סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

אחראי: יאנאש

אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18071
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

פיין געזאגט.. כל החכמה כולה על רגל אחת....
חוח בין השושנים האט געשריבן:
עס איז איבערמארגן אין אמעריקע
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3398
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

:lol::lol::lol::lol:

שטארק הנאה געהאט, ייש''כ.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

פעיק ניוז האט געשריבן: גראדע האב איך שוין לאנג די קשיא. פארוואס זענען דא אזאנע וואס אויף איין זייט טראסטן זיי נישט קיינעם, אבער אויף דער אנדערער זייט טראסטן זיי יעדן האלבן מענטש וואס זאגט אז 'זאכן זענען געפערליך'. זענען זיי סקעפטיקע אדער גלויביגע?
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

יואל שרייבער האט געשריבן:
שבח ארואל האט געשריבן: דא האסטו די הויפט אנטי וועקסערס באבי קענעדי דעל ביקטערי זיי האלטן נישט אז דאקטוירעם ווילן הארגענען, זיי האלטן אז דאקטוירעם פארלאזען זיך אויף די CDC/FDA און רוב ארבעטער פון די CDC/FDA זענען געווענע ארבעטער פאר גרויסע פארמיסיוריקעל קאמפעניעס.


די טענה מאכט סענס אויף געוויסע פלעצער, אבער מען קען נישט גלייבן צב''ש אז די קאוויד וואקסין איז שעדליכער ווי קאוויד, סיידן מען גלייבט אז עס איז דא א ריזיגע קאוועראפ אין וואס צענדליגער טויזענטער מענטשן איבער די וועלט זענען פארמישט.

איך האב נישט אויף די מינוט אזויפיל געדולד צו די נושא, וועל איך נאר מעתיק זיין וואס כ'האב שוין אמאל געשריבן (אין קאנטעקסט איז עס קלארער)
Who knows האט געשריבן:
יוד האט געשריבן: בס"ד

( איבריג ציזאגען אז אויב שאצט מען אין מ'זעט אז יא די וועקסינען מענשטען שטארבען מער ווי פאר'ן נעמען די וועקסין דארפ'מענ'ס קלאר וויסען, אין פארגלייכען די נאמבערס אין שוקל זיין זיין איבער דעם,אין נעמען אין קאסידירעשע"ן ביים רעדען צום דאקטאר צי ביים פרעגען דעת תורה. אבער צי ס'ראטעוועט מער ווי ס'הרג'ט איז בכלל א שאלה??איך מיין אז דאס קען אויכעט (יעדער) כמעט יעדער מודה זיין זיין אז מ'רעט נישט פון אזא מאסען קאווער-אפ אין די רפואה פונ'ם וועקסין איז אסאך אסאך א העכערע מעגליכקייט ווי די פארקערטע!)

איך בין מסכים אז לויט ווי עס זעהט אויס זענען פון די וואקסין געשטארבן ווייניגער מענטשן ווי עס זענען געשטארבן ווי קאוויד, אבער נישט דאס איז די נקודת הדיון, די שאלה איז צו די וואקסין גייט מכאן ואילך ראטעווען מער מענטשן פון קאוויד ווי דאס שאדט, און דאס איז בכלל נישט זיכער, סיי צוליב די פרישע סטרעינס וואס די וואקסין איז גאנץ קנאפ עפעקטיוו (יא! אויך ווען עס קומט צו האספאטאליזאציעס און טויט פעלער ווי צוגעצייכנט די דעטע פריער), און סיי ווייל די וואקסין אימיוניטי האלט נישט אן צולאנג ממילא וועט מען כסדר דארפן האבן בוסטערס, סאו די שאלה איז צו עס איז מער ווי די טויט פעלער פון קאוויד אין די האלבע יאר/יאר, די אלע זאכן צוזאמען מאכן אן ערענסטע ספק צו עס איז טאקע ווערט
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

לכאורה האט געשריבן: געוואלדאוונע! גיי אן!

