פורים שפילן-דרשות-תורות פאר קינדער

הילף אין ספעציעלע זמנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

פורים שפילן-דרשות-תורות פאר קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

איין טאג קומט מיין אינגעל אהיים פון חדר אז ער גייט זיין די אורח הכבוד. פאריאר איז ער געווען די פורים דיין.
און ער דארף א דרשה צו זאגן.
ווער עס האט דרשות פאר א פורים רב -רבי -ראש הקהל- גראמער-דיין- אורח הכבוד -יושב ראש= א.א.וו. אדער פורים שפילן אדער פורים תורות
אדער האב עס איז שוין דא א אשכול פאר איינע פון די זאכען זאל עס ביטע דא אהערשטעלן
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פורים שפילן-דרשות-תורות פאר קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

הרב ...... שליט"א דיין
הלכות גריסן
עס ווערט געברענגט און שלחן ערוך אז להלכה מיז מען גריסן, עס שטייט קלאר ארויס געשריבן און שלחן ערוך "חייב כל אדם לגריסן א גוט מארגן לכל אחד ואחד בקול רב ובשמחה",
איי וועסטו מיינען אז מען רעד דא פון די הייסע גריס פון חדר,?!
ניין עס קען דאך נישט זיין, ווייל דאס איז דאך אזוי גוט און עס איז שוין פון דעם גארנישט געבליבן, מיז דאס זיין די באטאמטע גוט מארגן וואס מיר גריסען פאר די רעבי יעדן צופרי
אסאך מענטשן פרעגן מיר וויאזוי עס איז די ריכטיגע וועג צו גריסן איז אזוי, אסאך מאל זעט מען גרויסע. קלייינע. באקסעדיגע. שמאלע. דיקע. רינדעכיגע. פארדרייעטע. לאנגע. דינע. הויכע. מענטשן און יעדער גריסט אויף א אנדערע אויפן. איינער געט א דריי מיט די נאז אויף רעכטס און איינער דרייט מיט זיין נאז אויף לינקס. איינער שאקלט מיט זיין קאפ און זיין קאפ פאלט איהם אראפ. און איינער שאקעלט מיט זיין לינקע אויער און זיין גלעזער פאלט איהם אראפ,
איז אזוי אויב טרעפט מען דעם רעבין דעמעלטס דארף מען מאכן שטרענגערע אויגן זיך דרייען אביסל די פיאות און צוריק ענטפערן זייער ערענסט א גוט מארגן, אויב גייט אדורך סתם א אינגעל און זאגט א גוט מארגן וואס אפילו די פליגען קענען נישט הערן, דעמעלטס דארף מען זיך מאכן ווי גלייך מען האט נישט געהערט, למשל אזוי ווי אסאך אינגלעך הערן נישט די בעל פון נאך ריסעס, אויב קומט א חבר מיט א שמייכל און זאגט לעבעדיג א גוט מארגן, דעמעלטס זאל ער צוריק זאגן מיט א שמייכל הויך א גוט מארגן און א גוט יאר, און צוזאמען זיך נעמען א טאנצן.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פורים שפילן-דרשות-תורות פאר קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

