דו כאפ אריין! לערן גמרא תוספות מיט א געשמאק און א יגיעה!!! שפאר דיך איין אין צימער און פארשטעל דיך ווי א דראמאטישער רעדנער און לערן פאר פאר די 4 ווענט מדרש רבה!!! כאפ אריין כל זמן דו האסט נאך די געלעגנהייט...
איך האב עס נאר געהאט א מעין דערפון שנה ראשונה און שנה שניה אביסל, שנה שלישית איז שוין געווען אנדערע אומשטענדן...
סתם אזוי א געדאנק וואס איז מיך מחזק אין עבודת ה', וואס טו איך אויב משיח קומט? אלע מצוות זענען פערטיג!!! נאמאר יצר הרע!! נאמאר עיכובים, נאמאר אן עכטע נחת רוח פארן אייבערשטן... יעצט איז די צייט אריינצוכאפן...
כמיין ווען דו וועסט ווערן א חתן און האבן א קינדערגעבענטשטע שטוב, און דעמאלס גייסטו זאגן פארן רבש"ע איך זאג דיר צו אז איך וויל לערנען און זאגן תהלים, וואס קען איך טון אז די אומשטענדן לאזן נישט??? אבער מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה... אזוי גייסטו זיך מחזק זיין...
יעצט איז די צייט צו ווייזן פארן אייבערשטן ווי אזוי דו וואלסט זיך געפירט אן קיין טירדות...
אזויווי חברינו היקר ר' ניו יארק זיבעצן, האט אויפגעברענגט זייער א וויכטיגע נושא בין איך ארויפגעקראכן אויפן בוידעם (נמביגד"פ) אפיר מיין אלטע ניק וואס איז שוין ב"ה שטויביג, נאכן עס נישט נוצן א לאנגע מצייט, און צולייגן מיינע 2 סענט
זכרני ימים מקדם נישט מער געדאכט אום פורים שנת תשע,ד פאר 9 יאר צוריק, האב איך ספעציעל געטרינקען אביסל ביי די ערשטע סעודה, און געלאפן דאווענען מנחה 2 שעה פאר די שקיעה, געדאווענט א שמונה פון בערך איינס און א האלב שעה, רוב צייט איז געווען ידי בכיות ביי די ברכה פון "שומע תפלה" כ'האב פארגעסן נחלי דמעות, זאגן די מדרש אויף די פסוק אין די סדרה "ועתה הניחה לי" אז משה רבינו האט געזאגט פארן אייבערשטן "איני מניחך עד שתענני" בשעת די שמונה עשרה האן עטליכע מענטשן מוחה געווען פאר "וויינען פורים" וכדומה, כ'האב מיר נישט דערשראקן, אבער א געוויסע איד האט מיר אפגעשטעלט מיט געוואלד און געשריגן אז דו ביזט שוין נענה געווארן, ליידער האט זיך די ישועה נאך געזוימט נאך 3 יאר
איך בין ב"ה געהאלפן געווארן אלול שנת תשע"ז,
פארוואס שרייב איך עס, אז אלע גרושים/עלטערע בחורים היל"ת זאלן וויסן איינצורייסן ביי שמונה עשרה , און זיך נישט דערשרעקן מפני המלעיגים נאר איינרייסן ביום הפורים בבכיות נוראות, ווייל שערי דמעות לא ננעלו, בפרט פורים, ווי אלע תלמידי בעל שם האבן געזאגט אז פורים ווערן אלע תפלות נתקבל
שאלת תם: איך האב ברוך השם צוויי מיידלעך אין דער היים נאך נישט אין שידוכים יאהרן איז שייך צו ריפען 2 -3 געסט פאר פסח אדער עס וועט נישט זיין באקוועם פאר קיינעם!!!???