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'עלינו לשבח' & 'הודאה ובקשה' - הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

משולם גרינבערגער הודאה ובקשה19.jpg
משולם גרינבערגער הודאה ובקשה19.jpg (51.12 KiB) געזען 3903 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8013
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'עלינו לשבח' & 'הודאה ובקשה' - הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

[align=center] - הודאה ובקשה -
. . . . .
[/align]


[align=center] 1. ויעזור
[/align]

אלעס. יונג און אלט, טאטעס און קינדער, מענטשן און חיות, ביימער און היימער, בערג און טאלן. אלעס אינאיינעם, די גאנצע בריאה: הבו גודל לאלוקינו!
לאמיר אלע ארויסברענגען די גרויסקייט פונעם בורא, און שענקען דעם ריכטיגן כבוד פאר זיין תורה.

און דעמאלטס וועט דאך זיין אזוי גוט, דער באשעפער וועט דאך העלפן, שטיצן און היטן, די אלע וואס שיצן זיך אין זיינע ארעמעס, ויעזור ויגן ויושיע לכל החוסים בו ונאמר אמן!


[align=center] 2. השמיענו
[/align]

דרייט זיך דער איד'ל פארצווייפלט, ער הייבט אויף די אויגן מיט א הייסע תחינה צום בוכ"ע, איך וויל שוין ווען די זוהן מיט איהרע סאלדאטן טרייבן אוועק דעם פינסטערניש, און זענען מבשר פאר'ן וועלט אז ס'שוין טאג. טאטע זיסער, השמיענו בבוקר חסדך. כי בך בטחתי, נאר דו קענסט מיר העלפן, אוי ווען וועט שוין זיין לעכטיג...

און א טרער לייגט ער צו, נעם מיר ארויס פונעם טונקעלן הייל, הודיענו דרך זו אלך, ווייז מירדעם ריכטיגן וועג אנצוקומען צו דיר, דיר דינען ווי ס'דארף צו זיין. כ'זאל נישט פאלן פון די שווער שטיינער און שטרויכלונגען וואס צושטערן דעם גלאטן וועג.

כי אליך נשאתי נפשי, מיין נפש הייבט זיך אינגאנצן פון מיין זעהל, ער ווערט העכער פון די פחדים און מענטשליכע געדאנקען, און טראכט נאר פון דיר כל יכול, אז דו און נאר דו קענסט מיר העלפן, און וועסט מיר העלפן.


[align=center] 3. עוד אביכם חי
[/align]

כלל ישראל'ס האנט איז שוואך און ליידיג, אזלת ידינו, עס שפירט זיך ווי די כוחות לאזן זיך אויס פון דורכטראגן דעם שווערן גלות יאך. תש כוחינו, אונז האמיר נישט די כוחות אויסהאלטן דעם בראך, עס זעהט אויס ווי ס'איז עק וועלט. נישטא וואס צו טוהן, נישטא וואו צו אנטלויפן.

און דאן קומט פלוצלינג אן די גוטע בשורה, אידעלעך! עוד אביכם חי!! דער טאטע לעבט. דער בורא כל עולמים לעבט אויף נאך די שכינתא בגלותא יארן.

און איבעראלעם גייען מיר אננערקענען אז עוד אביכם חי, די אלע טונקעלע יארן ווען אונז האמיר איהם נישט געזעהן, האט ער זיך נאר באהאלטן, אבער ער האט געלעבט מיט אונז, מיטגעהאלטן טריט און שריט, געוויינט מיט אונז אינאיינעם, און געהאלפן אדורכשווימען די שווערע כאוואליעס.


[align=center] 4. יהי השם
[/align]

אונזערע זיידעס און עלטער זיידעס עד סוף כל הדורות זענען דאך אריבער אזויפיל, ברוחני ובגשמי. וויפל צרות און ביטערע גזירות האבן זיי שוין מיטגעמאכט, פונעם גלות מצרים ביז'ן ביטערן קרוג און אלעס אינדערמיט. וויפל שטיקער זענען שוין געריסן געווארן פון די אידישע קינדער דורכאויס אלע יארן, בגוף ובנפש. אומצאליגע בלעטעלעך זענען געפאלן פון בוים און געפלויגן פאשען ביי פרעמדע פעלדער ה"י.