כ'האב פונקט נעכטן געקוקט א קליפ וואס איינער האט ארויפגעשטעלט ביי די אינטערעסאנטע קליפס אשכול מיט א האלב יאר צוריק בערך. א פאליציאנט שטעלט אפ א מיטליעריגער ווייסער גוי, און בעט זיך ביי יענעם במשך צען גאנצע מינוט אז ער זאל אים צייגן זיין לייסענס און אינשורענס. דער יעניגער איז אבער קלוגער, ער לאזט זיך נישט פון די באנדיטן וואס ווילן איבערנעמען די וועלט... ער גוגעלט אויפ'ן קלוגן טעלעפאן בשעת מעשה וואס פונקטליך ער דארף יעצט פרעגן און ענטפערן, און בשעת מיט איין האנט סקראולט ער אינעם טונקעלן טייל פונעם געוועב און זאגט איבער האלבע לאזונגען וואס גיסן זיך איבער מיט חכמה און פיקחות, האלט ער מיט די אנדערע האנט אן אנדערע טעלעפאן מיט א קאמערע צו אויפכאפן דעם גאנצן אינצידענט - א זאך וואס וועט אים מאכן א העלד אין די אויגן פון זיין קאמיוניטי.

דער אפיציר - צו זיין קרעדיט - פארלירט זיך נישט, שרייט נישט, שעלט נישט, נאר זאגט אים איבער איינמאל און נאכאמאל אז ער האט אים געזעצליך אפגעשטעלט, נאכדעם וואס יענער האט נישט גענוצט די זיץ-גארטלעך אפילו שוין נאכדעם וואס דער אפיציר האט אים אפגעשטעלט, און אז דאס געזעץ פארלאנגט אז ער זאל אים פראדוצירן די לייסענס און אינשורענס, און אנדערש קען ער גיין יושב'ן פאר'ן שטערן א פאליציאנטן פון אויספירן זיינע פליכטן.

עקשן בלייבט אבער עקשן (און מיט יענע חברה קענסטו גיין קלאפן בארן, ער לעבט אין אן אייגענע יוניווערס) און ער בלייבט זיצן אין קאר שפילנדיג אויפ'ן טעלעפאן, בשעת ער ריקט צוריק ארויף דעם גאנצן פענסטער און לאזט דעם פאליציאנט רעדן צו די לופט. דער פאליציאנט האט אריינגערופן הילף, און שפעטער זענען אנגעקומען עטליכע פייערלייט וואס האבן מיט א האמערל אויפגעבראכן די פענסטער - נאכ'ן אים ווארענען קלאר און דייטליך אז דאס גייט פאסירן אויב ער שטעלט זיך נישט צו - און מען כאפט יענעמ'ס האנט אריין אין קייטלעך, און ער ווערט אוועקגעפירט אין תפיסה.

הדא הוא דכתיב: זיי קלוג, זיי נישט גערעכט

מיט בלויז אפאר סעקונדעס פון אויספאלגן באפעלן, וואלט ער זיך געשפארט א זיצעניש אין תפיסה, א געריכטליכע אנקלאגע, א צעבראכענע שויב, וכו' וכו'.

וואו קומט עס דא אריין? ווייל איך בין זיכער אז יענער איז אויך אן אנטי וועקסער...


איך זיך נישט צו פארדרייען די אשכול אבער געווענליך אזעלכע פייט'ס מיט די פאליציי טרעפט מען מער ביי מענטשן יט א אנדערע קאליר און א אנדערע פארטיי ווי דעם משוגע'נעם וואס דו האסט געזעהן אין די קליפ!
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3740
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

שבח ארואל האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
שבח ארואל האט געשריבן: דא האסטו די הויפט אנטי וועקסערס באבי קענעדי דעל ביקטערי זיי האלטן נישט אז דאקטוירעם ווילן הארגענען, זיי האלטן אז דאקטוירעם פארלאזען זיך אויף די CDC/FDA און רוב ארבעטער פון די CDC/FDA זענען געווענע ארבעטער פאר גרויסע פארמיסיוריקעל קאמפעניעס.


די טענה מאכט סענס אויף געוויסע פלעצער, אבער מען קען נישט גלייבן צב''ש אז די קאוויד וואקסין איז שעדליכער ווי קאוויד, סיידן מען גלייבט אז עס איז דא א ריזיגע קאוועראפ אין וואס צענדליגער טויזענטער מענטשן איבער די וועלט זענען פארמישט.

איך האב איין שאלה די טראסט די ספוטניק ווי וואקסין?

