מח שַׁלִיט אדער דערשטיקטע געפילן? לעבעדיגע באריכט פונעם מעמד קריאת השם!!

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

חנינא
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 9:59 pm

מח שַׁלִיט אדער דערשטיקטע געפילן? לעבעדיגע באריכט פונעם מעמד קריאת השם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנינא »

אלטע/פרישע רויע געפילן און מחשבות פון א זומערדיגע פרייטאג ביים זונטאג'דיגן מעמד!


עהעם!!!!! עהעם!!!! די מיי - - - בייייייייייפ- - - ר'בעט? איינס צוויי! אה, יעצט איז בעסער! איז אזוי! ברוכים הבאים בשיימאשעם! העלאו ענד וועלקאם אלע באטייליגטע! גענטל מענער און נישט אזוינע גענטל מענער! בשבילי'ניקעס וואס האבן געפארקט שיף און בשבילם'ניקעס וואס האבן געפארקט אינעם שכן'ס דרייוועי (יענעם'ס פראבלעם נישט מיינס!.....דאונט ווארי! באלד איז עס שוין איינמאל ענקער פראבלעם, וויאזוי? וועי'ט ענ'ד ס'י)! כל הקהל הקודש (עפעס א פיליאלע פון קהל ערגעץ צווישן קהליווינג און בעדפערד)! און די גאנצע ציבור פארזאמלטע!

אודה השם מאוד בפי, ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה, ברוכים הבאים און וועלקאם עוועריבאדי צו די ביוטיפאל לאנג ערווארטעטע מעמד קריאת השם.

ענק וואונדערן זיך אוודאי וואס איז דאס א מעמד קריאת השם אזוי אין א גרינע זונטאג? איך בין עפעס פארשלאפן מיין אייגענע שמחה שבת צופרי און נישט אויפגעשטאנען ביז יעצט? וועלכע נארמאלע מענטש טוט אזוינס? אפילו משוגעים טוען עס נישט! חוץ פון דעם, די רב איז אפילו נישטא, ווער וועט מאכן דעם מישעביירעך?? רבותי! הערטס א געשיכטע וואס איז פארלאפן אין די נישט ווייטע פארגאנגנהייט ואתכם הסליחה וגו'.


דעם פארגאנגענעם פרייטאג מיטאג האט מיר עמיצער אריינגעשיקט עפעס א מעסעדזש בנושא ישיבות וואס נעמען נישט אן בחורים, א אלטע ווייטאגליכע אדער אויסגעדראשענע נושא מיט פונקט אזוי פיל פערספעקטיווס און מיינונגען ווי וויפיל מענטשן נעמען א טייל אינעם שמועס (גראדע איינס מער, מיין חבר פנחס גבריאל דוד מוז אייביג ווייזן אז ער האט ארויס ביידע זייטן), עפעס אין די מעסעדזש האט מיר געמאכט שענקען א עקסטערע סעקונדע אויפמערקזאמקייט דערצו אבער גארנישט ספעציעל. נאכן מקוה האב איך געהאט אפאר איבעריגע מינוט בין איך צוריקגעגאנגען צו יענע מעסעדזש און אן קיין שום ווארענונג האט מיר עס געגעבן א שליידער צוריק אזא שיינע פאר יאר צו מיינע בחור'ישע יארן און מיינע אויגן זענען פארפלייצט געווארן פון זודיגע טרערן.

איך בין געבוירן געווארן ווי יעדעם איינעם מיט פארשידענע מעלות וחסרונות. איינע פון מיינע שטערקסטע מעלות איז אז איך בין א שטארקע בעל רגש, יעדע געפיל ווערט דורכגעפילט טא'פ ט'א באטטא'ם בעיון רב, בין לטב ובין למוטב.

די פראבלעם איז אבער אז די שטערקסטע מעלה ברענגט מיט זיך די שטערקסטע פראבלעם וואס דאס איז א שטארקע סענסיטיוויטי צו יעדע זאך. די נאך שטערקערע תוצאה דערפון איז אויב מען נעמט נישט קעיר פון די סענסיטיוויטי אישוס, ווער רעדט נאך אויב מען פראבירט עס קאטעגאריש אפצולייקענען, "ווער? איך? סענסיטיוו? קען נישט זיין! איך בין דאך א קלוגע באזעסענע אינגל/בחור/אינגערמאן/זיידע! איך בין שטערקער פון דעם!". אמאל קומט נאך אריין רוחניות'דיגע בחינות ווי "מח שַׁלִיט על הלב" אד"ג, און מיטן לייקענען א סענסיטיוו געפיל קען מען צומאל אפילו באקומען א געמאכטע הי'י אז "קוק! איך פראקטיציר מח שַׁלִיט הלכה למעשה!".