און דאך, זענען אונזערע עלטערן געבליבן שטארק ברוח ובגשם, זיך געהאלטן פעלזן שטארק מיט אמונה און ביטחון, נישט אפגעלאזט דער בורא מיט זיין תורה טראץ די ביטערע ניסיונות. און מ'זעהט בחוש ווי דער באשעפער האט זיי באגלייט טריט און שריט עד היום הזה, און אדאנק דעם באשעפער'ס הילף פאר אונזערע עלטערן זענען מיר היינט דא, ואתם הדבקים בה' אלוקיכם חיים כולכם היום.

בעטן מיר פאר'ן באשעפער, זיי אויך מיט אונז קינדער, פונקט ווי דו ביסט געווען מיט אונזערע אבות. פארלאז אונז נישט קיינמאל. העלף אונז זאלן דיר קענען דינען מיט'ן גאנצן הארץ, גיין אין די ריכטיגע וועגן, און היטן דיין תורה ומצוות.


[align=center] 5. שמח תשמח
[/align]

ווען א חתן כלה בויען א שטוב למז"ט, שפראצט ארויס די שמחה פון אלע הערצער און פארשפרייטן זיך אין אלע עולמות. אבער דאך שפירט זיך דעם געוואלדיגן חיסרון אז די שמחה איז נישט בשלימות. די עיקר פעלט. די שכינה מיט'ן כנסת ישראל זענען דאך אפגעטיילט... ווען וועט שוין זיין זייער חתונה, ווען ווען זיי בויען א שטוב. די געפילן צושטערן די שלימות השמחה ווי דאס צובראכן גלעזן אונטערן חופה.

בעט מען דעם ריבוש"ע, ווען וועסטו שוין אונז דעפרייען, כשמחך יצירך בגן עדן מקדם. ווי דארט איז די שמחה געווען בשלימות, ווען כביכול אליינס האט זיי אונטערגעפירט און די גאנצע פמליא של מעלה האט מיטגעהאלטן די שמחה.
און מ'בעט דער באשעפער זאל אויך יעצט אונטערפירן אונזער חתן כלה, און דעמאלטס ווען זיין אלע ברכות ביים נייעם דירה, ווי רש"י זאגט 'זה ברכה לחתן וכלה שיצליחו בשמחה ובטוב לבב...'


[align=center] 6. יקום פורקן
[/align]

דער קליינער פרינץ וויל צוטערטן צום קעניג בעטן זיינע בקשות, אבער די שרים און קנעכט ארום און ארום צושטערן זיינע פלענער, זיי לאזן נישט דעם קעניג ממלא זיין זיינע פארלאנגען, מיט טענות און מענות אז ער איז דאס נישט ווערד, ס'קאסט צו סאך וכו'.

וואס מאכט דער קינד אין אזא פאל. ער שטעלט זיך נעבן קעניג, און ער נעמט זיך רעדן מאמע לשון.. די שפראך וואס נאר די טאטע און קינד פארשטייען, און דאן זאגט ער אין קורצן די ליסט פון זיינע הארציגע בקשות, ער לייגט ארויס די גאנצע פעקל פון זיין הארץ, און פאר ווען די קנעכט ארום כאפן וואס גייט פאר האט ער שוין באקומען דעם אקעי פונעם טאטן..

דאס איז די געוואלדיגע הייליגע תפילה פון יקום פורקן, ווי מ'רעדט מיטן באשעפער אין אראמיש, א שפראך וואס די מלאכים פארשטייען נישט, און קענען נישט ח"ו מקטרג זיין. און אויך נישט מקנא זיין אויף די אייגנארטיגע שפראך ציווישן אונז אידעלעך מיטן טאטן, א זאך וואס זיי האבן נישט...

און דא רעכנט מען אויס די גאנצע ליסטע, פורקן: די גאולה.. חינא חיסדא רחמי וכו'... אלס וואס א אידיש הארץ וואונטשט זיך... ונאמר אמן!..


