ברוכים הבאים צום נייעם פארום
בשורה טובה תדשן עצם!
מתוך שבח והודאה להשי"ת טוען מיר בס"ד פארשטעלן דא דעם נייעם פליגל פון אונזער הערליכער פלאץ, דאס איז דער "הוצאות ספרים" אפטיילונג פונעם בית המדרש שע"י אייוועלט רבתי.
דער מפעל הוצאת ספרים פון אייוועלט, וואס ווערט אנגעפירט דורך אונזער חשוב'ער מיטגליד הרב יידישע קהלות און זיינע מיטהעלפער, איז שוין פקיע שמיה מיט אירע הערליכע דערגרייכונגען, ווען אין בלויז א קורצע צייט האט מען זוכה געווען צו זעהן דעם גאנצן ספר "בנין שלמה - על התורה ואגדות הש"ס" אויפגעזעצט און מסודר כליל בהדרו, וכל מי שרואה אומר ברקאי, און יעצט גייט די ארבייט ווייטער אן בהוצאה לאור פונעם ספר החשוב "בתי נפש - על התורה" וואס ליגט שוין באהאלטן איבער צוויי הונדערט יאר, און יעצט דורך די הילף פון חברים חשובים שלא ע"מ לקבל פרס, ווערט דער ספר אפגעדרוקט, קודם אין א וועכנטליכען גליון פארמאט און אי"ה עווענטועל אלס א ספר השלם באופן נאה ויאה.
מיט די אויפוואכונג פון די פראיעקטן האבן זיך אנגעזאמלט מערערע אשכולות איבער דעם חשוב'ען "מפעל הוצאת ספרים", ורבים אומרים מי יראנו טוב, דער עולם וויל דאס האבן אויף א מסודר'דיגען פארנעם, נישט צו שטערן די אנדערע הערליכע ענינים אויף וואס דער "ועל פליטת בית סופריהם" פארום איז געגרינדעט געווארן. דעריבער איז געווארן אנגענומען דער פארשלאג און אט וועט דער נייער סוב-פארום דינען דעם ציל פונעם "מפעל הוצאת ספרים" וואו אלע ביז יעצטיגע אשכולות ווערן ווערן אריינגעברענגט, און אלע אשכולות בעתיד וועלן דא ווערן געעפנט און געפירט.
עס איז א כבוד פאר "אייוועלט" צו זיין דער אכסניא של תורה, און צושטעלן דעם גאלדענעם רינגעלע און אונזער קייט פון פעולות חשובות לתועלת הכלל והפרט, בגשמיות וברוחניות, ואשרי להם פאר די אלע מסעיים ועוזרים, מיר האפן אז דער עולם וועט הנאה האבן פון דעם נייעם סדר, ויתרבה גבולינו בתורה ותרום קרנינו למעלה.
מיט דאנק,
די מנהלים