Re: פורים תשפ"ג - חיזוק פאר עלטערע בחורים / גרושים
גוט ארויסגעברענגט געפילן. דו טויגסט דערצו!איד27 האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 7:31 pmיעדער האט זיינע נסיונות, איך פארשטיי נישט דיר און די פארשטייסט נישט מיך יעדער האט זיך זיין וועג און זיין נסיון און יעדער דארף זיך מחזק זיין לויט זיינע אומשטענדן.
א עלטערע בחור'ס/גרוש נסיון איז די חלק אז ער דרייט זיך פורים ארויף און אראפ און ער האט נישט וואס צוטהון ווער גרייט איהם אן משלוח מנות פאר וועם זאל ער שיקן, וואס איז בכלל זיין מאטיוואציע אין לעבן? צו וואס צילט ער? וואס זאל ער לערנען? פארוואס פון איהם פארלאנגסטו ער זאל לערנען, ער זאל דאווענען, ווען די קומסט אן שפעט צום דאווענען זאגנדיג כבין געקומען שפעט ווייל כהאב געדארפט אויפפאסן אינדערהיים ווייל מיין ווייב איז געגאנגן צום דאקטאר מיטן פערדן קינד און איך דארף נאך זיין פרייליך ווייל איך האב נישט די דאגות בה און כזאל מיך זעצן לערנען רצופות און יא די רייצט מיך אן כוויל עס אזוי שטארק זיך זעצן לערנען רצופות אפאר שעה בין מגילה למגילה און כפארשטיי אפילו אז יעצט איז די צייט ווען כהאב נישט דאגות המשפחה הגם דאגת הארבעט האב איך יא נאר כבעט ביים באשעפער אז כאטש א מנחה מיט בכיות אין א ווינקל זאל איך מיך קענען צאמנעמען און נישט אנטלויפן אין בעט צוליב וואס כהאלט נישט אויס ווי יעדער טאנצט און פריידט זיך משפחה ומשפחה און איך דארף שטיין אין די זייט ווייל אפילו כטאנץ יא לעבעדיג און כוויל מיך יא אויסגעבן קומט דער פעטער מיט אזא קלאפ אין רוקן אה בה כהאב הנאה ביסט פרייליך די ישועה איז נאנט.......
נ.ב. א ריזיגע שכוח פאר דיין חיזוק גיב נאך חיזוק כהאב נאר ארויס געברענגט מיין פערספעקטיוו פון מיינע איבערלעבענישן.
די ניק איז מער נישט אקטיוו