[align=center] 7. א רקידה'לע
[/align]

אונז אידן ווייסן דעם געוואלדיגן ענין פון דינען דעם באשעפער מתוך שמחה. מ'דאוונט, בשמחה. מ'לערנט, נאר מיט שמחה.. יעדן ריר און ריר איז מיט א פרישקייט און שמחה, וואס דאס ווייזט ארויס אונזער ליבשאפט צום באשעפער, אז מיר פרייען זיך מיטן איהם דינען, און מיר זענען נישט געצוואונגען דערצו.

און ס'נישט אזוי שווער צו ווערן בשמחה. מ'טראכט נאר א טראפ'עלע ווי גוט דער באשעפער איז צו אונז. כי טוב ה' לעולם חסדו, און ווי ער האט אונז באגלייט בכל דור ודור אמונתו.. ווערט גלייך דער עבדו את ה' בשמחה, און מ'כאפט א רקידה'לע...

אידעלעך, מאכט'ס א לחיים.. כאפט א טענצעלע, הייבט זיך מיט א רקידה'לע.. ווייל נאר מיט שמחה תצאון פון אלע צרות אמן..


[align=center] 8. מרחוק
[/align]

טאטע איך ווייס אז דו ביסט נאנט צו מיר אזוי, אוי.. פון בענקשאפט א טרערלע רינט... איי איי איי.. א ניגון וואס זינגט מער ווי טויזנט ווערטער...

אפי' מרחוק ה' נראה לי. כאטש ס'קען זיך דאכטן אז דער באשעפער איז ווייט פן מיר. ער טראכט נישט פון מיר. פארוואס זאל ער דען קלערן פון מיר, קליינטשיגער נארישער אידעלע, נאך וואס כ'האב זיך אזוי דערווייטערט פון איהם.

אבער כ'ווייס אז אהבת עולם אהבתיך, כמים הפנים לפנים, דער באשעפער שטייט נעבן מיר און נעמט מיר ארום מיט א אויסנאמע ליבשאפט, ווי א טאטע צו זיין בן יחיד, קיין חילוק וואס כ'בין און ווי כ'קוק אויס... ער זעהט און שפירט אלעס וואס כ'גיי אריבער. ער האלט מיט אלעס וואס איך מאך מיט. ווייל איך ווייס און שפיר, אז דו ביסט נאנט צו מיר אזוי...


[align=center] 9. הודאה ובקשה
[/align]

ווען מ'שטעלט זיך שמו"ע פארן טאטן אין הימל, מ'וויל זיך אויסגיסן די הארץ, ווייסט מען אז די ערטשע זאך און די לעצטע זאך איז דאנקען.. מיטן דאנק עפנט זיך די שאנק: אלע טויערן, און מ'קען בעטן וואס מ'וויל.

ווען מ'זינגט הלל פארן בורא, דאנקט מען און לויבט מען איהם, הודו לה' כי טוב! און דאן ווען די שערים ווערן אפן ברייט קען מען זיך אויסבעטן און שרייען 'אנא ה' הושיעה נא'.

און מ'בעט פאר'ן בורא, חסדי ה', באווייז מיר דיינע חסדים, אזכיר תהילות ה', כ'זאל דיר ווייטער קענען דאנקען נאך און נאך, כעל כל אשר גמלנו ה'.


[align=center] 10. יהי רצון
[/align]

די וועלט איז פול מיט טאלאנט, יעדער מענטש פארמאגט זיין אייגנארטיגע טאלאנט וואס ער געבט צו פארן וועלט'ל. יעדער האט זיין פליכט וואס אין דעם איז ער געלונגען און מיט דעם איז איהם באשערט זיך פלאגן אויפן וועלט...

בעטן מיר פונעם בורא א הייסע תפילה, אונזער אומנות, אונזער טאלאנט, זאל זיין אין דיין הייליגע תורה. מיר זאלן זיך פלאגן אין די הוויות אביי ורבא, און דארט זאלן מיר באווייזן אונזער טאלאנט. מ'זאל זיך נישט דארפן שעמען פאר אונזערע אבות, פאר אונזערע עלטערן, און פאר אונז אליין...

