Re: דורש טוב לעמו - טיפס צו זאגן דרשות, פארלערנען שיעורים, וכדו'
פונקטליך די סדר, מיין איך, איז א מעטטער אוו טעיסט. יעדער האט זיך זיין שניט. אבער די וויכטיגסטע חלק איז צו האבן א גוטע "פלאו". ס'זאל זיין פליסיג און נישט זיך פארהאנקענען. ווען דו פארציילסט א מעשה זאלסטו האבן אין קאפ אלע פרטים וואס דו ווילסט זאגן, און גיי על הסדר וואס דו גלייכסט. מאך אבער זיכער נישט צו אויסלאזן פרטים און עס דארפן שפעטער אריינפילן שלא על הסדר.צהלתו בפניו האט געשריבן: ↑ מיטוואך אפריל 26, 2023 6:11 pmאיך וואלט ווען הנאה געהאט אז איר זאלט מאריך זיין אין די נושא, ווי אזוי לייגט מען אראפ א מעשה? וואס קומט קודם און וואס קומט נאכדעם, דער פאקט? דעם פארשטעלן דעם מענטש? דעם עצם פאסירונג וכו' מיט פאקטישע משליםמתעלם האט געשריבן: ↑ מוצ"ש אפריל 22, 2023 10:46 pmקאנסיסטענסי און סדר:
באמת איז דאס א חלק פון פשוט זיין גוט פארגעקוקט. כ'וויל אבער לייגן א דגוש אויף דעם פרט אז מ'זאל וויסן זיך צו פארקוקן דערויף.
"שטייט אין הייליגן חתם סופר, אז ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים... קודם האב איך געוואלט מקדים זיין א מעשה פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע (דאס זאגט מען שנעל.. ווייל מ'כאפט זיך אז מ'האט פארפעלט), איינמאל איז ער צוגאנגען צו א איד שבת ביי קבלת שבת ווען דער איד האט געהאלטן אינמיטן דאווענען... די מעשה איז געווען ווען דער ישמח משה איז געווען צוגאסט אין א שטאט..."
ווען דו קוקסט זיך פאר מאך זיכער אז דו ביזט קלאר סיי אין די סדר הדברים, וועלכע פונקט איז קודם און וועלכע נאכדעם, און אזוי אויך וויאזוי דו וועסט אויסשטעלן דיינע ווערטער. ''יכלכל דבריו במשפט''. אזוי, אז ווען דו וועסט פארציילן די מעשה פונעם ישמח משה זאלסטו וויסן קודם צו זאגן דעם פאקט אז ער איז אוועקגעפארן אויף שבת אין יענע שטאט, און נאכדעם וואס דארט האט פאסירט.
דאס איז איינס פון די זאכן וואס איך ווייס אז איך בין גאר שוואך דערין
איך טראכט וויאזוי איך וואלט אויסגעשטעלט א מעשה. איך מיין אז א פאקט וואס איז ממש א יסוד אין די מעשה, זאל מען זאגן בעפאר מ'הייבט אן צו פארציילן די חלק פונעם געשיכטע. אבער א פאקט וואס געט נאר צו רייכקייט צו די געשיכטע אבער איז נישט קיין יסוד, דארף נישט זיין קיין "הקדמה", נאר דאס פילט מען אריין במשך די מעשה.
"ס'איז באקאנט אז די הייליגע ברודער, ר"ר אלימלך און ר"ר זושא, האבן געהאט א תקופה ווען זיי זענען געגאנגען גלות ליידן (פאקט). האט אמאל פאסירט אז זיי זענען אנגעקומען אין א געוויסע שטאט און זיי זענען אריין אינעם דארטיגן בית המדרש... (געשיכטע)"