וואס קען מען טון אבער אז פון נאטור אויס שטורעמען די געפילן און בוזשעווען מיט אלע מינע ראולער קאוסטערס פון עליות און ירידות, עקסעפטענ'ס און רידזשעקשענ'ס, אא"וו. וואס געשעהט ווען מען דערשטיקט דאס אלעס? איז דא איינע פון די פלאות הבורא אז די מח פארט אריין אין פריזער, אלעס איז פארפרוירן, געפילן ווערן אזוי געפילט אויבערפלעכליך, מען קען נישט אידענטיפיצירן קיין געפיל, אלעס איז אדער גוט אדער שלעכט אדער זייער גוט אדער זייער שלעכט, דעט'ץ אי'ט.

דאס איז א סוירווייווע'ל מיטל וואס מען קען לעבן דערמיט, אויספירן טעסק'ס, איבערלעבן די טאג, וואך, חודש, יאר, אפילו חתונה האבן און חתונה מאכן, אבער וואקסן צו סאך קען מען נישט, ווייל וואקסן צו סאך מיינט אריינלייגן אסאך צייט, כוחות, און שעות, כדי דאס צו קענען טון פעלט אויס זיך אריינצולייגן בגוף ובנפש, און באמת אריינלייגן בנפש מיינט עפענען דעם נפש, און אויב ליגט דארט באהאלטן א קופה של שרצים וואס קען יעדע מינוט אויפפלאצן וועט די סאבקאנטשע'ס פייטן ביזן לעצטן אטעם דאס נישט צוצולאזן, ווי צו שרייען "בלייב נאר ביטע אין פריזער ווייל דאס איז די איינציגסטע פלאץ ווי דו קענסט איבערלעבן!".

צוריק צו מיין סטארי, געוויסע איבערלעבענישן נאך אין חדר און אינדערהיים, האט מיר אויסגעשטעלט צו א עקסטערע סענסיטיווקייט צו רידזשעקשען'ס, מיין גרעסטע פחד און שלאפלאזע נעכט גורם איז געווען בלויז די געדאנק פון זיך נישט פילן גלייך, אקצעפטירט, און א טייל פון די חברותא/כיתה.

פארשטייט זיך אז עקסטערע סענסיטיוויטי פירט צו איבערטראכטן יעדע ווארט וואס ווערט ארויסגעזאגט, יעדע ריר ווערט דורכגעטראכט פארדעם וויאזוי דאס וועט אויסנעמען ביי די רעשט פונעם ציבור (יא! די עכטע ווארט איז People Pleasing !) און פארשטייט זיך אז דאס ברענגט מאדנע תוצאות וואס מאכט דיר טאקע פאר א אויסנאם וואס שטארצט ארויס אדער שטארצט דירעקט נישט ארויס, אקיצער די סאושע'ל און קאמיוניקעיש'ן סקיל'ס תוצאות דערפון איז א חורבן!

איינע פון די פראבלעמען וואס קען זיך אנטוויקלען דערפון (עכ"פ ביי מיר), אדער איז עס סתם אזוי מיטגעקומען מיט די פעקעדזש, איז א זאך וואס אין קורצן קען עס גורם זיין אז מענטשן זאלן באקומען א אנדערע איינדרוק איבער א מענטש ווי וואס ער איז אדער טראכט באמת. למשל אז א מגיד שיעור זאל געבן א פסוק וואס איז זיך באמת געקומען, איך זאל טראכטן צו מיר אז יא! איך האב באמת חרטה און איך וועל עס בל"נ מער נישט טאן, אבער דער מגי"ש אדער מנהל וועט אוועקגיין מיט פונקט די פארקערטע איינדרוק אז "נישטא מיט וועמען צו רעדן דא, עס פארט אריין אין איין אויער און ארויס פון די צווייטע, דער בחור קעירט נישט!!"

איך ווייס נישט וואס פונקטליך האט זיי געמאכט טראכטן אזוי, קאן זיין אז איך פלעג שמייכלען אזא פארשעמטע שמייכל און דער האט געמיינט אז איך לאך איהם אין פנים, כאניש קאנאנונג, אזוי סאך ווייס איך, אייביג פלעג איך צוריקהערן אז איך קעיר נישט בשעת איך האב נישט געהאט קיין אנונג פארוואס זיי מיינען אזוי.