פורים שפיל 1
ליהודים ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר

איך בין שיכור איך קען נישט שטיין גראד,
די גאנצע וועלט דרייט זיך ווי א ראד,

איך טרינק א גלאז נאך א גלאז,
ביז סרינט ארויס פון מיין נאז,

עס קלעבט איין ווארט מיט'ן צווייטן,
יעדער קוקט אויף מיר ווי א צודרייטן,

אלע מיינע קליידער זענען אנגעבראכן,
און אלע בענקלעך זענען שוין צובראכן,

איך בין הייס אזוי ווי א טאסטער,
מיינע אויגן דרייען זיך ווי ראלי קאסטער,

מ'האט מיר שוין צוגענומען די שליסלעך פון מיין קאר,
איך בין שוין אינגאנצן צו נאר,

איך ווייס נישט פארוואס ס'איז אזוי געווארן,
אלע קארן פאפען אויף מיר מיט א הארן,

איינער שלעפט מיר שוין ביי מיין קאוט,
און ער שרייט וואס טוסטו אינמיטן ראוד,

ס'קוקט אויס ווי איך טו שוין אינגאנצן וועפן,
יעדער טוט מיר ווי א נאר שלעפן,

מ'טוט מיר אין אלע גאסן ארום פירן,
און אלע מענטשן קוקן פון די טירן,

אינמיטן זעה איך כ'בין געווארן א קאטשקע,
כ'האב אין א וואסער געגעבן א פלאטשקע,

און מיין העכסטע קול טוה איך ברימען,
ווער האט מיין שטריימל צוגענומען,

און אז כ'בין שוין משוגע אינגאנצן,
לאמיר זיך נעמען טאנצן,

ליהודים ליהודים.....
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פורים שפילן-דרשות-תורות פאר קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

פורים דיין 2
איינער האט מיך אמאל געפרעגט, אויב פורים פאלט פרייטאג וויזאוי קען העלפן א עירוב תבשילין אז מען זאל מעגן קאכן אויף שבת, די גמרא זאגט דאך אז די טעם פון עירוב תבשילין איז אז מען זאל געדענקן און האבן א סימן איבערצולאזן א גוטע פארציע אויף שבת, אבער פורים איז דאך א מצוה פון עד דלא ידע אז מען זאל נישט וויסן, איז וויאזוי וועט מען געדענקן.

נאר מען קען עס ענפערן מיט א משנה אין מכות וואס דאס איז די מקור פארוואס מען קלאפט ביי המן. די משנה זאגט אלו הן הלוקין- די זענען וואס מען קלאפט , אין די משנה רעכנט אויס גרושה וחלוצה, א חלוצה איז איינער וואס גייט אן שיך און מען האט אים אנגעשפיגען, און אין מגילה שטייט "והמן נדחף אל ביתו אבל וחפוי ראש, ער איז געווען א אבל, און א אבל גייט דאך אן שיך, און ער איז דאך געווען א אנגעשפיגענער פון די מיסט וואס מען האט געווארפן אויף אים איז ער דאך א חלוצה דארף מען אים קלאפן.
אויך איז מרומז אין די משנה אלו הן הלוקין הבא "הבא" איז ראשי תיבות המן בן אגגי. און טאקע צוליב די משנה ברענגט די רמ"א אראפ אין הלכות מגילה ארז די מנהג פון די קינדער איז געווען אראפצושרייבן אויף זייערע שיך עמלק אדער המן און עס צוטרעטן.

לויט דעם איז שוין פארענטפערט וויאזוי מען קען מאכן עירוב תבשילין ווען פורים געפאלט פרייטאג, ווייל אין גמרא אלו מציאות ווערט געפסקענט אז סימן העשוי לידרס הוי סימן און פורים איז דאך עשוי לידרס ווייל מען צוטרעט המן , איז דאס א גוטע סימן און מען קען שוין מאכן עירוב תבשילין.

אבער אין אמת'ן האב איך געקלערט אז די גאנצע קשיא הייבט זיך נישט אן ווייל ס'שטיט אין ספרים א אינטרעסאנטע מקור פאר א פורים רב, ווייל המן האט דווקא אויסגעקליבן דעם טאג פורים אויסצוהרגענען אלע אידן ווייל דעמאלטס זענען אלע אידן שיכור זיי זענען מקיים עד דלא ידע וועט מען זיי קענען גרינג אויסהרגענען, אזויווי די שבטים האבן אויסגעהרגעט די שטאט שכם ווען זיי זענען געווען שוואך. אבער אין מגילה שטייט "ומרדכי ידע" מרדכי האט נישט מקיים געווען עד דלא ידע און בזכות אים איז מען ניצול געווארען. איז זכר צו דער נס, באשטימט מען יעדעס יאר א פורים רב וואס זאל נישט טרינקן און נישט מקיים זיין עד דלא ידע אז עס זאל זיין איינער וואס איז נישט שיכור און האט דאס קאפ אויפן פלאץ.

