Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס
לאמיר פארציילן מיין מעשה, רביצין געקויפט א ראוב פאר פולע פרייז אין א סטאר ווי זי פלעגט אייביג איינקויפן, נאך אפאר טאג פארן אויסוואשן האט די גאנצע זאך געפימפעלט,זיכער געווען דעפעקטיוו סחורה, זיי האבן נישט געלאזט איינטוישן אדער געבן קרעדיט, די מעשה איז געווען מן הסתם 15 יאר צוריק און שוין איינגעקויפט 100+ ראובס אבער מער נישט אריינגעטרויטן אין די סטאר.מיין_מיינונג האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 21, 2023 1:48 pmקיין איין נארמאלער אייגנטומער גייט דיר נישט הייסן באצאלען אפילו ווען דו ביזט מחויב עפ"י הלכהווייזער האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 21, 2023 1:32 pmעפ"י הלכה ווען איך גיי שאפינג אין גראסערי און א פלאש גרעיפ דזשוס פאלט מיר ארויס פון די הענט און עס צעברעכט זיך - בין איך עפ"י מחויב צו באצאלן. ווען איך הייב עס אויף האב איך עס קונה געווען - איך קען עס טאקע צוריקלייגן. אבער מיר פסק'ן משיכה קונה, וכיון דאגביה קנאו להתחייב אפילו באונסין. איי די פלאר איז געווען גליטשיג - קען מען דן זיין צי די גראסערי איז שולדיג.מיין_מיינונג האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 21, 2023 1:25 pmאיך ווייס נישט פונקטליך, זיי האבען מסתמא געזאגט אז ס'איז איר שולד ווייל זי איז נישט געווען גענוג פארזיכטיגידיד נאמן האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 21, 2023 12:51 pmאז סהאט זיך צוריסן אין סטאר איז עס בכלל ווערט א ניקל?מיין_מיינונג האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 21, 2023 12:13 pmס'איז דא וואס האבן נישט קיין שכל, כ'ווייס פון א קליידער סטאר וואס א פרוי איז געקומען איינקויפן און בשעת'ן אנטרייען א קלייד האט זיך עס צוריסן, און מ'האט איר געהייסן באצאלן דערפאר (נאר דע קאסט פרייז....), זי האט באצאלט און פארשטייט זיך ארויסגעוואקט פון דארט. אויף דעם איז געזאגט געווארען "געמאכט א פופציגער און פארלוירען א קאסטומער".
וואס הייסט מ'האט איר געהייסן?
מהאט געטריפט אויף איר נוצענדיג דעם לא תגנוב?
אזעלכע מעשות פאסירן יעדן טאג, און מענטשן גייען ווייטער, ווייל למעשה האב איך נאכנישט באצאלט, און ס'איז דעם גראסערי'ס שאדן.
מיט הלכות מארקעטינג ביזטו גערעכט.
דאס מיינט פארדינט א הונדערטער און דערלייגט טויזענטערס.