מינינג: מען דארף נישט קיין קאנספעראציע'ס, עס קען זיין מכוח ספק אז די סעפטי אין עפעקטיוו סדאדיס זענען נישט גענוג קראנט איך זאל עס טראסטען, וויבאלט זיי האבן נגיעות, דערצו נאכדערצו ווען איך זעה א ווידיאו ווי דר. פאוטשי זאגט אז זיי ווייסען נישט צו וועקסינס האלטן אפ טרענסמישען און מיט דעם אלעם מאכט מען מענדעיטס, און נאכדעם זע איך א ווידיאו ווי דעלל ביקטערי פרעגט א CDC באאמטער צו זי גלייבט עס גייען שטארבן אומשילדגע מענטשן פון די וואקסין?, זאגט זי זיכער אז יא!, פרעגט ער נו?, זאגט זי מען ברויך הורד אימיונעטי!, פרעגט ער עטס וויסט וויפיל בערך גייען שטארבן דערפן?, זאגט זי ניין עס איז נישט מעגלעך צו וויסען!, יעצט זי איז בעצם א וואוילע מענטש, פשוט זי האט א פארמעעסיוטיקעל קאפ.


איך קען נישט פונקטליך די מציאות פון די ספוטניק וואקסין.

מיט די אמעריקאנער וואקסינען זעהט מען אז הונדערטער מיליאנען מענטשן אין צענדליגער לענדער האבן עס גענומען און עס איז נישטא קיין שום קרעדיבל סטאטיסטיקס וועגן מאסן טויטע, און פון די אנדערע זייט איז יא דא קלארע סטאטיסטיקס איבעראל אז די אומוואקסינירטע זענען סאך מער לייקלי צו שטארבן פון קאוויד ווי וואקסינירטע, אויף צו קענען פעלשן די נאמבערס אין די אלע לענדער פון אזויפיל אגענטורן דארף זיין א ריזיגע קאנספיראציע.

די אלע טענות וואס דו רעכנסט אויס זענען נאר אפשר רעלעוואנט פאר מענטשן וואס זענען נישט אין קיין סכנה פון קאוויד, ווי קינדער אדער ערהוילטע, פאר אלע אנדערע איז זיכער, ווילאנג דו גלייבסט נישט קיין קאנספיראציעס, אז די וואקסין איז סאך סאך סעיפער ווי קאוויד.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4583
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

שוין, אנשטאט סזאל אנקומען אין דזשורנאל פארט עס צו אקטועלע.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

יואל שרייבער האט געשריבן: מיט די אמעריקאנער וואקסינען זעהט מען אז הונדערטער מיליאנען מענטשן אין צענדליגער לענדער האבן עס גענומען און עס איז נישטא קיין שום קרעדיבל סטאטיסטיקס וועגן מאסן טויטע,

וואס מיינט מאסן טויטע? אויב מיינסטו איינס פון יעדע צען ביסטו גערעכט אז עס וואלט שוין לאנג געווען, אבער HOW ABOUT איינס פון פינף הונדערט? אזא אדער ענליכע נומבער קען גרינג פארוואסערט ווערן אויב מען זאל עס נישט גרונטליך נאכזוכן, און אז מ'וויל נישט טרעפן (ווייל וואקסינס איז דאך זייער וויכטיג, פארוואס אפשרעקן דעם עולם אומזינסט?) קוקט מען נישט!
יואל שרייבער האט געשריבן: און פון די אנדערע זייט איז יא דא קלארע סטאטיסטיקס איבעראל אז די אומוואקסינירטע זענען סאך מער לייקלי צו שטארבן פון קאוויד ווי וואקסינירטע, אויף צו קענען פעלשן די נאמבערס אין די אלע לענדער פון אזויפיל אגענטורן דארף זיין א ריזיגע קאנספיראציע.

ווענדט זיך וויאזוי די דעטע איז געקאכט, געוויסע דעטע ווייזן אנדערש ווי גערעדט דא און דא , בכלל איז די גאווערמענט זייער נישט טרענספערענט מיט זייער דעטע
יואל שרייבער האט געשריבן: די אלע טענות וואס דו רעכנסט אויס זענען נאר אפשר רעלעוואנט פאר מענטשן וואס זענען נישט אין קיין סכנה פון קאוויד, ווי קינדער אדער ערהוילטע, פאר אלע אנדערע איז זיכער, ווילאנג דו גלייבסט נישט קיין קאנספיראציעס, אז די וואקסין איז סאך סאך סעיפער ווי קאוויד.