דאס האט אנגעהויבן בעיקר אויסקלאפן אין די ישיבה קטנה יארן, די דראנג צו שפירן אקצעפטירט, נישט מאכן צוסאך טראבל אבער אויך נישט זיין דער פארפרומטער בחור, בקיצור "א נארמאלע מענטש". דאס איז מיר געלעגן פאר די אויגן 24/7 און די אבסעסיע איז געווען שרעקליך.

עס פלעגט ארבעטן בערך אזא סייק'ל:

אנהייב זמן/ישיבה לערן איך פיין און איך ביהעיוו קאמפליטלי ע"פ תקנת הישיבה, סיי ווייל איך ציטער זיך איינצורייסן מיט די הנהלה און סיי ווייל בעצם ענדזשוי איך צו לערנען.

אביסל שפעטער ווען עס איז קלאר צוטיילט מי ומי ההולכים אין די כיתה כאפ איך מיר אז בעצם בין איך מער אין פלאץ צווישן די בעסערע בחורים אין כיתה.

איך קען אבער נישט הענדלע'ן אז איך בין נישט א חלק פון די עקשע'ן אויכעט פראביר איך זיך צוצושלייכן צו אנדערע בחורים [מיט א עקסטערע טוץ רידזשעקשן'ס דארט אויך].

ערגעץ דעמאלטס פראבירט די ישיבה מאכן סדר, די כעס אויף מיר איז טאפלט ווייל "ביזט דאך יא א גוטע בחור", פלאס ערגעץ ארום יענע צייט קומט פאר די מיספארשטענדעניש ווען דער מנהל/משגיח מיינט אז עס גייט מיר נישט אן בשעת איך קעיר שוין איינמאל און איך האב מיין אייגענע גילטי רייזע פארוואס טאקע האב איך עס יא אדער נישט געטאן וכו'.

און אזוי קען זיך עס איבערשפילן אין א חודש צוויי נאכאמאל.


די פאקט אז א גוט קעפל האב איך געהאט און דאס אז איך קום פון היפש א חשוב'ע משפחה, און מיין טאטע זז"ג איז פון די ארויפגעקוקטע אידן אין זיין קרייז האט נישט צוסאך ארויסגעהאלפן, פארקערט! עס האט געהעכערט די ערווארטונגען צו די העכסטע שטאפלען, און די סטעף האט זיך באמת געוואונדערט פארוואס איך קעיר נישט.

נאך ערגער איז געווען אויב עס זענען געווען אינוואלווד אין א געשעעניש עטליכע בחורים צוזאמען, דער מנהל פלעגט אריינרופן יעדן געבן א פסוק, רוב האבן עס אנגענומען אדער געשפילט אזוי אבער פון מיר האט ער באקומען דעם איינדרוק אז איך קעיר נישט.

פארשטייט זיך אז זייענדיג שוין אין ישיבה קטנה בין איך באקאנט געווארן מיט א נייע מושג, ארויסווארפן! יא, איך בין קיינמאל נישט געפלויגן פאר גו'ד, אייביג איז עס געווען נאר פאר א וואך צוויי אדער עטליכע טעג צו "שיקן א מעסעדזש" אוואדע (בשעת'ן ווארפן האט מען גראדע יא געמאכט שפירן כאילו עס איז פאר אייביג, כנהוג), בשעת איך האב נישט געהאט קיין אנונג פארוואס פונקט מיר ווארפט מען (איך בין נישט געווען קיין אינסטיגעיטע'ר, וועסט מיר מוזן גלייבן אויפן ווארט) בשעת אנדערע זענען אפגעקומען מיט קלייניגקייטן. יעדע מאל האט זיך עס געענדיגט די זעלבע, מיין טאטע האט גערופן צענדליגע מאל, ענדליך האט מען מיר אראפגערופן פאר אזא פראצעס ווי מען האט מיר באוואשן פאר אלע חטאים און דאן נאך הייסע הבטחות און נאך אפאר טעג ווארטן האט מען מיר צוריקגענומען פאר בערך כמעט א יאר אדער א טאג און דאן עודך.

פאר ווער עס קען א פיצל ענגליש ווייסט אז ווערן ארויסגעווארפן איז רידזשעקש'ן אויפן העכסטן פארנעם, ווער רעדט נאך פאר אזא איינער וואס איז ספעציפיש עקסטרעם סענסיטיוו דערצו, און דא טראסקעט רידזשעקשן'ס איינס נאכן צווייטן, ווי גיבט מען זיך אן עצה?

