לעשות נקמה - בגוים

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2481
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2024 4:56 pm
א פרוי פארציילט איבער איר שכנה וועלכע פלעגט האלטן איר שטוב הונטל אינדרויסן פון שטוב אין אלע סארט טעמפעראטורן און זי האט נישט געקענט צוקוקן ווי אזוי די באשעפעניש בילט און ציטערט פאר קעלט ווערנדיג באנעצט אין שווערע שלאקס רעגנס

אלע אירע געבעטן זענען געפאלן אויף טויבע אויערן און זי האט אריינגערופן די ספעציעלע נומער צו באריכטן באשעפעניש פייניגונג און פאליציי זענען אראפגעקומען אוןאויסגעשריבן א טיקעט פאר די הינט אייגנטומער

ווי נאר די אפיצירן האבן פארלאזט די סצענע האט יענע אנגעהויבן קלאפן אויף איר טיהר און שרייען ווילדע לאזונגען אבער זי האט אנגעצינדן הויכע מוזיק און עס געלאזט שפילן ביז יענע איז מיד געווארן און צוריק צו זיך אין שטוב

די קומענדיגע טאג האט די פרוי וועלכע האט געהאט גערופן די פאליציי באשלאסן צו לערנען איר שכנה א לעקציע און זיך איינגעהאנדלט א גוטע ספיקער א אראפגעלאדנט א רעקארדירונג פון די שטימע פון א הונט וואס בילט אלס אן MP4 און עס צוגעטשעפט צו איר בלוטוט ספיקער און אנגעשטעלט גענוג הויך אז מען זאל עס אריבערהערן צו די אנדערע הויז

עס האט נישט לאנג געדויערט און קלאפן פון פאליציי האבן זיך געהערט אויפן טיהר און זי פרעגט געמיטליך וואס עס האט זיי געברענגט היינט און ווי ערווארטעט איז די אנטווארט געקומען אז זיי האבן ערהאלטן א באקלאגעניש איבער א הונט וואס בילט

זי האט רואיג ערקלערט פאר די פאליציאנטן אז זי פארמאגט נישט קיין הונט און זיי געלאזט דורכפירן א רעוויזיע אין איר אלע צימערן פון איר וואוינונג און זיי האבן גיך פעסטגעשטעלט אז עס איז געווען א בלויזע הונט בלבול

די שכנה איז געשטאנען אונטער די אפיצירן געפפלעפט און ערשטוינט און דאן האט די הונטלאזע פרוי געלאזט פאלן איר צוגעגרייטע באמערקונג זאגנדיג אז די הונט פון די שכנה בילט אזוי פיל אז זי הערט שוין דאס בילן אין איר קאפ אונטער איר באוואוסטזיין אפילו ווען קיינער בילט נישט

די שכנה האט געקריצט מיט די ציין אבער דער אפיציר האט איר אנגעזאגט אויפצוהערן אריינרופן מיט גרונדלאזע באקלאגענישן און די פרוי האט געמוזט אנהויבן גלויבן אז זי הערט טאקע פאנטאזישע בילן ביי זיך אין קאפ און געהאפט אז עס איז בלויז געווען אן איינמאליגע פאסירונג

די נקמה האט אבער פארגעזעצט פאר א לאנגע צייט ווען די הונטלאזע שכנה האט יעדן טאג אנגעצונדן איר ספיקער און זי האט געקענט אריבערהערן ווי די שכנה הויבט אן ליארמען פאר שרעק איבער די פרישע אנשיקעניש וועלכע בילט אין איר קאפ
מיין לייק קנאפ ארבעט נישט איצט

אבער א באזונדערע לייק פאר הונט בלבול...
אוועטאר
מילדי העברים
שר חמש מאות
תגובות: 950
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

אפגעגאלט האט געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2024 5:10 pm

א לייק פאר דיין לייק קנאפ
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:00 pm

ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט נישט געווען אזא אפציע ווי פארלאזן אייוועלט
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1850
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

די הינטלאזע שכנה...
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41591
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פארציילט א גרושה איבער אירע לעצטע טאג בעפאר די צושיידונג

איר געוועזענע האט זיך געהאט איינגעהאנדלט א גרויסע פעקל מיט ציין בערשטלעך און ווען ער איז נישט געווען אין שטוב האט זי איידל ארויסגענומען איינס ביי איינס און אנגעהויבן אויפרייניגן דערמיט די באדע צימער און די היגיעניש נאכגעלאזטע בית הכבוד וואו זי האט זיי אפגעשווענקט און צוריקגעשטעלט אין די האלטער ווי בעפאר

