הלכות איבערבעטן

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע:office

הלכות איבערבעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

איך האב פאר 5 יאר צוריק פארשעמט איינעם אזוי ווי עס דארף צו זיין (אזוי געמיינט דעמאלטס).
מווערט דאך נאר עלטער איז מיר עס דריקט מיר שוין א לענגערע וויילע אז עס איז שוין צייט איך מיז יענעם מפייס זיין זאל עס קאסטן וויפיל עס קאסט.
אבער איז מיין שאלה יעצט אזוי.
עס פארגעקומען ברבים- צו עס איז דא פאר דעים א עקסטערע דין וויאזוי מדארף דאס פארעכטן????
צווייטענס עס איז דא א עקסטערע 90 פארצענט טשאנס עס זאל עהם באדערן בשעתן איבערבעטן וויבאלד עס איז געווען איבער א פרעזענדליכע אומהעלפבאר נושא.
סאו דארף מען עהם נאך אלס איבערבעטן אפילו דאס קען עהם נאכמאל ווייטאגען???
..
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע:דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

שטייגען האט געשריבן: איך האב פאר 5 יאר צוריק פארשעמט איינעם אזוי ווי עס דארף צו זיין (אזוי געמיינט דעמאלטס).
מווערט דאך נאר עלטער איז מיר עס דריקט מיר שוין א לענגערע וויילע אז עס איז שוין צייט איך מיז יענעם מפייס זיין זאל עס קאסטן וויפיל עס קאסט.
אבער איז מיין שאלה יעצט אזוי.
עס פארגעקומען ברבים- צו עס איז דא פאר דעים א עקסטערע דין וויאזוי מדארף דאס פארעכטן????
צווייטענס עס איז דא א עקסטערע 90 פארצענט טשאנס עס זאל עהם באדערן בשעתן איבערבעטן וויבאלד עס איז געווען איבער א פרעזענדליכע אומהעלפבאר נושא.
סאו דארף מען עהם נאך אלס איבערבעטן אפילו דאס קען עהם נאכמאל ווייטאגען???

איך וואלט געזאגט איר זאלט פרעגן א דיין, קענסט פרעגן אויפן טעלעפאון דער דיין מיז נישט וויסן ווער עס קאלט
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע:office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

איך וויס נישט צו איהר ווייסט אבער ברוך השם דא דרייען זיך ארום א שיינע קובצה דיינים.
..
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

א וויכטיגע שאלה
dovidal
שר עשרת אלפים
תגובות: 10145
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

עס איז דא א אינגירמאן וואס קען פראבירען בחנם= ער האט שוין מערערע מצליח געווען
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

עס איז דא א קבלה פון ר' ישראל סאלאנטער
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=880&pgnum=282
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=118
דער פסקי תשובה ברענגט די צוויי אין הלכות יום כיפור, רב הוטנער האט אויך ערגעץ א לאנגע שמועס וועגען די קבלה
בפועל כבר דיברתי כמה פעמים עם מורי הוראה בנוגע שאלות כזו, וקשה לקבוע כללים בזה העניינים, אבל בדרך כלל נוטים, נישט צו זאגען, נאר פרעגען בכלליות,
די סיבה עס איז כדאי צו פרעגען א מורה הוראה, ווייל דן זיין די מציאות לאשורו, קען נאר א קלוגע מענטש, נישט קיין נוגע, ודו"ק
למה זה תשאל לשמי...
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

און וואס איז די ריכטיגע תשובה צו די צווייטע העלפט פון די שאלה, אויב איז דא אשאנס אז ס'וועט עם היבש באדערן אויפוועקנדיג קאשמארע זכרונות, צו איז דא א עצה\חיוב צו מפייס זיין?, און אויב יא, וויאזוי?
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

יהיה כן האט געשריבן: און וואס איז די ריכטיגע תשובה צו די צווייטע העלפט פון די שאלה, אויב איז דא אשאנס אז ס'וועט עם היבש באדערן אויפוועקנדיג קאשמארע זכרונות, צו איז דא א עצה\חיוב צו מפייס זיין?, און אויב יא, וויאזוי?