אבער נישט געזארגט, די מענטשליכע סיסטעם (עכ"פ מיינס און מיינס גלייכן) איז דאך שוין מששת ימי בראשית פראגראמירט אז אין אזוינע מצבים שפאצירט מען אריין אין פריזער, די פאקט אז איך האב ליב געהאט צו לערנען און וויסן העכערע און תורה'דיגע מושגים האט מיר צומאל געמאכט שפירן ווי א מח שַׁלִיט על הלב אין פולסטן זון, איך האב פראבירט דן צו זיין לכף זכות יעדן איינעם און זיי אפילו פארשטיין, אבער אין אמת'ן איז דאס אלעס געווען צו פארשטעקן די רידזשעקשן געפילן טיפער ווי טיף ווייל רידזשעקשן איז עבא'וו מי'י פע'י גרעי'ד, דאס קען איך נישט הענדלן!!

אזוי איז דורכגעגאנגען די דריי יאר אין ישיבה קטנה, דאן איז געקומען די רייע פאר ישיבה גדולה, מען האט מיר איינגעשריבן אין איינע פון די באקאנטע ישיבות אין אפסטעיט (ווילסט דוקא וויסן מער? ערגעץ צווישן די דזשארדזש וואשינגטאן בריק און די נאור'ט פאו'ל...... ניין, נישט אין גרינלאנד), איך האב זיך געשטעלט צום פארהער און פארשטייט זיך געקענט, אבער נאכן אנהייבן דעם זמן און וואוינען ממש אין דעם זעלבן פלאץ פאר עטליכע וואכן אין א צי האבן די אלטע פראבלעמען אנגעהויבן ארויסשיינען, ביז סוף זמן האבן שוין די הנהלה געהאט א קלארע (פאלטשע) בילד אז איך בין נישט קיין עססעט פאר די ישיבה, איך האלט מיר נישט ביים צושטעלן, ווען יא איז עס נאר לפנים, עס איז בעסער אז איך טרעף מיר א צווייטע פלאץ. דא האב איך זיך באקענט מיט א נייע מציאות, געווארפן לצמיתות! פאר אייביג! זוך דיר א נייע פלאץ!

מיט גרויס פראטעקציע האט מען מיר פארשאפט א אנדערע ישיבה, אבער כמעשהו בראשונה כך עקזעקטלי בשניה, סוף זמן האב איך געדארפט פאקן פעק בשעת דער ראש ישיבה באזידלט מיר אז איך בין פשוט נישט געמאכט פאר זיין ישיבה, און איך ברעך מיר מיין מח שַׁלִיט וועלכע פון מיינע פראבלעמען קען מען טאקע נישט פיקסן ווייל אנדערע בחורים מיטן זעלבן פעקל האבן אין ערגסטן פאל באקומען א שארפע פסוק זיך צו פארבעסערן די נעקסטע זמן ותו לא.

בלייבן אויפן גאס איז קיין אפציע קיינמאל נישט געווען, פון מיין טאטנס זייט אוודאי נישט, און אפילו פון מיין זייט, נישט ווייל די ישיבה האט מיר ע'ט דע'ט פוינ'ט אזוי געצויגן נאר פשוט מיין קאנפידענס איז געווען צוטראסקעט און צושמעטערט, איך האב נישט געהאט קיין אנונג וויאזוי צו מאכן נייע חברים, ווער רעדט נאך צו טוישן לעבנסשטייגער, ווי הייבט מען אן און ווי ענדיגט מען, מיט די ישיבה ווענט און כאלעטל בין איך כאטש באקאנט, בלייב איך דא און שוין. אפילו די צייטן וואס איך בין געווען אינדרויסן פון ישיבה בין איך מער ווייניגער געזעצן אנגעזעצט אינדערהיים און נישט געגאנגען אין ערגעץ.

ענדליך האב איך געלאנדעט אין א קלענערע ישיבה'לע פון עפעס א חסידות'ל, ווארפן דארט איז געווען א זעלטענע אפציע, יעדע בחור איז א פארענטשע טאנצער עססעט און א פאטענציאלע הדלקה חאלאקע ברענגער, גארנישט האט זיך אבער נישט געטוישט בנוגע מיינע סאושע'ל געראנגלען און די הנהלת הישיבה האט געהאט פארשידענע געלעגנהייטן מיר "צו שטעלן אין פלאץ", ממילא איז מען צוריקגעגאנגען צו די ישיבה קטנה סיסטעם פון משלחת וחוזרת ביז איך האב חתונה געהאט אין א מזל'דיגע שעה.