איז לויט דעם איז שוין פארענטפערט וויאזוי מען קען מאכן עירוב תבשילין, ווייל די גמרא זאגט דאך אין ביצה אז די רב מאכט א עירוב תבשילין פאר די גאנצע שטאט און אפילו פורים וואס די רב איז אויך שיכור עד דלא ידע אבער עס איז דאך דא דער פורים רב וואס לויט ווי פריער דערמאנט שיכור'ט נישט, און ער מאכט א עירוב תבשילין פאר די גאנצע שטאט.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פורים שפילן-דרשות-תורות פאר קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

פורים שפיל 2

ישמח ישמח אידעלעך, במתנת במתנת חלקינו.
כי שמחת פורים, כי שמחת פורים הוא לנו.

דער פורים האט דער בורא געגעבן,
נאר פאר אונז אידעלעך אליין,
אזוי שטייט אין די מגילה געשריבן,
אז פורים דארף מען פרייליך זיין.
טרינקען וויין דאס בעסטע,
לויט ווי דער מענטש פארטראגט,
קליידער פארשטעלן זיך דאס שענסטע,
ווייל אזוי האבן אונז די חכמים געזאגט.
ישמח ישמח אידעלעך, במתנת במתנת חלקינו.
כי שמחת פורים, כי שמחת פורים הוא לנו.

אוי, ווען מיר טוען זיך דערמאנען,
די ישועה וואס איז דעמאלטס געווען,
זעהן מיר אז עס איז א בורא פארהאנען,
עס קען אלס נאכאמאל געשעהן,
נאר אויף אים טוהן מיר זיך פארלאזן,
אז דער גלות וועט שוין נעמען א סוף,
שיקן ישועות ביי די דאזן,
נאר צו אים איך האף:
ישמח ישמח אידעלעך, במתנת במתנת חלקינו.
כי שמחת פורים, כי שמחת פורים הוא לנו.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פורים שפילן-דרשות-תורות פאר קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

פורים שפיל 3
אוֹי וִוי זִיס אוּן בַּע'טַעֲמְ'ט,
אִיז דִי פּוּרִים בַּיי אוּנְז אִידְן,
מַה יָפִית וּמַה נָעַמְתְּ,
יֶעדֶער אִיז אַזוֹי צוּפְרִידְן.
דִי יוֹם טוֹב פּוּרִים הָאט יֶעדֶער לִיבּ,
אֲפִילוּ קִינְדֶער קְלַיין אוּן גְרוֹיס,
לוּסְטִיג אִיז אִין יֶעדֶע שְׁטוּבּ,
פְרַיילִיך אִיז אִין יֶעדֶע הוֹיז.
אַה הַא אַיי אַיי אַיי
פְרַייט אַייך זִינְגְט אַייך – זִינְגְט אַייך פְרַייט אַייך
פַאר דִי נֵס פוּן פּוּרִים אַ טֶענְצְל דְרַייט אַייך
אַה הַא אַיי אַיי אַיי
פְרַייט אַייך זִינְגְט אַייך – זִינְגְט אַייך פְרַייט אַייך
פַאר דִי נֵס פוּן פּוּרִים אַ טֶענְצְל דְרַייט אַייך

קִינְדֶער זִינְגְט מִיט אַיינְס צְוַויי דְרַיי,
לוּסְטִיג לֶעבֶּעדִיג אַיי אַיי אַיי.
תְּשׁוּעָתָם הָיִיתָ לָנֶצַח,
וְתִקְוָתָם בְּכָל דוֹר,
עֶר וַוייזְט אוּנְז זַיינֶע וואוּנְדֶערְלֶעך,
פַאר זַיינֶע לִיבֶּע קִינְדֶערְלֶעך.
אוּן אַזוֹי אוֹיך הַיינְט,
קוּמְט אַרָאפּ דִי "אוֹר".