און אפילו אזוי זענען דא מענטשן וואס האלטן אז א 30 יעריגער וואס האט נישט גענומען די וואקסין איז שמאלקעפיג
אוועטאר
האלצשטיין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8067
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

:P:P:lol::lol::grin::grin:;l;p-;l;p-
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 19068
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

לכאורה האט געשריבן: געוואלדאוונע! גיי אן!

כ'האב פונקט נעכטן געקוקט א קליפ וואס איינער האט ארויפגעשטעלט ביי די אינטערעסאנטע קליפס אשכול מיט א האלב יאר צוריק בערך. א פאליציאנט שטעלט אפ א מיטליעריגער ווייסער גוי, און בעט זיך ביי יענעם במשך צען גאנצע מינוט אז ער זאל אים צייגן זיין לייסענס און אינשורענס. דער יעניגער איז אבער קלוגער, ער לאזט זיך נישט פון די באנדיטן וואס ווילן איבערנעמען די וועלט... ער גוגעלט אויפ'ן קלוגן טעלעפאן בשעת מעשה וואס פונקטליך ער דארף יעצט פרעגן און ענטפערן, און בשעת מיט איין האנט סקראולט ער אינעם טונקעלן טייל פונעם געוועב און זאגט איבער האלבע לאזונגען וואס גיסן זיך איבער מיט חכמה און פיקחות, האלט ער מיט די אנדערע האנט אן אנדערע טעלעפאן מיט א קאמערע צו אויפכאפן דעם גאנצן אינצידענט - א זאך וואס וועט אים מאכן א העלד אין די אויגן פון זיין קאמיוניטי.

דער אפיציר - צו זיין קרעדיט - פארלירט זיך נישט, שרייט נישט, שעלט נישט, נאר זאגט אים איבער איינמאל און נאכאמאל אז ער האט אים געזעצליך אפגעשטעלט, נאכדעם וואס יענער האט נישט גענוצט די זיץ-גארטלעך אפילו שוין נאכדעם וואס דער אפיציר האט אים אפגעשטעלט, און אז דאס געזעץ פארלאנגט אז ער זאל אים פראדוצירן די לייסענס און אינשורענס, און אנדערש קען ער גיין יושב'ן פאר'ן שטערן א פאליציאנטן פון אויספירן זיינע פליכטן.

עקשן בלייבט אבער עקשן (און מיט יענע חברה קענסטו גיין קלאפן בארן, ער לעבט אין אן אייגענע יוניווערס) און ער בלייבט זיצן אין קאר שפילנדיג אויפ'ן טעלעפאן, בשעת ער ריקט צוריק ארויף דעם גאנצן פענסטער און לאזט דעם פאליציאנט רעדן צו די לופט. דער פאליציאנט האט אריינגערופן הילף, און שפעטער זענען אנגעקומען עטליכע פייערלייט וואס האבן מיט א האמערל אויפגעבראכן די פענסטער - נאכ'ן אים ווארענען קלאר און דייטליך אז דאס גייט פאסירן אויב ער שטעלט זיך נישט צו - און מען כאפט יענעמ'ס האנט אריין אין קייטלעך, און ער ווערט אוועקגעפירט אין תפיסה.

הדא הוא דכתיב: זיי קלוג, זיי נישט גערעכט

מיט בלויז אפאר סעקונדעס פון אויספאלגן באפעלן, וואלט ער זיך געשפארט א זיצעניש אין תפיסה, א געריכטליכע אנקלאגע, א צעבראכענע שויב, וכו' וכו'.

וואו קומט עס דא אריין? ווייל איך בין זיכער אז יענער איז אויך אן אנטי וועקסער...

געזען ענליך,
א פאליציאנט שטעלט אפ און דער יעניגער שרייט און וויינט אז בלא בלא בלא תירוצים על גבי תירוצים, דער פאליציאנט האט רחמנות באקומען און געאפפערט אראפצורוקן דעם קוויטל צו א פארקינג טיקעט, נעמטערזיך פארפירן וואס הייסט?! כאדעך נישט געפארקט יעצט, בלא בלא און ער שרייט נאך יעצט!