נאך די חתונה האט זיך אנגעהויבן פרישע יארן פון א נייע מסכת מיוסד על אדמת קודש פון די זעלבע אלטע פראבלעמען אבער לאמיר דאס לאזן פאר אן אנדערע מאל אדער קיינמאל נישט.

די כלל אין געפילן איז אז א געפיל איז דא געפילט צו ווערן, צו עס איז גוט אדער שלעכט. כ'מיין שטעלט אייך פאר עס איז ווען נישט דא קיין הלכות אבילות פון שבעה, שלושים, און יאר. שטעל זיך פאר יעדע מענטש דארף אליינס מחליט זיין וויאזוי צו באוויינען א נאנטע פארלוסט. עס וואלט געווען א חורבן, אסאך וואלטן פראבירט צו ווייזן געמאכטע שטארקייט, "קוק, ער איז די נעקסטע צופרי געווען געהעריג אין שול, כאילו לא היה!" ער איז אנגעגאנגען געהעריג מיט זיינע שיעורים/ארבעט/חסד, אא"וו. שטילערהייט וואלט דער מענטש אבער אויפגעגעסן געווארן פון צער, ווער רעדט נאך ביי א מער טראגעדישע פטירה, עס קען זיך אפילו נישט פארשטעלן. דער רבוש"ע ברוב רחמיו האט געהייסן פאר א מענטש זיץ איין!! קודם ביזן קבורה איז נישטא קיין מצוות עשה, נאכדעם זיי מקבל תנחומים פאר א וואך און טו גארנישט עפעס אנדערש, דערנאך די שלושים, 11 חדשים, וכו' אבער שטאפלווייז.

איינמאל מען האט געהעריג עקספעריענסד א פילינג דאן קען מען דיעלן מיט דעם, אויב אבער פארשטעקט מען עס מיט צוואנג, ווער רעדט נאך אויב מען קליידט עס אן מיט די איינרעדעניש אז מען "באהערשט די געפילן", איז די תוצאה דער כף הקלע פריזער, אלעס פארט און אלעס גייט, אלעס איז צומישט און די מח איז בלענק, חוץ פון ממש נויטיגע סורווייוועל פונקציעס איז אלעס אויף פאזע.

אונטער די אייזיגע פריזער קאכט אבער א קעסל, געוויסע טריגערס פלאמען אויף די פלאמען אז עס גיסט זיך צומאל איבער, דאן פילט מען פארלוירן אז נאר גאר, עס פילט שרעקליך און מען האט נישט קיין אנונג וואס מען שפירט, אבער די טריגער גייט עווענטועל אוועק און אלעס ווערט איינגעשטילט, צוגעבנדיג צום איינרעדעניש אז אלעס איז מסודר און איך בין נאכאמאל בייגעקומען א דרויענדע געפיל.

די אלע ארויסגעווארפעכצער האט זיך אויסגעשפילט ביי מיר פונקט אזוי, א געפערליכע רידזשעקשן טריגער אין מציאות, איך האב געפילט שרעקליך צוטראגן און צוטומלט ווילאנג זאכן זענען נישט געווארן מסודר און דערנאך אויך אבער נישט געהאט קיין אנונג וואס איך שפיר און פארוואס, בלויז זיך פראבירט צו מאכן שפירן גוט דורך האלטן אין איין איבערזאגן דעם שקר אז "אויב דארפן זיי מיר נישט דארף איך זיי נישט" ביז צרות האחרונות משכחת הראשונות וחוזר חלילה.

די פראבלעם איז אז דער קאכעדיגער פרעשער קוקער איז אויסגעשטאט מיט וואלקעינא'ו טעכנאלאגיע, עס קען איינזיצן פאר טעג, חדשים, און יארן, און חוץ א טריגער דא דארטן זיצט עס איין, אבער ווען עס רייסט אויף איז א קאטעסטראפע, ווער רעדט נאך אויב עס רייסט אויף בשעת מען איז אין דעם כף הקלע פריזער צומישעניש, דאן קען מען ניטאמאל אידענטיפיצירן די אומגעקומענע, מען שפירט ווי אלעס ברויזט און רוישט אבער מען האט נישט קיין אנונג וואס גייט פאר, וואס מען שפירט און ווי מען הייבט אן צו באהאנדלען. וואס באהאנדלט מען בכלל??!!

