פולמוס העופות (Red ranger) תשפ"ב
ס'מיר א מורא'דיגע חידוש אז ס'נישט דא א אשכול איבער דעם (לפי מיטב חיפושי), און איך האב בכלל נישט געהערט פונעם פולמוס ביז יעצט, ווען איך האב זיך פונקט אנגעשטויסען אין דער
אינהאלטסרייכער אינפארמאטיווע שיעור פון הגאון המפורסם ר' יצחק שטיין שליט"א אב"ד פאלטישאן.
ווי ס'זעהט אויס איז דער פולמוס איבער א נייע סארט עוף (Red ranger) וואס געוויסע בתי שחיטה בהכשר "התאחדות" האבען אנגעהויבען צו נוצען, און זיי טענה'ן אז ס'האט א מסורה, און אז מ'פלעגט שחט'ען דער עוף פאר איבער 60 יאר צוריק, און אנדערע רבנים טענה'ן אז ס'האט נישט א קלארע מסורה, און דערפאר טאר מען עס נישט עסען, און מ'דארף כשר'ען די כלים אין וואס מ'האט געקאכט דער עוף.
טאמער האט איינער מער אינפארמאציע, און/אדער בריווען פון רבנים דערפאר אדער דערקעגן, איז ער מכובד עס מיטצוטיילען מיטן עולם, ותע"ב.