דער פאליציאנט ווארט נאך צען מינוט, און פראבירט מסביר צו זיין אז ער טוט אים דא א טובה, אבער דער פארפירט אז ער ווילעם בלויז גייווייסעכוואסטון. דער פאליציאנט האט שטייצעך געקראכט, און געזאגט אקעי, העסטע באקומען א געהעריגס מיט פונקטן, איצט נעמצעך יענער פריש יאמערן, אבער דער פאליציאנט האט שוין מער נישט געוואלט הערן פון קיין מעשיות...
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

שבח ארואל האט געשריבן: איך האב איין שאלה די טראסט די ספוטניק ווי וואקסין?

מינינג: מען דארף נישט קיין קאנספעראציע'ס, עס קען זיין מכוח ספק אז די סעפטי אין עפעקטיוו סדאדיס זענען נישט גענוג קראנט איך זאל עס טראסטען, וויבאלט זיי האבן נגיעות, דערצו נאכדערצו ווען איך זעה א ווידיאו ווי דר. פאוטשי זאגט אז זיי ווייסען נישט צו וועקסינס האלטן אפ טרענסמישען און מיט דעם אלעם מאכט מען מענדעיטס, און נאכדעם זע איך א ווידיאו ווי דעלל ביקטערי פרעגט א CDC באאמטער צו זי גלייבט עס גייען שטארבן אומשילדגע מענטשן פון די וואקסין?, זאגט זי זיכער אז יא!, פרעגט ער נו?, זאגט זי מען ברויך הורד אימיונעטי!, פרעגט ער עטס וויסט וויפיל בערך גייען שטארבן דערפן?, זאגט זי ניין עס איז נישט מעגלעך צו וויסען!, יעצט זי איז בעצם א וואוילע מענטש, פשוט זי האט א פארמעעסיוטיקעל קאפ.

ביטע כבוד הרב, עס איז דא אזוי סאך אשכולות איבער די וואקסין, פארוואס דא אנוואקסינען? איך האב בכלל נישט גערעדט צו די וואקסינען ארבייטן יא אדער נישט, צו ס'איז גוט אדער שלעכט.

האב איך באשולדיגט יעדער וואס איז אנטי אין זיין קליינקעפיג אדער א טיפש וואס גלייבט אלעס?

איך האב גענומען א געוויסע כאראקטער - וועלכע איז א זעלטנהייט - און געפרעגט פארוואס יענער קלעבט צום אנטי, און ווען יענער קלעבט צום אנטי, גענוי ווי עני אנדערע זאך, קומט עס אויס עקסטרעם און ראדיקאל.

זאל יעדער האלטן וואס זיי ווילן, פראו, אנטי, בכבוד גדול. ביטע נישט דא.

שמו האט געשריבן: צום פותח האשכול, אויף דיין שפראך קומט דיר א;l;p-א זאפטיגע שפראך

אבער דער תוכן, דאס איז עפעס אנדערש

ס'איז אן אלטע טאקטיק, צו מאכן איין גרויסע קוגל, און ארויס קומען אז קוק די אנטי זענען שיכוירע חכמים.

ניין איך האלט נישט אז בוש האט איינגעווארפן די טווין טאווער'ס, און פון מיין זייט קען בין לאדין מיט סאדאם חוסעין מיט ערעפאת און רבין זיין טויט, און מען איז יא געווען אויף די לבנה (ס'מוז אזוי זיין, ווייל ווען נישט ווי קען זיין אז מענטשן קומען פון די לבנה, אויב מען איז נישט ארויף...) עכ"פ אויב מישט מען צוזאם אלעס, איז גרינגער צו חוזק מאכן, אבער ווען מען טיילט דאס אפ (ווי דער מציאות איז) בלייבן אסאך מענטשן אן קיין מענה

און כדי נישט צו פילן סטופיט פאר זיין פרא וואקסין וואס גייט נאך 'יעדן איינעם' מיט בלינדע אויגן, אנשטאט צו ניצן זיין אייגענעם מוח וכו', איז גרינגער צו חוזק מאכן און שוין, ודי ודו"ק ובזה הסתפק ודי בזה.


קודם א דאנק פאר די קאמפלימענט.

