לופטהאנזא האט יעצט געמאלדן אן אפמאך מיט די עירפארט סטעף צו העכערן די וועידזשעס און סטאפן די סטרייקס, די סטעף באקומען אן אינקריעס פון 12.5% און ווי אויך א סטימיולעס טשעק פון 3000 יורא. יעצט בלייבט צו זעהן ווער עס וועט באצאלן פארן סטרייק...
לופטהאנזא האט יעצט געמאלדן אן אפמאך מיט די עירפארט סטעף צו העכערן די וועידזשעס און סטאפן די סטרייקס, די סטעף באקומען אן אינקריעס פון 12.5% און ווי אויך א סטימיולעס טשעק פון 3000 יורא. יעצט בלייבט צו זעהן ווער עס וועט באצאלן פארן סטרייק...
און וואס איז מיט אוסטריען?
אוסטריען איז אונטער עקסטערע מענעדזשעמענט אנטער די ברייטערע לופטהאנזא גרופ
טעקסאס דיסטריקט אטוירני מעלדט אויספארשונג אויף קאנטרעווערסיאלע באואינג סופלייער קוקט אריין אין די מעגליכקייט אז לינקע ליבעראלע פאליסיס האב געשפילט א ראלע
די DA פון די סטעיט אוו טעקסאס האט געמאלדן זייער אייגענע אויספארשונג קעגן Spirit AeroSystems איבער די פראבלעמען אין די קאמפאני וואס זענען ארויפגעשוואומען אויפן אויבערפלאך (אדער קען מען זאגן אראפגעפאלן פון אויבן...) ביי די אלאסקע 1282 אינצידענט. דאס איז אויסער די ברייטערע אויספארשונגען דורך פעדעראלע אינוועסטיגעיטערס. די קאמפאני האט איינע פון אירע פלענטס און טעקסאס, און די DA זאגט אז זיי האבן פארלאנגט פון ספיריט צוצושטעלן געוויסע דאקומענטן, צו פארשן אויב די קאמפאני'ס DEI פאליסיס האבן געשפילט א ראלע אין די שוואכע קוואליטעט וואס די פעקטארי האט פראדוצירט. די DEI טערמין באציט זיך צוDiversity Equity & Inclusionפאליסיס וואס אסאך קאמפאניס האבן איינגעפירט אין די לעצטערע יארן, צו געבן מער פרעפערענס ביים אויפנעמען פאר ארבעטערס פאר מענטשן מיט טונקעלע הויט, גרין-קאלירטע האר, אויערינגעלעך אין די נאז, פרעש, עגדיסן און אנדערע מיחושים. ס'איז שוין לאנג דא אן ארגומענט אז שטעלן אזעלכע פאליסיס ברענגט די קאמפאני צו פארקירעווען די פאקוס פון בלויז זוכן די בעסטע ארבעטער פאר די דזשאב, און דאס קען זיך דערקייקלען צו שוואכערע קוואליטעט פון ארבעט. באמת גייט עס געווענליך קיינעם נישט אן, ווייל ס'דארף מיך נישט אנגיין אז א קאמפאני לייגט זיך אליינס צוגרינד מיט שוואכע קוואליטעט סחורה ווייל זיי טוען בעפארצוגן געוויסע גרופעס אלס ארבעטער. במילא, טראץ וואס ס'קען זיין א גוטע טענה, אי לא טעין לא טענינן ליה אנן. אבער יעצט זאגן די קלעגער פון טעקסאס, אז זיי ווילן אריינקוקן אין די מעגליכקייט אויב די פאקט אז די קאמפאני האט געהאט אזעלכע ערוב-פרענדלי פאליסיס האבן גורם געווען אז זיי זאלן האבן א אומקוואליפיצירטע ארבעטס קראפט, אראפברענגענדיג די קוואליטעט פון זייערע סחורה, און דאס קען שוין יא זיין פראבלעמאטיש. לויט עקספערטן האט די טעקסאסאנער DA די לעגאלע רעכט צו פארלאנגען אזעלכע דאקומענטן טראץ וואס מ'רעדט בלויז פון א שפעקולאציע אין וואס די סטעיט וויל אריינקוקן, פשוט פאר - ווארשיינליך - פאליטישע צוועקן.