די תפילה בעט מען ביים מסיים זיין א מסכתא, און מ'לייגט צו א הייסע תפילה אז אלע תנאים און אמוראים, רש"י הק' און אלע ראשונים, וואס האבן מיטגעהאלטן ווי מ'לערנט זייערע מימראות, זיי האבן געשעפשעט זייערע ליפן מיט שמחה און פרייד, זאלן זיי ווייטער שעפשען פאר אונז א הייסע תפילה, און שטיין פאר אונז בזה ובבא מיט אלע ישועות.


[align=center] 11. אין גדולה
[/align]

ווען איינער מאכט נעבעך מיט, רעדט מען זיך אויס מיט'ן גרויסן באשעפער, באוויינט זיין שווער'ן מצב, און בעט דעם באשעפער זאל איהם ראטעווען פון זיינע גרויסע צרות
זאגן צדיקים, אידעלע טראכט נאר אריין, אנשטאט זאלסט'עך אויסוויינען פארן באשעפער און איהם פארציילן ווי גרויס זענען דיינע צרות, טראכט אריין מיט וועם רעדסטו, דו שמועסט זיך דאך אויס מיט'ן רחמנות'יגן פאטער, וואס איז נישטא א רחמנות ווי זיינס, ער איז דאך דער אב הרחמים, דער שפיץ פון רחמנות. און ער קען דאך אלעס טוהן, נישטא ווי זיין גרויסקייט.

נו, פארצייל נאר פאר דיינע צרות איבער דעם גרויסן באשעפער, וואס האט רחמנות אויף אונז אן א שיעור, און קען אונז ארויסנעמען פון יעדן שווערן מצב... וועסטו אפשר איינזעהן אז דיינע צרות זענען נישט אזוי גרויס.. און דאס אליין וועט ברענגען דיין ישועה.


[align=center] 12. ובמקהלות
[/align]

יעדער איד, אין וועלעכען מצב ער געפינט זיך נאר, איז מחוייב צו לויבן דעם בוכ"ע. נישט נאר די מלאכים אין הימל זאגן שירה, און אפי' נישט נאר בפי ישרים ובשפתי צדיקים... נאר ובמקהלות רבבות עמך.. די פשוט'ע עמך אידן... מיט זייער לויב און געזאנג באשיינט מען דעם גרויסן בורא, און פון אונזערע הודאה ווערט א קרוין פארן באשעפער, און זיין נאמען ווערט מקודש אויפן וועלט.

ווייל דאס איז אונזער פליכט, לויבן און דאנקען נאכאמאל און נאכאמאל, אין אלע לשונות של הודאה, עד שיבלו שפתותינו מלומר די.


[align=center] 13. אגיל ואשמח
[/align]

שמחת תורה אויפן וועלט. כלל ישראל פריידט זיך מיטן הייליגן תורה. ב"ה אריבער נאך א יאר וואס מ'האט יעדן וואך געליינט אינעם תורה, א יאר וואס כלל ישראל איז ווידער געווארן איינס מיטן תורה, און דערמיט געווארן חד מיט'ן קודשא בריך הוא.

די שמחה אין דעם גרויסן טאג קען מען נישט באשרייבן, כי היא לנו עוז ואורה. מ'טאנצט און מ'שפרינגט אויפן געאוולדיגן זכיה אז דער אויבערשטער האט אונז אויסגעוועהלט צו זיין זיין פאלק, און לערנען דעם הייליגן תורה.

און דאס זעלביגע שפירט מען בשעת א הכנסת ספר תורה, ווען מ'ברענגט אריין נאך א תורה אין בית מדרש, און מ'ווייזט ארויס די שמחה אז לא תשכח מפי זרעו, ב"ה אין אונזער דור שרייבט מען און מ'לערנט אינעם זעלבן תורה וואס משה רבינו האט באקומען פונעם ריבוש"ע. זאת התורה לא תהא מוחלפת.


[align=center] 14. נעימה
[/align]

א שיינע מוזיקאלישע נעימה, לעריבות האוזן.