בנוגע די תוכן, איך האב קלאר נישט געשריבן אז איך רעד דא פון אנטי וועקסערס, און זיי אראפ געמאלן אזוי, איך האב גענומען א כאראקטער און געפרעגט פארוואס ער גלייבט די מערסט עקסטרעמע זאכן, מיינטאס אז אלע אנטי וועקסערס זענען אזוי? זיכער אז נישט, האב איך בכלל גערעדט פון אנטי וועקסערס? אדער פון דעם געוויסע מענטש וואס איז פערצופאל אויך אנטי און טאקע ראדיקאל, און טאקע אט דאס איז מיין פראגע...

אויב ביניך נישט / געווען גענוג קלאר, און ס'איז אויסגעקומען אז איך מאל אראפ אלע אנטי וועקסערס אזוי, בעהט איך יעדעם איבער למפרע. לא לזה כיוונתי, בלויז ארויף צו ברענגן א שמייכל אויף אידישע לעפצן.
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

א הערצליכן דאנק נאכאמאל פאר אלע קאמפלימענטירער, באמת א דאנק!

-----

א פערזענלעכע בקשה צו אלע מגיבים, ביטע זיך אויפהערן טענה'נען איבער די וואקסין זעלבסט, עס איז דא גענוג אשכולות פאר דעם, איך האב גערעדט פון א ספעציפישע כאראקטער, און נישט פון די אידן וועלכע האלטן נישט פון דעם וואקסין.
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3331
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

שבח ארואל האט געשריבן: בקיצור ביידע זענען גלויביגע יעדער אויף זיינע זאכן דערנאך זענען דא מענטשן אינדערמיט וואס ווילן באמת וויסען.

;l;p-
אוועטאר
זיכער יא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 11, 2016 3:37 pm

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיכער יא »

שמו האט געשריבן: צום פותח האשכול, אויף דיין שפראך קומט דיר א;l;p-א זאפטיגע שפראך

אבער דער תוכן, דאס איז עפעס אנדערש

ס'איז אן אלטע טאקטיק, צו מאכן איין גרויסע קוגל, און ארויס קומען אז קוק די אנטי זענען שיכוירע חכמים.

ניין איך האלט נישט אז בוש האט איינגעווארפן די טווין טאווער'ס, און פון מיין זייט קען בין לאדין מיט סאדאם חוסעין מיט ערעפאת און רבין זיין טויט, און מען איז יא געווען אויף די לבנה (ס'מוז אזוי זיין, ווייל ווען נישט ווי קען זיין אז מענטשן קומען פון די לבנה, אויב מען איז נישט ארויף...) עכ"פ אויב מישט מען צוזאם אלעס, איז גרינגער צו חוזק מאכן, אבער ווען מען טיילט דאס אפ (ווי דער מציאות איז) בלייבן אסאך מענטשן אן קיין מענה

און כדי נישט צו פילן סטופיט פאר זיין פרא וואקסין וואס גייט נאך 'יעדן איינעם' מיט בלינדע אויגן, אנשטאט צו ניצן זיין אייגענעם מוח וכו', איז גרינגער צו חוזק מאכן און שוין, ודי ודו"ק ובזה הסתפק ודי בזה.


זייער קלאר ארויסגעברענגט, איך האב 2 פוינטס

1. איך מעיג נאך האלטן אז עדעמס איז א compromised קאנדידאט וואס קלעיבט נאר צו געלט, און נישט פאר די לאו און מידל קלעס, פון די אנדערע זייט סליווא (אוואדאי האט ער ליב געלט, ווער נישט??) האט א היסטאריע מיט העלפן די ארימע וכדומה, אפי’ עדעמס האלט און איין פארציילן וואס ער האט מיטגעמאכט אלס יונגאטש,
איך רעד נישט צו ער איז א אנטיסעמיט צו נישט, (איך וועל פרעגן זיין חבר משה ווייזער)

2. מען ברויך נישט זיין פרא וואקסין עס צו נעמען, מ’וויל ערגטץ פארן אדער גיין ווי מ’פארלנגט עס, שטעכט מען אין מ’גייט ווייטער, אן קיין מיינונג, ווי מ’זאגט נעקסט......