און דא האט מיר מיין חבר אריינגעשיקט דעם מעסעדזש, מסתמא האט ער עס באקומען פון עמיצן און געהאלטן אז איך און אנדערע וועלן הנאה האבן פון דעם, אבער עפעס אין דעם מעסעדזש האט מיר געגעבן א ווינק פון קלארקייט און א מילי סעקונדע דערויף האט עס אויפגעבליצט מיט טויזנט לעמפלעך, איך ווייס וואס איך האב געפילט! איך האב געשפירט רידזשעקטעד! איינמאל און נאכאמאל! יעדע מאל פון פריש! ביזט נישט גענוג גוט! ברענגסט אונז גארנישט אז מיר זאלן וועלן בכלל דילן מיט דיר! אינטערעסירט אונז אפילו נישט וואו אהין דו גייסט אבער גיידער! צוויי צענט איז א עשירות מופלגת קעגן די דעמאלטסדיגע געשפירעכץ!

די קלארקייט און שטאך איז געקומען אין די זעלבע צייט, יעדע געשיכטע איז פון פריש איבערגעלעבט געווארן מיט אלע דעטאלן, די טרערן זענען געפלאסן און עס האט ווידער געציפט אין הארץ כיום נתינתם, מיט איין חילוק, עס האט א נאמען! טאקע א ציפעדיגע נאמען אבער א נאמען האט עס! און א פיינט מיט א נאמען קען מען באהאנדלען, אנדערש איז ווען עס פליעט מיסילס און מען האט נישט קיין וויסטע אנונג ווער עס שיסט אויף וועמען און צו מען מיינט מיר אדער איך בין סתם פארוואגלט געווארן דא.

און דא האט זיך די גאנצע פאזל צוזאמגעשטעלט, איך האב געכאפט ווי בשעת נאך יעדע רידזשעקשן האב איך סתם געשפירט אויבערפלעכליך טעריב'ל אן כאפן אפילו וואס איך שפיר, איך האב מיר נאך איינגערעדט אז איך האב סתם א שלעכט מזל און ווי איך שטעק אריין א פיס גייט כאדאראם, קומט אלעס פון די זעלבע שורש, און די גוטע נייעס איז אז מען גייט אנהייבן דאס צו באהאנדלען און האפנטליך מיט אסאך הילף וועל איך באקומען די געצייג צו קענען מענעדזשן מיינע געפילן אין א געזונטע וועג און קענען אנהייבן צו לעבן א געזונטע לעבן.

די מעסעדזש וויל איך דא איבערגעבן בשער בת רבים פאר מיין חבר כאטש איך גיי איהם בל"נ דאס קיינמאל נישט זאגן פערזענליך, (ער איז אפילו נישט דא, ער רעדט בלויז פארטוגעזיש און ער האט א כולל אין טייוואן, קענסט איהם נישט) "שכח פארן מיר אריינשיקן יענע מעסעדזש און בלא יודעים מיר צוגעברענגט צוצוקומען צום מעמד קריאת השם, אידענטיפיצירן די פראבלעם, און בעזר השם מיט די ריכטיגע הילף וועט דאס אלעס זיין א חלק פון די פארגאנגנהייט בקרוב"

שכח אלע פארזאמלטע פארן צוהערן אזוי שיין, בשורות טובות! העפפי סאנדעי! (די לאקאלע דזשעניטער מעג אויך עפעס פארשטיין) זייטס געזונט!

טישוס, אויערן שטאפערס, און אויגן צודעקער סאווענעיר'ס איז אוועילעבל בשפע אינדרויסן למזכרת, נישט כאפן, נעמטס און פליטס אהיים קעיר נעמען פון ענקערע קינדער.

לא'וו י'א א'לל! כתיבה וחתימה טובה! ביי!
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6469
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: מח שַׁלִיט אדער דערשטיקטע געפילן? לעבעדיגע באריכט פונעם מעמד קריאת השם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

אראפגעווארפן א הערליכע ארטיקל און יאגט אפ, העי! דו דארט מיר דארפן מער פון דיר!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: מח שַׁלִיט אדער דערשטיקטע געפילן? לעבעדיגע באריכט פונעם מעמד קריאת השם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

שכוח רבי חנינא סאם האו האב איך מיך געפילט אין אסאך פון דיינע שורות היימיש, ניין איך בין נישט געפלויגן, אבער אין ישיבה בין איך אויכט נישט געווען, מיינע געפילן זענען געווען גאר ערגעץ אנדערש, כהאב נאכנישט קיין נאמען אבער כווייס אז סאיז סאמטינג געפילן פראם אלל אווער.

און פאר די ישיבות ברויכט מען בעטן פליז פארשטייט צו בחורים, ווארפן איז קיין אפציע.