זי האט פאטאגראפירט יעדע בערשטל און אוועקגעלייגט די בילדער אויף די ריכטיגע געלעגנהייט און ארום 10 יאר דערויף ווען זי האט אויסגערעכנט אז ער האט שון ווארשיינליך פארנוצט די גאנצע פעקל האט זי אים אפגעשיקט די בילדער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41591
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א הויז אייגנטומער איז געווען גאר אומצופרידן מיט די סערוויס צוגעשטעלט דורך א אינזעקטן קאנטראל פירמע וועלכע ער האט ארגינעל גענוצט נאך וואס ער האט געוואוסט אז זיינע עלטערן נוצן זיי

ער איז אבער געווען אנטוישט מיט די ארבעט און אנגעהויבן נוצן א צווייטע פירמע ביז ווען א סעילסמאן פון די ערשטע פירמע האט זיך באוויזן ביי זיין טיהר נישט פארצושלאגן זייער סערוויס

יענע רעפרעזענטאט האט נישט געוואוסט אז ער באזוכט איינער וועלכע פלעגט זיי נוצן אין די פארגאנגנהייט אבער דער הויז אייגנטומער האט באשלאסן אז אנשטאט איינפאך זיך ארויסדרייען פון יענעם וועט ער אים פרעזענטירן זיין קעיס פארוואס ער האט וויל זיי נישט נוצן

ער האט ערקלערט פאר יענעם אז ער נוצט א צווייטן און איז זייער צופרידן אבער זיינע עלטערן פארמאגן אויך א גארטן און קענען מעגליך זיין אינטערסירט אין זיין סערוויס און ער איז וויליג אראפצוגיין מיט יענעם אהין און כאפן א בליק דערויף

יענער האט זיך צוגעכאפט צו די פארשלאג און זיי האבן צוזאמען געמאכט זייער וועג אהין ווען ביים אנקומען האט דער געשליפענע סעילסמאן גלייך אנגעהויבן אפלאכן פון די שרעקליך נאכגעלאזטע צושטאנד אינעם גארטן און פארשפראכן אז זיין פירמע וועט אין ארדענונג ברענגן דאס פלאץ

דער באגלייטער האט אים געלאזט אויסרעדן און דאן אים ערקלערט אז אייגנטליך נוצן זיינע עלטערן יענעם'ס סערוויס און טאקע צוליב אזא שלאבערישע ארבעט האט ער באשלאסן צו זוכן בעסערע גליקן
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3803
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

נעכטן פארענדיג אויפן בי קיו אי האב איך מיך צושמייכלט צו זיך אליינס, וואס איז? איך האב מיך דערמאנט פון די קעפל...
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41591
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

עימיצער וועלכע האט געארבעט אין די מיליטער שיקט אריין צו אונזער אשכול אן עפיזאד איבער זיין דינסט אין איראק

נאך א מונדליכע ווערטער אויסטויש מיט די הויפט אפיציר האט יענער געווארפן א שאכטל וואזעלין אין זיין ריכטונג און אנשטאט טוהן עפעס ספאנטאן האט דער באווארפענער עס רואיג אויפגעהויבן און פארשטעקט טיף אין זיין קעשענע קלערנדיג אז עס וועט אים נאך אמאהל צוניצקומען

די שאנס האט נישט פארשפעטיגט און אין א שטילע געלעגנהייט ווען זיין אויבערהאר איז געווען אינדרויסן האט ער דורכגעפירט א שנעלע קאודינג פון וואזעלין אויף אלע סענסיטיווע ציהלן ביי יענעם'ס ארבעט'ס טישל

ער האט געשמירט אביסל אינווייניג אין די טרונק גלעזער, א שיכט אויף די אונטערשטע טייל פון די הענטלעך פון אלע לעדלעך און אזוי ווייטער און ווען יענער איז ערשינען האט געדויערט גאר א לאנגע צייט ביז ער האט באגריפן ווי ווייט די וואזעלין אטאקע איז געגאנגען און אויפצורייניגן זיינע פארשמירטע הענט וועלכע זענען געווארן געוואשן און נאכאמאל שמוציג נאכאנאנד

נאך וואס עס האט אויסגעקוקט אז אז די סצענע איז ענדליך געברענגט געווארן אונטער קאנטראל האט אונזער היינטיגער נוקם וועלכע איז געזיצן ביי זיין טישל און אלעס מיטגעהאלטן אויפגעהויבן דעם טרייבל און אריינגעקלאפט די נומערן פון זיין אפיציר

