Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען
ווענדט זיך וואס, עס איז אלץ דא וואס צו פלאנצן, געוויסע זאכן דארף מען פלאנצן אנדערש פון פלעצער ווי די זון איז נישט אזוי שטארק (למשל לאזן די בלעטער ווערן גרעסער צו פארמיידן זון פלעקן, פלאנצן מער צוזאמגעדריקט צו פארמערן שאטן וכדומה), און עס איז אויך דא געוויסע וועדזשטעבלס וואס מען קען טאקע נישט פלאנצן אין די זומער.שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: ↑ זונטאג יאנואר 28, 2024 6:23 pmאיז דען נישט צו הייס צו וואקסן גרינצייג דורכאויס די אריזאנע זומערס?אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑ זונטאג יאנואר 28, 2024 6:03 pmמען מעג ארויפברענגן דעם אשכול אינמיטן ווינטער? אה, איך זעה אז @הודו להשם האט עס שוין געטוהן, איז לאמיר אנהויבן.
נאך וואס אלץ קינד פלעגן מיר שטארק הנאה האבן צו פלאנצן אינעם בעקיארד יעדן זומער, פאברענגנדיג שעות זיך אפצוגעבן מיט די טאמאטעס, פיקעלס, פאטעטאס און די גוזבערי ביימעלעך, האמיר אלץ געווארט אויף די געלעגנהייט צו קענען פלאנצן אינעם אייגענעם בעקיארד געשמאקע וועדזשטעבעלס.
זיך אריבערצוענדיג קין אריזאנע האמיר טאקע געהאט די געלעגנהייט צו אנהויבן פלאנצן אינעם אייגענעם בעקיארד, אין אריזאנע קען מען פלאנצן דורכאויס דער גאנצע יאר האבנדיג א שטארקע זון דורכאויס דער גאנצע קיילעכיג יאר, פארשטייט זיך אז אין די ווינטער פלאנצט מען אנדערע זאכן ווי אין די זומער אבער אוועראלל איז אלץ דא וואס צו פלאנצן.
דורכאויס דעם זומער פאריגע יאר האמיר פרובירט אביסל צו פלאנצן זוקיני סקוואש, מיר האבן עס געפלאנצט אין א קליינטשיקע פאט, אבער נאך עטליכע וואכן (נאך וואס עס האט שוין געהאט ארויסגעקומען די בלומען) זענען זיי מיר אפגעשטארבן זייער שנעל, איך האב שוין געשריבן אין אן אנדערע אשכול דערוועגן, כ'בין נישט זיכער ווי, אז לכאורה איז די פראבלעם געווען אז איך האב געגעבן צו סאך וואסער (מיינענדיג אז אין די היצן וואס עס איז דא דא פעלט אויס איבער די מאס), אבער אין אוועראלל איז לכאורה די סיבה געווען ווייל מיר זענען ב"ה געווען פארנומען מיט אנדערע זאכן און זיך נישט געקענט צו סאך אפגעבן מיט דעם עכ"פ במחשבה.
למעשה האמיר נאך די זומער געקויפט עטוואס בעסערע פלענטערס (זייער קליינע אבער בעסערע ווי די ערשטע), היות איך וויל נישט (און ווייס נישט אויב מ'קען עכט) פלאנצן דא אין די ערד אין מיין בעקיארד, און עטליכע וואכן צוריק ווען מיר האבן געהאט אביסל צייט האמיר איינגעפלאנצט אביסל רעטעך צו זעהן מה יהיה חלומותיו, אויב ארבעט עס הרי טוב און מיר וועלן צוקויפן אדער צובויען צו האבן נאך פלענטערס צו קענען וואקסן מער און אז נישט וועלמיר דארפן זעהן וואס מען וועט טוען ווייטער (ווי @הודו להשם זאגט טאקע אין זיין פאריגע תגובה איז רעטעך פון די גרינגסטע זאכן צו פלאנצן במילא איז עס א גוטע טעסט).
(אין די זעלבע צייט האב איך אויך ענדליך געטראפן - נאכן זוכן דורכאויס דעם גאנצע זומער - א עלאו ווערא פלענט וואס וואקסן זייער גוט דאהי אין אריזאנע, און מיר האבן אים איינגעפלאנצט אין א פאט אינדערפראנט פונעם הויז, אינטרעסאנט איז צו באמערקן אז ווען מען פלאנצט עס איין אין די ערד שפרייט ער זיך זייער אויס און טייל מענטשן פלאנצן עס וועגן דעם איין צוזאמען מיט די פאט צו אפהאלטן די פאשפרייטונג).
דורכאויס די לעצטע פאר וואכן האמיר יעדן טאג געוואסערט און באטראכט די פראגרעסס, די ערשטע פאר וואכן האט זיך עס נישט צו שנעל געריקט (הגם אויף די סיעדס איז געשטאנען מען קען עס שוין הארוועסטן נאך 28 טעג), אבער נאכן עס רוקן צו דער בעק פונעם בעקיארד כדי צו זיין די מאקסימום צייט אונטער די זון (רעטעך דארף אסאך זון, און טאקע דערפאר קען מען עס נישט וואקסן די צייט פון יאר און אנדערע פלעצער אין אמעריקע, אבער דאהי ווי דו זין איז פול פארס יעצט, קען מען עס יא פלאנצן כמעט א גאנצע יאר) האמיר ב"ה געמאכט שיין פראגרעסס, מיר האבן טאקע נישט געטוהן איינע פון די וויכטיגע זאכן אין פלאנצן וואס איז thinning, היות מיר זענען נישט געווען זיכער צו עס פעלט זיך אויס האבנדיג געפלאנצט זייער ווייניג, אבער ב"ה דערווייל וואקסט ער שיין, עס איז מער קלענערע רעטעך פון די וואס מען קויפט געווענדליך אין געשעפט, אבער אזוי איז אויך געשטאנען אויפן סיעדס אז עס גייט זיין.
פאלגענד זענען עטליכע בילדער פון דורכאויס די צייט:
DSC_3942.jpg
DSC_4001.jpg
DSC_4225.jpg
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - ( אן א פול
), פאר שבתים, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.
פארבינד אייך פאר סיי וועלכע אינפארמאציע איבער דער היימישער ישוב אין אריזאנע
פארבינד אייך פאר סיי וועלכע אינפארמאציע איבער דער היימישער ישוב אין אריזאנע