אויב וואונדערט איר זיך וואס ספיריט האט מיט די גאנצע אלאסקע עירליינס סומאטוכע, וועט איר מוזן צואווארטן אויף חלק ב' פון די שמועס איבער"באואינג'ס דורכפאל"אין די פליגעלעך אפטיילונג.
איבערפלוס פון מים סרוחים שיקט צוריק פליגער קורץ נאכן זיך הייבן נאך א יונייטעד-SFO פארבינדעטע אינצידענט
(מישט ווייטער אויב האלט איר אינמיטן עסן...) אויב האט איר געמיינט אזא ווארים אויסגוסאיז אומבא'טעמ'ט, וועלן מיר אייך איבעראשן מיט די היינטיגע נייעס! פאריגן פרייטאג האט זיך א 777 פון יונייטעד געגרייט צו הייבן פון פראנקפורט, סערווירנדיג רוט UA59 קיין סאן פראנציסקאו. די מאנשאפט האט אנגעמערקט איידער די רייזע אז צוויי פון די צען פריוואטע צימערלעך אויפן פליגער זענען out of service, אבער די פלייט אטענדענטס האבן געקלערט אז מיט 8 פארבליבענע אין באנוץ, וועט מען גרינגערהייט קענען דורכשווימען דעם פראבלעם. זיי האבן נישט געוואוסט אז "דורכשווימען" וועט טאקע מיינען "דורכשווימען"... קורצליך נאכן זיך הייבן, האבן טייל פאסאדזשירן אנגעהויבן דערשפירן א ריח פון אפלויף (די אנדערע טייל פאסאדזשירן זענען פשוט פארקילט און שמעקן גארנישט), און אויב האט איינער געקווענקלט פון וואנען ס'שטאמט, האט נאכגעפאלגט א דינע שטראם וואסער מיט קראנטע באווייזן פון איר אפשטאם... די קרו האט זיך געפארעט פאר עטליכע מינוט צו לעזן די קריזיס, אבער ס'איז באשלאסן געווארן אז פלאמבערס אין FRA וועלן מאכן א בעסערע דזשאב ווי זיי, און די פליגער האט זיך צוריקגעקערט. די פאסאנדזשירן זענען איבערגעשלאפן אין פראנקפורט אויף יונייטעד'ס קרעדיט קארטל, און צוטיילט געווארן אויף אנדערע פליגערס דעם נעקסטן צופרי.
איך האב נישט ליב צו מאכן קיין סענזאציעס, אבער אויף דערווייל שטיי איך אוועק פון יונייטעד-SFO פארבינדעטע רוטס...
◄ ווייז ספוילער
דו צעלייגער! מ'קען מיינען אז דו ביסט דארט צוויי מאל א וואך, און יעצט גייסטו ממש מוזן קענסלען וויכטיגע מיטינגס אין סאן פראנציסקא ווייל דו פליסט נישט אהין...
צוויי עירפארטס פארוויקלט אין א שטרייט איבער נאמען אוקלענד וויל מאכן א שינוי השם אבער SFO איז אומצופרידן
קאנטעקסט: די "סאן פראנציסקא בעי" איז א וואסער-בארטן ביים מערב זייט פון קאליפארניע. די גלילות והמסתעף זענען גאר בארימט פאר אסאך טוריסט אטראקציעס, אריינגערעכנט די גאלדן געיט ברידזש, די היסטארישע אלקאטרעז טורמע און נאך. מיליאנען פון איבער די גאנצע וועלט באזוכן די געגנט יערליך, שטעלנדיג די עירפארטס ארום אויף די ליסטע פון די פארנומענסטע אין לאנד. די פאפולערסטע סיטי אין די אומגעגנט איז "סאן פראנסיקסא סיטי" (וואס איז אויך א אייגענע קאונטי, ענליך צו לאס אנדזשעלעס און נ"י, נ"י) זיצנדיג אויף וואסער פון עטליכע זייטן און זי טראגט טאקע די ברענד נעים פון די געגנט. אבער די א.ג. Bay area ציהט זיך ווייטער אויף ניין קאונטיס ארום, און אלע פראבירן אויך צו כאפן א מוציא פון די טוריזם עקענאמיע. די נעקסט-נאנטסטע איז Oakland, וואס פארמאגט אויך הערליכע ברעגעס, אינזלען, פארקס א.א.וו., ציענדיג א שיינע מספר פון באזוכער אריבערצושפרייזן אירע גרעניצן. די סיטי פארמאגט איר אייגענעם עירפארט וואס סערווירט אסאך דעסטינאציעס איבער דעם אמעריקאנעם קאנטינענט.