יענער האט אויפגעהויבן די טעלעפאן און זיין אויער איז געווארן באדעקט מיט א דיקע שיכט וואזעלין און עס איז נישט קלאר ווי אזוי די געשפרעך האט זיך אויסגעלאזט

הערן מיר היינט פון עימיצער וועלכע האט געארבעט פאר א גאר שטרענגע ארבעטסגעבערין וועלכע איז געווען געבענטשט מיט קאפריזן פון אלע סארט

איין טאג האט זי ארויסגעשטעלט א פלאקאט מיט א פארבאט אקעגן מייקראוועיוו פאפקארן זינט זי האט נישט געקענט דערהייבן די גערוך

די באטרעפנדע ארבעטער האט געפונען אויף עמעזאן א יו עס בי שטיקל וועלכע לאזט ארויס א גערוך פון פוטער באשמירטע פאפקארן און זי האט זיך עס אייגעהאנדלט און איינגעשטעקט אין איר קאמפיוטער און ווי זי פארציילט שפרודלט דארט א אויסנאם שטארקע גערוך שוין פאר פאר זעקס מאנאטן און איר אויבערהערנטע קען נישט דערגיין פון וואנעט עס קומט
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6474
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 1:33 pm
עימיצער וועלכע האט געארבעט אין די מיליטער שיקט אריין צו אונזער אשכול אן עפיזאד איבער זיין דינסט אין איראק

נאך א מונדליכע ווערטער אויסטויש מיט די הויפט אפיציר האט יענער געווארפן א שאכטל וואזעלין אין זיין ריכטונג און אנשטאט טוהן עפעס ספאנטאן האט דער באווארפענער עס רואיג אויפגעהויבן און פארשטעקט טיף אין זיין קעשענע קלערנדיג אז עס וועט אים נאך אמאהל צוניצקומען

די שאנס האט נישט פארשפעטיגט און אין א שטילע געלעגנהייט ווען זיין אויבערהאר איז געווען אינדרויסן האט ער דורכגעפירט א שנעלע קאודינג פון וואזעלין אויף אלע סענסיטיווע ציהלן ביי יענעם'ס ארבעט'ס טישל

ער האט געשמירט אביסל אינווייניג אין די טרונק גלעזער, א שיכט אויף די אונטערשטע טייל פון די הענטלעך פון אלע לעדלעך און אזוי ווייטער און ווען יענער איז ערשינען האט געדויערט גאר א לאנגע צייט ביז ער האט באגריפן ווי ווייט די וואזעלין אטאקע איז געגאנגען און אויפצורייניגן זיינע פארשמירטע הענט וועלכע זענען געווארן געוואשן און נאכאמאל שמוציג נאכאנאנד

נאך וואס עס האט אויסגעקוקט אז אז די סצענע איז ענדליך געברענגט געווארן אונטער קאנטראל האט אונזער היינטיגער נוקם וועלכע איז געזיצן ביי זיין טישל און אלעס מיטגעהאלטן אויפגעהויבן דעם טרייבל און אריינגעקלאפט די נומערן פון זיין אפיציר

יענער האט אויפגעהויבן די טעלעפאן און זיין אויער איז געווארן באדעקט מיט א דיקע שיכט וואזעלין און עס איז נישט קלאר ווי אזוי די געשפרעך האט זיך אויסגעלאזט
OMG
אוועטאר
שווערע שטופער
שר האלף
תגובות: 1750
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2017 5:28 pm

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערע שטופער »

אז עס גייט נישט מיט כח פראבירט מען מיט מער כח
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

שווערע שטופער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 1:14 pm
🤣🤣🤣
מוה"ר אברהם שאר שליט"א: איזהו גיבור הכובש את יצרו. נישט יענעמ'סיצר הרע, נישט יענעמ'ססמארטפאון. 🔊
אוועטאר
ארבעטסגעבער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטסגעבער »

עס איז געווען א שטיק צייט צוריק א ווידיאו ביי די אינטרעסאנטע ווידיאו אשכול ווי עפעס אן אלטן גוי פארציילט א געשיכטע וואס ער האט געהאט אין א מעקדאנלדס דרייוו-טרו איך מיין אז עס קומט דא אריין.
ווער ס׳ווייסט פון וואס איך רעד זאל עס ביטע צוברענגען.
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41591
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ארבעטסגעבער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 7:06 pm
עס איז געווען א שטיק צייט צוריק א ווידיאו ביי די אינטרעסאנטע ווידיאו אשכול ווי עפעס אן אלטן גוי פארציילט א געשיכטע וואס ער האט געהאט אין א מעקדאנלדס דרייוו-טרו איך מיין אז עס קומט דא אריין.
ווער ס׳ווייסט פון וואס איך רעד זאל עס ביטע צוברענגען.
דאס?