אַה הַא אַיי אַיי אַיי
פְרַייט אַייך זִינְגְט אַייך – זִינְגְט אַייך פְרַייט אַייך
פַאר דִי נֵס פוּן פּוּרִים אַ טֶענְצְל דְרַייט אַייך
אַה הַא אַיי אַיי אַיי
פְרַייט אַייך זִינְגְט אַייך – זִינְגְט אַייך פְרַייט אַייך
פַאר דִי נֵס פוּן פּוּרִים אַ טֶענְצְל דְרַייט אַייך
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פורים שפילן-דרשות-תורות פאר קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

פורים שפיל 4

ניגון: צַוֵה, צַוֵה,
אַ גוּטְן פּוּרִים, הֶערְט צוּ מַיינֶע פְרֵיינְד,
עֶס אִיז אַ מִצְוָה צוּ זַיין פְרֵיילִיךְ הַיינְט,
עֶס אִיז אַ מִצְוָה, פְרֵיילִיךְ צוּ מַאכְן,
וֶועל אִיךְ זָאגְן אַ תּוֹרָה, אוּן מְ'וֶועט לַאכְן,
אַ קַשְׁיָא וִויל אִיךְ,
פְרֶעגְן שׁוֹין,
פַארְוָואס הָאט מֶען גֶעהָאנְגֶען הָמָן אוֹיף אַ בּוֹים,
דֶער תִּירוּץ אִיז גְרִינְג, אוּן זֵייעֶר גוּט,
אִיךְ וֶועל עֶס זָאגְן, שׁוֹין אוּן דִי מִינוּט,
וַוייל זַיין טָאכְטֶער הָאט אִים בַּאגָאסְן,
מִיט אַ מַתָּנָה א גֶעשְׁמַאקֶע,
וָואס סְ'קוּמְט זִיךְ אִים טַאקֶע,
אִיז עֶר גֶעוָוארְן אַזוֹי נַאס,
עֶר הָאט קוֹים גֶעקֶענְט גֵיין אִין גַאס,
אָבֶּער צוּ אֶסְתֵּר'ס סְעוּדָה אִיז עֶר גֶעלָאפְן,
וֶוען אַחַשְׁוֵורוֹשׁ הָאט גֶעזֶען,
וִוי נַאס עֶר אִיז גֶעוֶוען,
מַמְשׁ מְ'קֶען אוֹיף אִים נִישְׁט קוּקְן,
הָאט עֶר גֶעהֵייסְן מְ'זָאל הֶענְגְן אוֹיפְן הוֹיעֶכְן בּוֹים,
בִּיז עֶר וֶועט וֶוערְן טְרִיקְן,
אוּן לַיְהוּדִים, לַיְהוּדִים, הָיְתָה אוֹרָה וגו'
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פורים שפילן-דרשות-תורות פאר קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

פורים שפיל 5

וען אָדֶר קוּמְט צוּ גֵיין,
קוּמְט עֶר נִישְׁט אַלֵיין,
עֶר הָאט זֵיינֶע בַּאלִיבְּטֶע,
אַלֶע גְרוֹיס אוּן קְלֵיין,
אַלֶע וַוארְטְן גָאר,
פַאר דֶעם אֵיין טָאג אִין יָאר,
וֶוען מֶען אִיז פַארְשְׁטֶעלְט,
וִוי נָאר עֶס גֶעפֶעלְט!

אַהַא הַא אֵיי אֵיי אֵיי
וֶוען פּוּרִים קוּמְט אַהֶער,
קוּמְט דֶער לֵייבּ אוּן בֶּער,
דֶער רֶבִּי מִיט זֵיינֶע חַסִידִים
אוּן אַסַאך מֶער,
דִי בַּאבֶּע מִיט אִירֶע קִינְדֶער
אוּן דִי אַרַאבֶּער אוֹיך,
וַשְׁתִּי מִיט אִיר וֵויידְל
הָמָן'ס קִינְדֶער הֶענְגֶען הוֹיך!

אַהַא הַא אֵיי אֵיי אֵיי
דֶער גְרַאגֶער הַאלְט מֶען גְרֵייט,
דִי מְגִילָה אָפֶען בְּרֵייט,
אוּן בֵּיי דִי נָאמֶען הָמָן
מַאכְט מֶען אַ קְלַאפֶּערֵיי,
אוּן בֵּיי מָרְדְכַי,
זִינְגְט מֶען לֵיי לֵיי לֵיי!
אַ צַדִיק אִיז עֶר גֶעוֶוען,
אַסַאך נִסִים צוּ אִיהְם גֶעשֶׁעהְן,
אֶסְתֵּר דִי צְדֵיקֶת
גֶעהַאט אַ אִידִישׁ הַארְץ,
נִישְׁט פַארְגֶעסְן דִי תּוֹרָה
אַפִילוּ אִין פַּאלַאץ,
משֶׁה'לֶע אוּן יַענְקֶעלֶע
פַארְשְׁטֶעלְן זִיך וִוי אִיר,
מֵיילֶעך וֶוערְט אַ שִׁיכּוֹר
מִיט אַ פְלֶעשְׁל בִּיר!