אינטרעסאנט צו אנמערקן אז לכאו' האט דאס ר' משולם געמאכט גאר יונג, דאס ליגט דאך אויפ'ן זעלבן אלבום פון זיין ערטשע ניגון 'נודה לך'.. די מוזיקאלישע שטערן האט אויפגעשיינט גאנץ פריה..


[align=center] 15. אשירה ואזמרה
[/align]

כל זמן שהנשמה בקרבי מודה אני.. און מיט דעם אליינס וואס איך עקזיסטיר, דאס אליינס ווי כ'זעה אויס, דער 'בעודי' אליין זינגט פארן בורא שירה, כל עצמותי תאמרנה ה' מי כמוך. עס שרייט ארויס די חסדים וואס דער באשעפער האט געמאכט מיט אונז מעודי.

ווייל אן איהם וואלט מען גארנישט געקענט, עד היום האט ער אונז אנעכאפט ביים האנט און אינטערגעהאלטן, און געשאנקען לעבן מיטן געוואליגע חסדים, ועל הכל אנחנו מודים לך.


[align=center] 16. ישראל המחכים
[/align]

שוין אריבער כמעט צוויי טויזנט יאר אינעם ביטערן גלות, און נאכאלץ וואס ווילן מיר, וואס איז אונזער איינציגסטע שטרעבן: צמאה נפשי אל קל חי, מתי אבוא ואראה פני אלוקים.

כאטש מיר לעבן אינעם עולם השפע, ס'דא פון אלעם גוטן אשר לא ראו אבותינו.. די גשמיות היינט צוטאגס איז אויפ'ן העכסטן סטאנדארט, יעדן טאג קומט פרישע זאכן. עם כל זה אחכה לו בכל יום שיבא, די אידעלע טרעפט זיך נישט זיין ארט.

ווייל מ'וויל שוין זיין מיטן קעניג אליין אין אונזער פאלאץ, מ'וויל שוין זיצן אויפן טאטנ'ס שויס. אין לנו חפץ טוב בעולם אלא אתה. אך לאלוקים דומו נפשי.

אין דעם חשכות'דיגן גלות, זעהט מען די תשוקה פון כלל ישראל צו דינען דעם בורא, און דאס וועט אוודאי ברענגען אז מיר זאלן בקרוב טאקע שוין זוכה זיין צום גאולה השלימה בב"א.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4324
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'עלינו לשבח' & 'הודאה ובקשה' - הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

WOW WOW WOW!!!!!!
יעצט קען איך שוין טוישן די ניגונים אין מיין אוטא.
איך מאך נישט קיין ווערטל. ביז אטא די מינוט לויפט נאך די תשרי סידיס אין מיין אוטא.
איצטער גייט מען עס ריפלעיסן מיט די שפאגן נייע סחורה.

קאמטארן, קריטיג און פידבעק וועט נאכפאלגן.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8278
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'עלינו לשבח' & 'הודאה ובקשה' - הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אנבעליוועבל!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36786
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'עלינו לשבח' & 'הודאה ובקשה' - הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אומאפשטעלבאר!
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
גג על גג
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2021 10:04 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'עלינו לשבח' & 'הודאה ובקשה' - הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גג על גג »

א גרויסן ריזיגע שכח פאר אלע ניקס וואס האבען שווער געארבעט פאר אזא הערליכע פראיעקט!!!
אוועטאר
באסעלע
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 09, 2021 4:25 pm

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'עלינו לשבח' & 'הודאה ובקשה' - הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באסעלע »

נישטא די ווערטער, אייוועלט נעקסט לעוועל, 20 17 15
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

Re: אייוועלט פרעזענטירט: 'עלינו לשבח' & 'הודאה ובקשה' - הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

מיינע פינגער טרייסלען נאך פאר געלעכעטר פון נמ"ש'ס אריינפיר אין דעם אשכול

נישטא קיין ווערטער!!!!!!!!!

אלף תודות לכם!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
שרייב תגובה

צוריק צו “אייוועלט פרעזענטירט”