viewtopic.php?p=4978823#p4978823
אוועטאר
ארבעטסגעבער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטסגעבער »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:15 pm
ארבעטסגעבער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 7:06 pm
עס איז געווען א שטיק צייט צוריק א ווידיאו ביי די אינטרעסאנטע ווידיאו אשכול ווי עפעס אן אלטן גוי פארציילט א געשיכטע וואס ער האט געהאט אין א מעקדאנלדס דרייוו-טרו איך מיין אז עס קומט דא אריין.
ווער ס׳ווייסט פון וואס איך רעד זאל עס ביטע צוברענגען.
דאס?

viewtopic.php?p=4978823#p4978823
יא יא
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

פארהאן סיי וועלכע פרישע נקמות? @הכל הבל
מוה"ר אברהם שאר שליט"א: איזהו גיבור הכובש את יצרו. נישט יענעמ'סיצר הרע, נישט יענעמ'ססמארטפאון. 🔊
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2024 4:56 pm
א פרוי פארציילט איבער איר שכנה וועלכע פלעגט האלטן איר שטוב הונטל אינדרויסן פון שטוב אין אלע סארט טעמפעראטורן און זי האט נישט געקענט צוקוקן ווי אזוי די באשעפעניש בילט און ציטערט פאר קעלט ווערנדיג באנעצט אין שווערע שלאקס רעגנס

אלע אירע געבעטן זענען געפאלן אויף טויבע אויערן און זי האט אריינגערופן די ספעציעלע נומער צו באריכטן באשעפעניש פייניגונג און פאליציי זענען אראפגעקומען אוןאויסגעשריבן א טיקעט פאר די הינט אייגנטומער

ווי נאר די אפיצירן האבן פארלאזט די סצענע האט יענע אנגעהויבן קלאפן אויף איר טיהר און שרייען ווילדע לאזונגען אבער זי האט אנגעצינדן הויכע מוזיק און עס געלאזט שפילן ביז יענע איז מיד געווארן און צוריק צו זיך אין שטוב

די קומענדיגע טאג האט די פרוי וועלכע האט געהאט גערופן די פאליציי באשלאסן צו לערנען איר שכנה א לעקציע און זיך איינגעהאנדלט א גוטע ספיקער א אראפגעלאדנט א רעקארדירונג פון די שטימע פון א הונט וואס בילט אלס אן MP4 און עס צוגעטשעפט צו איר בלוטוט ספיקער און אנגעשטעלט גענוג הויך אז מען זאל עס אריבערהערן צו די אנדערע הויז

עס האט נישט לאנג געדויערט און קלאפן פון פאליציי האבן זיך געהערט אויפן טיהר און זי פרעגט געמיטליך וואס עס האט זיי געברענגט היינט און ווי ערווארטעט איז די אנטווארט געקומען אז זיי האבן ערהאלטן א באקלאגעניש איבער א הונט וואס בילט

זי האט רואיג ערקלערט פאר די פאליציאנטן אז זי פארמאגט נישט קיין הונט און זיי געלאזט דורכפירן א רעוויזיע אין איר אלע צימערן פון איר וואוינונג און זיי האבן גיך פעסטגעשטעלט אז עס איז געווען א בלויזע הונט בלבול

די שכנה איז געשטאנען אונטער די אפיצירן געפפלעפט און ערשטוינט און דאן האט די הונטלאזע פרוי געלאזט פאלן איר צוגעגרייטע באמערקונג זאגנדיג אז די הונט פון די שכנה בילט אזוי פיל אז זי הערט שוין דאס בילן אין איר קאפ אונטער איר באוואוסטזיין אפילו ווען קיינער בילט נישט

די שכנה האט געקריצט מיט די ציין אבער דער אפיציר האט איר אנגעזאגט אויפצוהערן אריינרופן מיט גרונדלאזע באקלאגענישן און די פרוי האט געמוזט אנהויבן גלויבן אז זי הערט טאקע פאנטאזישע בילן ביי זיך אין קאפ און געהאפט אז עס איז בלויז געווען אן איינמאליגע פאסירונג

די נקמה האט אבער פארגעזעצט פאר א לאנגע צייט ווען די הונטלאזע שכנה האט יעדן טאג אנגעצונדן איר ספיקער און זי האט געקענט אריבערהערן ווי די שכנה הויבט אן ליארמען פאר שרעק איבער די פרישע אנשיקעניש וועלכע בילט אין איר קאפ

סא קעלבל (ספיקער) און נישט קיין הינט!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”