אַהַא הַא אֵיי אֵיי אֵיי
יוֹסִי אַ פָּאלִיס,
מָרְדְכֶי'לֶע אַ טְשֵׁיינִיס,
חַיִים'ל אַ קְלֵיינֶע רֶבֶּי'לֶע
צוּקֶערְדִיג אוּן זִיס,
מִשְׁלוֹחַ מָנוֹת טְרָאגְן,
אַ גוּטְן פּוּרִים זָאגְן,
צְדָקָה פַאר דִי אָרִימַאן
מַתָּנוֹת לָאֶבְיוֹנִים!

בֵּיי דִי סְעוּדַת מִצְוָה
אוֹרְחִים אַרוּם דִי טִישׁ,
אוּן פוּן הָמָן טַאשְׁן
פַארְגֶעסְן מִיר נִישְׁט,
וֶוען חוֹדֶש אָדֶר קוּמְט צוּ גֵיין,
קוּמְט עֶר נִישְׁט אַלֵיין,
עֶר הָאְט זֵיינֶע בַּאלִיבְּטֶע
וָואס בַּאגְלֵייטְן אִיהְם אַהֵיים!
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פורים שפילן-דרשות-תורות פאר קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

פורים שפיל 6

טייערע חָשׁוּבֶ'ע אידן
האט'ס אלעס גוט'ס און זייט צופרידן
היינט איז דאך דער פרייליכער יו"ט פּוּרִים
ס'איז קיין פְּרָאבְּלֶעם צו טרעפען שִׁיכּוּרִים
עס זענען דאך אלע אזוי פרייליך
געווען איז א נַעַרִ'ישֶׁער מֶלֶך
קינדער און מענטשן אלע ווייסען
אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ האט ער געהייסן
א כַּפָּרָה איז געווארן דער הָמָן בֶּן הַמְדָתָא
און אפילו זיין קְלֵיינְטְשִׁיגֶער וַיְזָתָא
מ'האט גוט באשטראפט וַשְׁתִּי די מַרְשַׁעַת
סָא טארן מיר נישט זיין אין כַּעַס
עס איז א מצוה זיך צו פרייען און צו זינגען
אויך איז גוט צו טאנצן און שפרינגען
צום הייליגן באש' דאנקען און לויבען
ווייל ער האט אונז דערהויבן

פון תלמוד תורה "מאור החיים" וויזניץ
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פורים שפילן-דרשות-תורות פאר קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

פורים שפיל 7

בניגון צוה ישעות יעקב

מיר דאנקען און לויבן,
דעם באשעפער פון אויבן,
פאר די ניסים וואס ער האט אונז געטוהן.
אין דעם פורים טאג,
פון די ביטערע פלאג,
האט ער אונז געמאכט רוען.
ווען דער המן הרשע,
האט געמאכט א גזירה קשה,
די אידישע פאלק אומצוברענגן.
און מיט אחשורוש'ס הסכמה,
האט ער געוואלט נעמן נקמה,
און מרדכי הצדיק אויפהענגן.
דער צדיק מרדכי
האט געשריגן געוואלד,
דער באשעפער, זאל העלפן באלד.
די אידן האבן געבעטן
מיט א געשריי,
מיר זאלן ווערן פון די צרות פריי.
דער אייבערשטער
האט די תפילות צוגעהערט,
און דורך אסתר המלכה די גזירה צעשטערט.
מען האט אויפגעהאנגען המן
אויף די תליה,
און די אידן האבן געהאט א ישועה.