פאר עטליכע וואכן צוריק האט די פארט אויטאריטי וואס פארפיגט איבער אוקלענד עירפארט געמאלדן מיט א בלעכענעם פנים, אז זיי פלאנען צו מאכן דעם ואגדלה שמך, און טוישן די נאמען פונעם לופטפעלד צוSan Francisco Bay Oakland International Airport! לויט ווי זיי זאגן, כאפן רוב רייזנדע ניטאמאל ווי נאנט די אוקלענד עירפארט איז צו די בעי געגנט, און ס'איז אפילו נענטער צו טייל אטראקציעס ווי די גרעסערע SFO. במילא וועט אזא טויש העלפן פאר פאטענציאלע רייזנדע צו כאפן מיט וויפיל גרינגערע און ביליגערע מיטלען זיי קענען אנקומען צום סאן פראנציסקא געגנט, בפרט אז טייל עירליינס אפפערן ביליגערע טיקעטס אויף געוויסע רוטס וויבאלד די קאסטן צו אפערירן אין אוקלענד זענען - פארשטענדליך - נידריגער ווי אין SFO. זעהט אויס אז פונקט ווי ס'איז מקובל אז מ'לייגט צו א נאמען פאר א חולה אלס א סגולה, האפן די באאמטע אז די שינוי השם וועט העלפן דעם עירפארט אין איר חולשה פון ביזנעס...
פארשטייט זיך אז SFO האט בכלל נישט גענומען פאר קיין זכי' אז זייער קלענערע שכן זאל זיין נקראת על שמם, און געבעטן שיינערהייט אז די וועד וואס איז עס מחליט זאל צוריקציען פון זייערע פלענער ערקלערנדיג אז דאס גייט ברענגען גרויסע צומישענישן ביי טרעוולערס, ווייל יעדער איז פון אייביג אן צוגעוואוינט אז "סאן פראנציסקא עירפארט" איז די גרויסע SFO וואס טראגט שוין דעם נאמען כמעט פון איר גרינדונג, און אויב וועט זיין נאך אן עירפארט וועלן מענטשן בטעות פארטוישן איינע מיטן צווייטן, און דאס האט די פאטענציאל צו ברענגען אסאך עגמת נפש ביים פליען. ס'איז שיין צו זעהן ווי קיינער האט ממש נישט קיין סעלפישע אגענדע פאר זייער אייגענע פרעסטידזש, נאר די גרויסע עירפארטס ווילן בלויז דאס בעסטע פאר די פאסאדזשירן! זיי האבן פשוט דעות מחולקות איבער וועלכע מהלך איז די בעסטע פאר די המון עם...
די "סטעיטמענטס" פון ביידע זייטן גייען שוין אזוי אן עטליכע וואכן, אבער נעכטן האט שוין SFO געסטראשעט OAK מיט געריכטליכע קלאגעס אויב דרייען זיי נישט צוריק די פלענער, ווייל די ביז יעצטיגע געבעטן האבן נישט אויסגעזעהן צו ברענגען באלדיגע חרטה געפילן ביי אוקלענד באאמטע.
(ס'איז עכט שווער געווען זיך איינצוהאלטן פון מאכן טעגלאשע וויצן ווען ס'קען ווען זיין אזוי שיין אין א באריכט איבער צוויי אויטאריטעטן וואס קריגן זיך אויף א נאמען. איך האף די הנהלה אפרישיעיט אז אין 2024 זענען נאך דא אידן וואס האלטן זיך צו די תקנות...)
א מאפע וואס ווייזט די לאקאציע פון די צוויי לופטפעלדער
= שומר ישראל שמור שארית ישראל = איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל... אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!