קורצע באמערקונגען בעניני לשון הקודש וארמית
ס'דא ווערטער וואס זענען אזוי שכיח אז ס'קען זיך דאכטן אז די אל"ף איז פון שורש, ווען עכט איז עס נאר א "פרי-פיקס", א צוגעלייגטע אות אנהייב ווארט.
אן אל"ף אנהייב ווארט מיינט 'אויף'. פון דעם נעמט זיך:
אליבאדר' פלוני - ' עלהלב', ד.מ. אזוי ווי אין ירושלמי 'על דעתיה דרבי פלוני'
אגב- איז אויך די אל"ף 'אויף':
'אגב אורחיה' אויפ'ן וועג (שוין געווארן אידיש אויך: דרך אגב)
'קנין אגב' וואס איז א קיצור פון 'אגב קרקע' [מ'זאגט נאר די ערשטע ווארט אזוי ווי 'מתוך' 'הואיל' 'מיגו', וואס מיינט אגב פשוט 'מתוך' אין אראמיש]
אדרבה- עלמי שגדול