פורים שפיל 8
בניגון צוה ישעות יעקב

א גוטן פורים אלע, בשמחה ובצהלה, פאר אלע ערליכע אידן,
הערט צו וואס איך זאג, לכבוד דעם הייליגן טאג, וועט איר זיין צופרידן,

א גוטע בשורה, פון שושן הבירה, וויל איך אייך דערציילען,
המן מיט זיינע בנים, האט מען פארדעקט דאס פנים, און אויפגעהאנגען הויך ‎50‏ איילן,

אחשורוש דער נער, האט געמאכט פאר אידן צער, צוזאמען מיט המן הרשע,
דער אייבירשטער האט אבער געטאן ווינדער, פאר די אידישע קינדער, און צוגעהרט אסתר'ס בקשה,

געשיקט פאר מרדכי א ישועה, און פאר המן די תלויה, לאמיר אלע טרינקען לחיים,
עס איז פריילעך אויף די וועלט, פאר דעם זענען מיר פארשטעלט, לשנה הבאה בירושלים.

* * * * * *

פורים שפיל 9
בניגון פרוק ית ענך

פורים איז שוין דא,
אין א מזל'דיגע שעה,
עס איז פריילעך אין א יעדע שטוב,
א יעדער האט עס ליב,

דער שלעכטער המן,
אויסגעמעקט זאל זיין זיין נאמען,
האט געוואלט די אידן אומברענגען,
און מרדכי הצדיק אויפהענגען,

דער הייליגער באשעפער,
האט אלעס איבערגעקערט,
און די גזירה האט ער צושטערט,

מען האט אויפגעהאנגען המן אויף די תליה,
און די אידישע קינדער האבן געהאט א ישועה.


פורים שפיל 10
בניגון ישועת ה' כהרף עין לשנה הבאה בירושלים


א גוטן פורים ברוך הבא,
דער פרייליכער יום טוב איז שוין דא,

פורים איז א יום טוב פאר קליין און גרויס,
ליסטיג און לעבעדיג און א יעדע אידיש הויז,

ווייל היינט האט אונז השי"ת באפרייט פון די צרות,
און מיר האבן מיט די רשעים געשלאגן כפרות,

וועגן דעם דארף מען עסן און טרינקען,
א גאנצן טאג טאנצן און שפרינגען,

אויב איר וועט מיר געבן א כוס יין,
וועל איך אייך אנווינטשען לחיים,

און ווייל עס איז א מצוה פורים צו געבן מתנות,
וועגן דעם האב איך פאר אייך געברענגט משלוח מנות,

השי"ת זאל אננעמען מיינע כוונות,
אז די מצוות פון היינטיגן טאג זענען אנשטאט קרבנות,
בזכות זה שיקן משיח צדקינו פאר משלוח מנות !!
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

Re: פורים שפילן-דרשות-תורות פאר קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

ארויפגעברענגט.

ווער עס האט עפעס סחורה/איידיעס פאר א יושב ראש ביטע ארויפלייגן.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פורים שפילן-דרשות-תורות פאר קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

