עס טוט זיך הימל און ערד איבער "ראש השנה אין אומאן" דעם קומענדיגן ראש השנה שנת תשפ"ג הבעל"ט.
די לעצטער פאר יאר רעדט מען מען פון ר"ה אין אומאן "לאור המצב", דאס יאר ווען עס גייט אן די מלחמה אין אוקראינע איז ריכטיג די שאלה צי מענטשן וועלן פארן ווי געווענליך אדער זיך צוריקהאלטן.
פון איין זייט הערט מען אז אין די געגענט פון אומאן איז מער ווייניגער רואיג, פון די צווייטע זייט קען מען קיינמאל נישט וויסן, גענוי ווי עטליכע וואכן צוריק ווען די רוסן האבן אטאקירט ממש נאענט צום שטאט אומאן.
איז די פראגע וואס איז אייער שאצונג גייט ראש השנה היי יאר זיין ווי געווענליך מיט צענדליגער טויזנטער מענטשן אדער מענשטן גייען זיך אפהאלטן פון פארן?
נישט ריכטיג. זיכער אז עס זענען געווען בעלי מסירות נפש וועלכע זענען געפארן אין די שווערסטע צייטן. דאס באדייט אבער נישט אז עס זענען נישט געווען 'אמת'ע חסידים' אויסער זיי.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
נישט ריכטיג. זיכער אז עס זענען געווען בעלי מסירות נפש וועלכע זענען געפארן אין די שווערסטע צייטן. דאס באדייט אבער נישט אז עס זענען נישט געווען 'אמת'ע חסידים' אויסער זיי.
יעדער אמת'ע חסיד האטפרובירטצופארן אין אלע שווערע "מסוכנדיגע" אומשטענדען נישט יעדער האט בפועל געקענט אבער יעצט קען לכאורה יעדער
נישט ריכטיג. זיכער אז עס זענען געווען בעלי מסירות נפש וועלכע זענען געפארן אין די שווערסטע צייטן. דאס באדייט אבער נישט אז עס זענען נישט געווען 'אמת'ע חסידים' אויסער זיי.
מ'האט שוין געזען ביי קאוויד אז מענטשן האבן גענומען אויף זיך שטארקע ריסקס, זיך פארשטעלט/געשווערצט. מסתמה גייען זיין אסאך מענטשן פארן נאר כדי אויפצוווייזן אז זיי זענען א עכטע חסיד. איך האלט אז זיי זענען לאו אין קאנפידענץ אין האבן מורא די עולם גייט חוזק מאכן פארוואס זיי האבן נישט געפארן.
פארשטייט זיך אז ווייניגער וואלט געמיינט אז ס'איז ניכר אז ס'איז ווייניגער, אויב גייען צענדליגער טויזנטער מענטשן כרגיל גייט עס בכלל נישט זיין ניכר אז עטליכע הונדערט האבן זיך צוריקגעהאלטן.
שוין געשריבן בעבר, מיין אפיניון וועט נישט זיין מער ווי 15 20 טויזענט אידן און אפשר אפילו ווייניגער ווי דעס.
וויפיל אידן זענען דען געווען ביי די גרעניצן אין קאראנא יאר? עטליכע טויזענט, און מעקסימום 5 טויזענט אין אומאן, לויט געוויסע נאר 3 טויזענט.
מ'דארף נעמען אין חשבון אז פון די איבער 50 טויזענט אידן וואס פארן יערליך אויף אומאן, זענען רוב נישט קיין ברסלב'ע חסידים. א. זייער אסאך קומען נאר פאר איין מאל ווייל פארוואס זאל מען נישט טון איינמאל אין לעבן א זאך וואס א צדיק האט געהייסן זיינע חסידים טון, וואס אפילו ער איז נישט א חסיד, וויל ער דאך האבן די תיקונים וואס רבי נחמן האט צוגעזאגט ספעציעל אויף ראש השנה. ב. אסאך קומען ווייל זייער שכן / חבר / ברודער / שוואגער פארן, און ס'ציעט זיי עפעס אויך צו פארן. ג. געוויסע קומען ווייל זיי האבן זיך אנגעהערט צו עפעס א ברסלב'ע חבורה אין זייערע אינגע יארן, און פון דאן האבן זיי זיך שוין צוגעוואוינט אז ראש השנה איז מען אין אומאן. ד. אסאך קומען פון ברסלב'ע משפחות, וואס הגם זיי האבן שוין נישט קיין שייכות צו ברסלב, אבער דאס איז זיי פארבליבן ווי א משפחה מסורה. ה. א גרויסע עולם זענען ליידער אונזערע פרייע ברידער, וואס קומען אויף אומאן פון ארץ ישראל וואו עס זענען דא גרויסע רעקלאמעס איבער די גרויסקייט פון פארן צו אומאן אויף ראש השנה, און עפעס וועקט זיך אויף ביי זיי, און זיי ווילן אינעם יום הדין מיטהאלטן עפעס העכערס, זיי ווייסן קוים וויאזוי א ראש השנה קוקט אויס, און וואס מ'טוט ראש השנה. פון דיע זענען דא זייער אסאך וואס ווערן טאקע בעלי תשובה גמורים, א טייל בלייבן ברסלב'ע, און א טייל ווערן סתם אזוי בעלי תשובה. אבער עס זענען דא וואס טוען דאס איין יאר אדער צוויי און דארט ענדיגט זיך עס. די אלע וועלן מסתמא אזא יאר נישט פארן.
זייער אסאך פון די וואס פארן יא אזא יאר, וועלן נישט מיטנעמען קיין קינדער וואס מאכט אויך אויס א גרויסע נומבער. עס וועט זיכער זיין דאס יאר אפילו וואס זענען ברסלב'ער חסידים, וועלן אויך מורא האבן צו קומען. פון די גרויסע קהילות הערט מען שוין פון עטליכע וואס ווילן זיך פלאצירן צו מאכן א קיבוץ אין אנדערע מקומות ווי מירון וכדו'. כמובן זיי שפירן נישט אז זיי קענען נעמען די אחריות פון א ציבור. אוודאי וועט זיין אסאך יחידים פון די קהילות וואס וועלן פארן אליינס, אבער א גרויסע ציבור פון די קהילות וועלן נישט קומען.
נעמענדיג די אלע זאכן אין חשבון, האב איך געשריבן מיין אפיניון.
מפתח הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו... (איל משולש להגר''א מווילנא)