און עגעין שכוח, די ארטיקל איז מאסיוו.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
קאלם
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 16, 2023 1:24 pm

Re: מח שַׁלִיט אדער דערשטיקטע געפילן? לעבעדיגע באריכט פונעם מעמד קריאת השם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלם »

וואאאאאף אזא פיינער שפראך,

איך האב אויך געזעהן דעי קליפ אין דאס האט מיך פונקט ווי דיך צירוקגעטראגן צו די ישיבה יארן אבער איך האב עס נישט אזוי קלאר א נאמען געגעבן ווי דיך אלזא יעצט אז די האסט אזוי שיין געגעבן די נאמען קוקט מיר יעצט אויס אז איך קען עפלייען צו מיך די זעלבע זאך.
לעצט פארראכטן דורך קאלם אום זונטאג אוגוסט 27, 2023 4:08 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
קאלם
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 16, 2023 1:24 pm

Re: מח שַׁלִיט אדער דערשטיקטע געפילן? לעבעדיגע באריכט פונעם מעמד קריאת השם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלם »

.
חנינא
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 9:59 pm

Re: מח שַׁלִיט אדער דערשטיקטע געפילן? לעבעדיגע באריכט פונעם מעמד קריאת השם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנינא »

דרייטצעך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 3:49 pm
אראפגעווארפן א הערליכע ארטיקל און יאגט אפ, העי! דו דארט מיר דארפן מער פון דיר!
פארשטיי מיר ביטע! עס איז טאקע ארויסגעקומען גאנץ א שיינע ארטיקל אבער געשריבן געווארן איז עס אלץ רויע געפילן אויפן אפעראציע טישל.

וזאת למודעי טאקע, איך עפרישיעיט יעדע שטיקל פידבעק, עצה, און קאממענט אבער עס איז מיר שווער צו ווערן ממש א טייל פון דעם שמועס.

אויב עמיצער האט פראגעס אדער וויל איך זאל מער אויסקלארן א געוויסע פרט (נישט אלעס קען איך אויסקלארן, בתקוה להבנה) וועל איך פראבירן צו ענטפערן ווען די אומשטענדן וועלן ערלויבן.

ישר כח פאר יעדן איינעם.
אוועטאר
פיצי מוח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 1:55 am
לאקאציע:אקטיווע אשכולות

Re: מח שַׁלִיט אדער דערשטיקטע געפילן? לעבעדיגע באריכט פונעם מעמד קריאת השם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי מוח »

וואאאאף! שטארק!
זייער קלאר אלעס מסביר
זיך געטראפן אין אפאר פלעצער אין די ארטיקל

אגען זייער שטארקע ארטיקל!
מיין אונטערשריפט איז ווערד געלט...
כ'געב עס נישט ארויס!

אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: מח שַׁלִיט אדער דערשטיקטע געפילן? לעבעדיגע באריכט פונעם מעמד קריאת השם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »



גוט איז אן אנדערסטעיטמענט!
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
ר' אבנר
שר האלף
תגובות: 1574
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 18, 2022 3:27 am
לאקאציע:אין צענטער פון מחאה

Re: מח שַׁלִיט אדער דערשטיקטע געפילן? לעבעדיגע באריכט פונעם מעמד קריאת השם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' אבנר »

קאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאל
אוי באשעפער לייז אונז שוין אויס.......
אוועטאר
בעסטע חבר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 14, 2023 9:06 pm

Re: מח שַׁלִיט אדער דערשטיקטע געפילן? לעבעדיגע באריכט פונעם מעמד קריאת השם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסטע חבר »

זאג, די קענסט מיך אפשר פון אלץ בחור?
פארשטייט זיך געטוישט אפאר דעטאלן, אבער wאוו איז דעס זכרונות...
אויב איך דו און דו ביסט איך, דעמאלסט בין איך נישט איך און דו ביסט נישט דו
(קרעדיט: אברהם פריעד)
אוועטאר
נשמת הניגון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2023 3:15 am
לאקאציע:בהיכל הנגינה וואס איז נעבן די היכל התשובה

Re: מח שַׁלִיט אדער דערשטיקטע געפילן? לעבעדיגע באריכט פונעם מעמד קריאת השם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת הניגון »

מאסיווער שרייבער
דער ניגון איז א בריוו פון הארץ געשריבן דורך נאטן
חנינא
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 9:59 pm

Re: מח שַׁלִיט אדער דערשטיקטע געפילן? לעבעדיגע באריכט פונעם מעמד קריאת השם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנינא »

עמיצער האט מיר געשריבן אין אישי אז איך שמיר סתם ארויף א נאסע ליילעך אויף ישיבות און חוץ געציילטע אויסנאמען פארשטייען רוב ישיבה איינגעשטעלטע יא צו בחורים און אז איך האב דא א אגענדע........