הרב ...... שליט"א דיין 2
ברשות מרנן רבנן ורבתי, ברשות אונזער באליבטער צוקערדיגער רבי שליט''א השי''ת זאל איהם געבן נאך 150 יאר צו קענען פירן די הייליגע הנהגה מיט די טויזענטער און טויזענט טויזענטער חסידים פון איבער די גארער וועלט ביז משיח'ס טאג בקרוב ממש
לא איש דברים אנכי, איך בין נישט קיין רעדנער נישט פון דעם גלגול און נישט פון פאריגען גלגל, נאר אזוי ווי די ראשי הקהילה האבן מיר שטארק געבעטן אלץ דיין אויפצוטרעטן דא מיט אפאר ווערטער האב איך פאר כבוד התורה נישט געקענט אפזאגן
עס איז ממש א קידוש השם צו זעהן ווי די אלע אידן דא גרויס און קליין ברייט און שמאל פרייליך און אנגעזעצט זענען אלע געקוומען דא מיטהאלאן די הכתרה פון רעבין שליט''א און תורה'דיגע פאזציעס ווי למשל דער דיין שאפט, מענטשן מיינען אז א דיין און א גרינגע ארבייט, זיי מיינען אז א דיין ריפט מען צו פרעגן וויפיל אזייגער סאיז, צו סגייט שוין זיין א באס צו מתמידים, צו ממעג שוין אנפאנגן צו רעדן פון פורים און צו סגייט שוין זיין א באס אהיים פאר די נייע געגענד און צו מגייט שוין אנפאנגען געבן א געהעריגע פרישטאג אויזער טאנא און אייער א.א.וו..................................................................................אבער סאיז נישט אינגאנצן אזוי עס קומען טאקע אויך אן גרינגע שאלות למשל פאריגע וואך ריפט מיר אן א אינגערמאן היסטעריש ער זאגט אז ער איז ברעסלאווער און ער שטייט יעצט אויפן וויליאמסבורג ברידש און ער האט אפגעמאכט אז פון גרויס שמחה גייט ער אריין טאנצן און וואסער אבער היות עס איז שוין אט סוף זמן קריאת שמע וויל ער וויסן צו ער ער דארף נאך ליינען קריאת שמע צו וויבאלד ער האט שוין געטראכט פון טאנצן איז מחשבה טובה הקב''ה מצרפה למעשה ממילה לעבט ער שוין נישט יעצט ממילה דארף ער שוין נישט ליינען קר"ש,
דווקא איינמאל איז יא געווען זייער א הארבע שאלה ווען צוויי אידן זענען פארזענדליך אריבער געקומען און בכובד ראש געפרעגט וואס איז דער דין אויב האט מען געטראפן ברוינע רויטע שטיקליך און די אייער שפייז צו זאג, צו זאג איך אז די אייער שפייז ווערט בוטל בששים פון די ברוינע שטיקליך און די גאנצע ברכה טוישט זיך, צו באומען די שטיקלעך א דין ווי די שטיקליך ברויט וואס מען לייגט ארויס פאר די פייגלעך ערב שבת שירה און די גאנצע ברכה ווערט פארפאלן צו זאג איך אז די ברוינע שטיקליך מאכט דאס פאר א געהעריגע מאכיל ווי למשל שלישקעס און מען ברויך דערויף מאכן א מזונות, איך האב דעמעלטס "נישט" געוויסט וואס צו ענטפערן, איך האב איבערגעדרייט מיין גאנצע ספרים שטוב פון אינטן ארויף איך און פעטש זענען געפלויגן פון רעטס און לינקס איך האב אפילו געוקיט און ספר דורש טוב אבער איך האב דארט אויך נישט געפינען א געהעריגע תירץ דערויף ביז איך האב באשלאסן צו פאסקענען אז וויבאלד עס איז אזא הארבע שאלה זאל מען דאס בשום אופן מער נישט מאכן און מען וועט זיך מיזען באגעניגען מיט פשטע אייער שפייז, די זעלבע סארט וואס אונזערע זיידעס האבן געגעסן און די אלטער היים,

איך דערמאנן מיך יעצט איך געדענק עס ממש ווי היינט איינמאל קומט מען מיר פרעגען אז היות מען מעג רייכענען און א תענית אויב אזוי צו מען מעג אויך טרינקען די גערייכערטע זופ פון קאך, האב איך גענטפערט אז לפי ענית דעתי טאר מען דיע זופ נישט טרינקען אפילו ווען עס איז נישט קיין פאסט טאג..און זיי האבן מיר שוין "איינמאל" פארשטאנען,
על כל פנים מיר האפן אז יעדער וועט זיך פילן באקוועם און די נייע קהילה און מיר האפן אויך אויפצוטרעטן פון צייט צו צייט מיט שעורים ספעציעל און הלכות פורים און אין הלכות אכילה ווי אסאך זאכן דארפן א קלארקייט...
זאל שער אייבערשטער העלפן אז מען זאל שוין בקרוב זוכה זיין צו טאנצן און זינגען די ריכטיגע ניגן פון יחי אדונינו מורינו ורבינו מלך המיח לעולם ועד בב"א
עם הנבחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 14, 2015 3:16 pm

Re: פורים שפילן-דרשות-תורות פאר קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם הנבחר »

איך דארף פאר א ראש הקהל ביטע
שרייב תגובה

צוריק צו “מועדים וזמנים”