די עיקר פון די צוויי תשובות איז בנוגע די צווייטע
אויב איז נישט די צווייטע די שאלה, איז בדרך כלל דער ערשטער מחוייב צו זיין ברבים
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=35
עיין פסוק ח'
למה זה תשאל לשמי...
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

לכאורה איז עס נישט גלייך צו די קבלה פון רבי ישראל סאלאנטער זי"ע, ער רעדט ווען יענער ווייסט נישט דערפון נאר מ'דארף עם מודיע זיין, אבער ווען יענער ווייסט דערפון ער האט עם מבזה געווען בפניו, מאן יימר ער וועט יעצט האבן בושה? אפשר ווארט ער גאר אויף בקשת מחילה? ס'מעגליך א די נגיעה פונעם מבזה ברענגט עם צו קלערן אז יענער וועט יעצט ביים איבערבעטן האבן בושות, אבער באמת נישט.

דעס איז נאר גערעדט, אבער מקיים זיין למעשה איז עס זייער א שווערע זאך.

כ'קלער אפשר זאלסט עם קודם שיקן א בריוו מיט גראמען ארויסברענעגן דיינע שולד געפילן און ס'זאל זיין אריינגעפלאכטן דערין אביסל הומאר און אביסל א פארענטפערונג (ווי נאריש און קינדיש ביסט געווען דאן), לאז איבער דיין פאון נאמבער אדער אימעיל. און מיט דעם וועסט האבן געמאכט א גוטע "פתח לו", מעגליך ער וועט דיך צוריקרופן מוחל זיין, איז דאך קעיס קלאוזד. און מעגליך ער וועט איגנארירן, דאן שיקן עם א טקסט אויב ער האט ערהאלטן דיין בריוו, און נעם עס ווייטער פון דארט.......
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
פשטא
שר האלפיים
תגובות: 2651
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 13, 2020 11:14 am
לאקאציע:אויפן Logi קיבאורד

Re: הלכות איבערבעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטא »

האמיר לכ' יום כיפור אזא שאלה:

בין אדם למקום גייט עס אז אויב ראובן האט געטשעפט שמעונ'ן, ליגט א חוב אויף ראובן צו בעטן מחילה פון שמעון.

וואס טוטזיך אבער, אויב ראובן האט אמאל עפעס געטוהן פאר שמעון, און ער האלט אז פאר שמעון איז עס בכלל נישט געווען קיין טשעפע, א.ד.ג. - למעשה שמעון שפאצירט ארום ערנסט אנגעווייטאגט אויף ראובן.

איז ליגט א חוב פאר שמעון עפעס צו לאזן הערן פאר ראובן אז ער האט א שווער הארץ אויפן איהם?
סיג לחכמה שתיקה (משנה אבות ג יג) - אבער נישט אייביג קען איך מיך איינהאלטן.
אוועטאר
אלישמע
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 12:44 pm

Re: הלכות איבערבעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלישמע »

דאכטצעך אז ר' ישראל סאלאנטער האט נישט געוואלט גיבן קיין הסכמה פאר שמירת הלשון פונעם חפץ חיים וועגן די שאלה פון איבערבעטן ווען יענער וויייסט נישט
ס'איז א מחלוקת אחרונים
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: הלכות איבערבעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

פשטא האט געשריבן:
האמיר לכ' יום כיפור אזא שאלה:

בין אדם למקום גייט עס אז אויב ראובן האט געטשעפט שמעונ'ן, ליגט א חוב אויף ראובן צו בעטן מחילה פון שמעון.

וואס טוטזיך אבער, אויב ראובן האט אמאל עפעס געטוהן פאר שמעון, און ער האלט אז פאר שמעון איז עס בכלל נישט געווען קיין טשעפע, א.ד.ג. - למעשה שמעון שפאצירט ארום ערנסט אנגעווייטאגט אויף ראובן.

איז ליגט א חוב פאר שמעון עפעס צו לאזן הערן פאר ראובן אז ער האט א שווער הארץ אויפן איהם?
מסתבר אז יא. לא תשנא את אחיך בלבבך.
בד"כ מיט א תפילה פאר דעם, קומט מען זיך גאנץ שנעל אויס, מ'זעט אז מ'האט געמאכט א טעות.
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”