קודם כל מוז איך באוואונדערן יענעמ'ס ברייטע פלייצעס. אפילו ער איז 99 פראצענט זיכער אז עס מוז דא זיין באהאלטענע אגענדעס אבער פאר די איין פראצענט אז איינער פארציילט דא פערזענליכע סטראגלס דארף מען אויך האבן ברייטע פלייצעס דאס צו שרייבן.

אבער אז מען רעדט שוין פון מיין אגענדע וויל איך עס טאקע דא קלארמאכן:

יעדע מענטש איז א מענטש פאר זיך, וואס עס געשעהט מיט זיך זעלבסט קען מען וויסן כמעט אלע דיטעילס, עניטינג עלס קען מען נאר זעהן מיט די אויגן און פראסעסן אין מח בעיסט אויף אנדערע קנאלעדזש וואס מען האט פון פריער (עכט זעען די אויגן גארנישט, עס איז סך הכל א שפיגל מיט וואס די מח זאמלט דאטא און שטעלט דאס צוזאם אין א בילד, אבער לאמיר נישט פארקריכן אין ביאלאגיע).

ווען מען זעהט ווי א מענטש טוט סיי וואס קען מען נאר זעהן וואס מען זעהט און הערן וואס מען הערט, אלע אנדערע זאכן ווי פארוואס האט ער עס געטון? וואס האט ער געהאלטן/געטראכט? דאס קען מען זיך נאר פארשטעלן בעיסט אויף אלע מינע מציאות'ער מיט וואס מען איז שוין באקאנט.

צוליב דעם איז שטארק רעקאמאנדירט נישט צו משפט'ן אנדערע מענטשן, קענסט האלטן אז וואס יענער טוט איז גוט אדער שלעכט, אבער אפצומאכן פארוואס יענער האט עס געטון איז דברי הבל ווייל חוץ אויב ביזט א בעל רוח הקודש פון ווי האסטו א אנונג וואס יענער האט געטראכט?

וואס קען מען אבער טון אז צומאל מוז מען יא ארייננעמען אין קאנסידירעישן יענעמס רצונות? למשל, א טאטע מיט א קינד, מלמד/משפיע מיט א תלמיד, און אמאל אויך א באלעבאס מיט א ארבייטער, מען מוז אמאל מאכן החלטות, און צומאל מוז מען ארייננעמען אין די החלטה וואס יענער האט געהאלטן און געוואלט, אבער מען קען דאך קיינמאל נישט באמת וויסן וואס יענער האט באמת געהאלטן?

צוליב דעם איז א גוטע זאך אז ווי מער מענטשן זאלן מיטטיילן זייער עקספעריענס און געשיכטעס, זאלן מענטשן זיך באקענען מיט מעגליכע נייע מציאות'ער און סינעיריאוס, און ווען מען מוז שוין יא אפשאצן איינעם זאל מען דאס אריינרעכענען אלץ איינע פון די אפציעס.
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1783
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע:ביי מיר אין קעלער

Re: מח שַׁלִיט אדער דערשטיקטע געפילן? לעבעדיגע באריכט פונעם מעמד קריאת השם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

זייער שיין געשריבן, איך פיל ווי א בן גיל... ממש די זעלבע מצבים, איך בין טאקע נאר איין מאל געפלויגן פון ישיבה פאר 15 מינוט, אבער איך שפיר ממש ווי דיר!!!
בלויז $1.99!!!

א ביכל מיט איבער 1000! אינטערעסאנטע פאקטן
אוועילעבל אויף עמעזאן
Kindle ($1.99)

קויפט און האט הנאה, און לייגט א 5 סטאר ריוויו!
דער מענעדזשער
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: מח שַׁלִיט אדער דערשטיקטע געפילן? לעבעדיגע באריכט פונעם מעמד קריאת השם!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

חנינא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 9:04 pm
צוליב דעם איז א גוטע זאך אז ווי מער מענטשן זאלן מיטטיילן זייער עקספעריענס און געשיכטעס, זאלן מענטשן זיך באקענען מיט מעגליכע נייע מציאות'ער און סינעיריאוס, און ווען מען מוז שוין יא אפשאצן איינעם זאל מען דאס אריינרעכענען אלץ איינע פון די אפציעס.
דער שפיץ פון תועלת צו שרייבן דורכגענג און געפילן!
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”