און צום פותח, אמאל פלעיגט מען זאגן דא אין די גלילות הניקרא פארברענגען ”צוקאש”, די ביסט ריזיג גוט,
מאך אויך א פארקערטע קוגל
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7301
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע:איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

:lol::lol::lol:
;l;p-;l;p-;l;p-

זאפטיגע שפראך מיט זאפטיגע תוכן!
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

גרשון האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן: עס קען קומען פון מערערע סיבות, נישט נאר פון האבן א א פיצי, שמאלן פערספעקטיוו. שמאלע פרעספעקטיוון געפינען זיך אויף יעדער זייט, עס ווערט נישט געאונט בלויז ביי איין ספעציפישער זייט.

בכל אופן, ברויך מען האבן דעם קאפ אויפ'ן פלאץ און האבן שכל להבדיל.

די בריאה כאראקטעריזירט אינעם ארטיקל טרעפט זיך אויסשליסליך ביי אזעלכע מיט א שמאלן בליק אויף דער וועלט (לויט דער מיינונג פונעם צווייטן מאן). קיינער האט אבער אוודאי נישט געזאגט אז אלע שמאלקעפיגע מענטשן זענען אנטי-וואקסערס.

ביי דעפאלט וואלט איך געזאגט אז איינער וואס פאלאוט בלינדערהייט די גאווערנמענט (כ'רעד פון זייער הדרכה נישט פון געזעץ) און וויל זיי איבערגעבן מער און מער אספעקטן פונעם לעבן איז בפשטות זייער שמאלקעפיק

אין אנדערע ווערטער ביידע צדדים קענען ליידן פון שטארקע שמאלקעפיגקייט




צו די עצם ארטיקל

:lol::lol::lol::lol:

כקען נישט סטאפן צו לאכן
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מסתמא האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן: עס קען קומען פון מערערע סיבות, נישט נאר פון האבן א א פיצי, שמאלן פערספעקטיוו. שמאלע פרעספעקטיוון געפינען זיך אויף יעדער זייט, עס ווערט נישט געאונט בלויז ביי איין ספעציפישער זייט.

בכל אופן, ברויך מען האבן דעם קאפ אויפ'ן פלאץ און האבן שכל להבדיל.

די בריאה כאראקטעריזירט אינעם ארטיקל טרעפט זיך אויסשליסליך ביי אזעלכע מיט א שמאלן בליק אויף דער וועלט (לויט דער מיינונג פונעם צווייטן מאן). קיינער האט אבער אוודאי נישט געזאגט אז אלע שמאלקעפיגע מענטשן זענען אנטי-וואקסערס.

ביי דעפאלט וואלט איך געזאגט אז איינער וואס פאלאוט בלינדערהייט די גאווערנמענט (כ'רעד פון זייער הדרכה נישט פון געזעץ) און וויל זיי איבערגעבן מער און מער אספעקטן פונעם לעבן איז בפשטות זייער שמאלקעפיק

אין אנדערע ווערטער ביידע צדדים קענען ליידן פון שטארקע שמאלקעפיגקייט


ריכטיג.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29827
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

hoipt1 האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן: געוואלדאוונע! גיי אן!

כ'האב פונקט נעכטן געקוקט א קליפ וואס איינער האט ארויפגעשטעלט ביי די אינטערעסאנטע קליפס אשכול מיט א האלב יאר צוריק בערך. א פאליציאנט שטעלט אפ א מיטליעריגער ווייסער גוי, און בעט זיך ביי יענעם במשך צען גאנצע מינוט אז ער זאל אים צייגן זיין לייסענס און אינשורענס. דער יעניגער איז אבער קלוגער, ער לאזט זיך נישט פון די באנדיטן וואס ווילן איבערנעמען די וועלט... ער גוגעלט אויפ'ן קלוגן טעלעפאן בשעת מעשה וואס פונקטליך ער דארף יעצט פרעגן און ענטפערן, און בשעת מיט איין האנט סקראולט ער אינעם טונקעלן טייל פונעם געוועב און זאגט איבער האלבע לאזונגען וואס גיסן זיך איבער מיט חכמה און פיקחות, האלט ער מיט די אנדערע האנט אן אנדערע טעלעפאן מיט א קאמערע צו אויפכאפן דעם גאנצן אינצידענט - א זאך וואס וועט אים מאכן א העלד אין די אויגן פון זיין קאמיוניטי.

