זיי דיר מתבונן!
בסייעתא דשמיא.
טייערע ברודער אויב גייסטו דורך עפעס א שווערעקייט, עפעס מוטשעט, זאכן גייען נישט ווי געפלאנט, איך האב פאר דיר אן עצה וואס האט מיר פרעזענדליך - גייענדיג יעצט דורך אן אמת׳ע שווערע נסיון אין מיין לעבן - שטארק געהאלפן.
זיי דיר פשוט מתבונן און די איין זאך. אז הקב״ה האט דיר באמת ליב! סימפל! אפשר פילסטו יעצט ״לייק סיריעסלי?!? איך האב געמיינט ס׳קומט עפעס מעכטיג״, אבער איך זאג דיר אז ביי מיר האט עס באמת געהאלפן! פשוט טראכטן פון דעם ווען די קענסט נאר, ווי די גייסט נאר! נאכן עס טראכטן אסאך מאל גייט עס ווערן נקבע בלבך און ס׳גייט ווערן א חלק פון דיין געדאנקן גאנג!
און יעצט נאך א קנייטש…
א איד האט אמאל געפרעגט ר׳ שלום מרדכי ראבאשקין, וויאזוי האסטו זיך געהאלטן שטארק דיינע אלע שווערע זמנים?
האט ער געענפערט ווייל איך ווייס אז הקב״ה האט מיר ליב! און ער מיינט מיין גוט׳ס!
האט אים יענער געפרעגט ״מהיכי תיתי? ה״א טאל״ד י״א?!
האט ער געענפערט! הערט גוט!
ווען א מענטש גייט אריין אין תפיסה, מאכט זיך אסאך מאל אז זיין שטוב פאלט צוזאם, קיינער קוקט אים נישט אן, וכדומה, ביי מיר איז מיין שטוב געבליבן גאנץ! איך האב באקומען בריוו׳ן פון די גאנצע וועלט! קען דען זיין אז הקב״ה האט מיר ח״ו פיינט!
און אנדערע ווערטער, דעס אליין אז בשעת דיין נסיון בשעת דיין שווערעקייט, זעהסטו דא און דארט די טוב הנגלה פון הקב״ה, דאס ווייזט בפירוש אז דיין טאטע האט דיר באמת ליב! און מיינט נאר דיין טובה! און אונז גייען נאך איין טאג אלעס פארשטיין!
איך ווייס ס׳איז נישט קיין גרויסע חידושים.. אבער עס ליגט מיר פשוט אויפ׳ן הארץ האב איך עס געוואלט שערן מיט די עולם..
הצלחה!

געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..