חחח… האבן זיך די ארכיאלאגן צעלאכט.
א אלטער חרס שטיין מיט אן אויפשריפט פון אחשורוש׳סן טאטע דריווש איז אפגעפונען געווארן!
א געפינס אלט באלד 2500 יאר, איז געטראפן געווארן דורך עטליכע וואס האב שפאצירט אין דעם געגנט אין תל-לכיש אין ארץ ישראל! נאכן איבערקוקן דעם שריפט שטעלט זיך ארויס אז ס׳איז אריינגעקאיצט דארט ״דריוש 24״.
א נייעסל וואס מאכט נישט צו סאך נויז.
אבער היינט צופרי האבן זיי ארויס געלייגט אן אפדעיט.
רשות העתיקות האט געלאזט וויסן אז דער שארב וואס איז געפונען געווארן אין תל לכיש איז נישט קיין העכטע שריפט. די טעות איז ארויס געקומען ווען א וועלט בארימטע פארשער(קע) האט געלאזט וויסן זעענדיג דעם שטיין אז זי האט דאס אריינגעקריצט אינעם שטיין. די פארשערין וואס איז א באוואוסטע פארשערין אין די וועלט און קען זיך גוט אויס מיטן אלטן אראמישן שפראך און איז גוט אויסגעקאכט אין די נושא, האט געזאגט אז זי האט דאס אריינגעקריצט עטליכע חדשים צוריק ווען זי האט דארט ארום געפירט א גרופע, און זי האט זיי געוואלט ווייזן וויאזוי זעט אויס א אריינגעקריצע שריפט אין אלטע שארבן, און דערנאך געלאזט דעם שארב דארט אויפן פעלד.
נאכן אויסטרעפן האט מען איר אפיר גענומען פאר א פארהער און זי טענהט אז זי האט דאס נישט געטון בייזוויליג און נישט געהאט קיין שלעכטע כוונות אין דעם.
שטייצעך זיי נעמען אחריות אויף די מעשה, און בלאבלען ארום, אבער א שטיקל נאמנות אויף די אלע געפינסן איז דער שטיין זיכער אן עדות.
ס׳מיינט נישט אז אלע זייער גאנצע ארבעט ארום די אלע געפינסן איז אפגעפרעגט, אבער א געלעכטער פאר אדר איז דאס זיכער ווערד.

אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!