דער אפיציר - צו זיין קרעדיט - פארלירט זיך נישט, שרייט נישט, שעלט נישט, נאר זאגט אים איבער איינמאל און נאכאמאל אז ער האט אים געזעצליך אפגעשטעלט, נאכדעם וואס יענער האט נישט גענוצט די זיץ-גארטלעך אפילו שוין נאכדעם וואס דער אפיציר האט אים אפגעשטעלט, און אז דאס געזעץ פארלאנגט אז ער זאל אים פראדוצירן די לייסענס און אינשורענס, און אנדערש קען ער גיין יושב'ן פאר'ן שטערן א פאליציאנטן פון אויספירן זיינע פליכטן.

עקשן בלייבט אבער עקשן (און מיט יענע חברה קענסטו גיין קלאפן בארן, ער לעבט אין אן אייגענע יוניווערס) און ער בלייבט זיצן אין קאר שפילנדיג אויפ'ן טעלעפאן, בשעת ער ריקט צוריק ארויף דעם גאנצן פענסטער און לאזט דעם פאליציאנט רעדן צו די לופט. דער פאליציאנט האט אריינגערופן הילף, און שפעטער זענען אנגעקומען עטליכע פייערלייט וואס האבן מיט א האמערל אויפגעבראכן די פענסטער - נאכ'ן אים ווארענען קלאר און דייטליך אז דאס גייט פאסירן אויב ער שטעלט זיך נישט צו - און מען כאפט יענעמ'ס האנט אריין אין קייטלעך, און ער ווערט אוועקגעפירט אין תפיסה.

הדא הוא דכתיב: זיי קלוג, זיי נישט גערעכט

מיט בלויז אפאר סעקונדעס פון אויספאלגן באפעלן, וואלט ער זיך געשפארט א זיצעניש אין תפיסה, א געריכטליכע אנקלאגע, א צעבראכענע שויב, וכו' וכו'.

וואו קומט עס דא אריין? ווייל איך בין זיכער אז יענער איז אויך אן אנטי וועקסער...

נא אפשר לייג זיי מוחל ארויף(אויב סאיז נישט שווער) די קליפ דא

דא האסטו: https://drive.google.com/file/d/15nVX_d ... 4g7Mq/view
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5458
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

געליינט אין 'שרייבער' און הנאה געהאט! יישר כח!

---

ס'האט מיר אבער געבאדערט אביסל דאס אריינעמען 'קאממאן קאור' דא. וואס עפטער אלל, זענען דא אסאך פרומע אידן און רבנים וואס - צו ס'געפעלט דיר יא אדער נישט - האבן אן אנדערע מיינונג ווי די מעינסטרים. און ממילא דא אויף אייוועלט איז איין זאך, אבער אינעם גליון האב איך געפילט אז עס קומט נישט.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

נו שוין... מיטן עסן קומט די אפעטיט... געליינט איינס פון אידישליך און זיך נישט געקענט איינהאלטן פון ליינען דאס צווייטע...

אבער דער שפראך... יוי-יוי-יוי... צאמגעווארפן א קוגל ווי לאקשן אינעם נודל סופ...

מייסטערהאפטיג!!! מעכטיג!!!

-----

דער ליין האט עס אויסגעשאסן...
אידישליך פאליטיק האט געשריבן:
וועגן ביל געיטס וויל קענען גיין אין א ביסקיסע ווי סדא קלענערע ליינס ער זאל נישט דארפן ווארטן אזוי לאנג, בקיצור.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

פיין געלאכט, אבער איך כאפ נישט דיין פוינט, אויסער פלעין ליצנות...
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
תרי בדחנא
שר חמש מאות
תגובות: 765
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 9:32 pm

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרי בדחנא »

זייער גוט געשריבן אבער שרייב אויך די אנדערע זייט פון די וואס גייען מיט פיר מאסקעס ווייל פאטשי האט קלאר געהייסן.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6469
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: סליווא מיט די וואקסינען - א ניכטערע בליק אויף די שיכור'ע חכמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

דארף מען עס צוריק ארויפברענגען לאור המצב...

פארשטייצעך מען מיינט נישט די וואס שטימען געוויסע קאנדידאטן קעפובליקען ווייל זייער רב/קהילה האט אזוי געהייסן, מען רעדט פון די חכמים וועלכע שטימען ריפובליקען דאון די בעלעט מיטן מאגא שיטה פארוויקלט אין פארשידענע אויסריידן...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”