דעם רבינ'ס ענטפער- הרה''ק מטאהש זי''ע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קאנאדישע פארמער
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 1:44 pm

דעם רבינ'ס ענטפער- הרה''ק מטאהש זי''ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנאדישע פארמער »

ר' מיכל פארט שווערליך אראפ דעם באקאנטען בית החיים ראוד, סאיז נישט שווער ווייל די קאר איז איבערגעפילט אדער ווייל די וועג איז אנגעלייגט מיט שניי, סאיז זיין מח וואס איז אנגעלייגט מיט שווערע דאגות אין זיין געוויסן מיט גרויסע חובות. שוין א לענגערע וויילע וואס ר' מיכל מוטשעט זיך מיט פרנסה ער קען זיך עפעס נישט מסדר זיין, אין זיין שווערע מצב האט ער זיך געטראפן ארומדרייען מיט קרעדיט קארדס ליינס אף קרעדיט און אלע זייערע אנדערע שותפים וקרובים וואס הצד השוה שבהם אז עס שלעפט אריין דעם מענטש אין אן ענדלאזן שדים טאנץ פון בארגן פון הענדל צו באצאלן פאר מענדל און אזוי ווייטער... צו דעם אלעם האט נאך אן אומגעלונגענעם געשעפט צוגעלייגט נאך א צענער צום הויפן און אנגעשלאסן נאך א שותף צום ווילדן ראד.

אלזא, אז קיין ברויט אין שטוב איז נישט פארהאנען און קיין ליכט אינעם טונעל זעט זיך גארנישט אן, איז ר' מיכל יעצט אויפן וועג צום ציון הקדוש אין טאהש אשר ישועות בו מקיפות, דער צדיק וואס ביים זיין דא אויף די וועלט איז ער געווען דער תל שכל פיות פונים בו, דער עמוד צלותהון של ישראל און האט אזויפיל משפיע געווען פאר אידישע קינדער בני חיי ומזוני, איז אוודאי ווען ער איז אויף יענער וועלט שעומד שם ומשמש וקרוי חי איז דאס דער ריכטיגער פלאץ זיך אויסצוגיסן דאס הארץ און אפלאדענען די שווערע פעקלעך מט דאגות.

קאפיטל נאך קאפיטל וויינט זיך ר' מיכל אויס ער איז זיך מחזק אז זיינע קאפיטלעך זענען עושה רושם... אפשר נישט? נעה, אוודאי יא! און ער זאגט ווייטער, ער דערמאנט זיך אז די נשמה פונעם צדיק איז שורה ביים ציון און מען קען אוודאי אויספועלן כבחיים חיותו, אבער ער פילט נישט גארנישט... איך דארף מיר שטארקן אין אמונה בה' ובמשה עבדו טראכט ער צו זיך, ער הייבט אן רעדן אויף מאמע לשון ער וויינט זיך אויס איבער זיין שווערן מצב ווען ווידער כאפן זיך אריין אזעלכע פרעמדע מחשבות, "קיינער הערט מיר נישט" פאר מיר גייען נישט געשען די מופתים... אין ער ווערט שטיל, סאיז אזוי אומהיימליך אומבאקוועם עפעס שפירט ער זיך אזוי פארזאלצן... טרערן הייבן אים אן צו פליסן "רבי" בעט ער, "געב מיר עפעס א סימן אז דו הערסט מיר אויס" לאז מיר שפירן אז מיינע תפילות גייען ארויף... ער קוקט זיך אזוי ארום ווען זיינע אויגן פאלן אויפן דערנעבנדיג'ן שענקל ער זעט דארט די ספרי עבודת עבודה ווען ער ווענדט זיך צום רבין "איך גיי ארויסנעמען א ספר פון שאנק און עפענען, איך בעט דיר, גיב מיר עפעס א סימן אז די הערסט מיר אויס.

ער גייט צו צום שאנק און שלעפט ארויס דעם באנד אויף וועלכע זיין האנט האט געלאנדעט און ער גיבט עס א מאך אויף און זיינע אויגן פאלן אינעם צענטער פון א ליידיגן בלאט...

אין א בליץ פון א סעקונדע לויפן אדורך די מחשבות, "איך האב געוויסט, איך רעדט צום דופן..." ווען ער באמערקט אפאר שורהלך אויבן, "דברי ברכה פון א יארצייט סעודה?! וואס גייט דא שטיין אז משיח זאל קומען? אמן, שכח!"... און א צווייטע מחשבה זאגט אים הייב אן ליינען...

"תמצית הדברים, דהצדיק נמצא אתנו, והוא עומד מוכן להושיענו, ובזכות הסעודה שסעדנו לכבודו... וכו'

און ר' מיכל האט געהאט זיין ענטפער...

(אטעשירט איז בילד פונעם עמוד)
unknown (1) (2).jpg
unknown (1) (2).jpg (15.41 KiB) געזען 2082 מאל
*************************************

די מעשה האב איך געהערט פונעם בעל המעשה, סאיז כדי צו באטאנען אז ר'מיכל האט נאכנישט געהאט זיין ישועה אויף וואס ער האט געבעטן אבער לפחות ווייסט ער אז מען הערט אים אויס...
לעצט פארראכטן דורך קאנאדישע פארמער אום דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 1:13 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
דעם רבינס ענטפער - הרה''ק מטאהש זי''ע

אלעס איבער די וועטער אין מאנטריאל
viewtopic.php?t=15674&start=9225
קאנאדישע פארמער
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 1:44 pm

Re: דעם רבינ'ס ענטפער- הרה''ק מטאהש זי''ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנאדישע פארמער »

אויב זענט א פראפעסיאנאלער שרייבער און אזוי אויך אויב נישט, ביטע לאזט מיר וויסן מיט וואס מען קען זיך פארבעסערן.

א דאנק.
דעם רבינס ענטפער - הרה''ק מטאהש זי''ע

אלעס איבער די וועטער אין מאנטריאל
viewtopic.php?t=15674&start=9225
אוועטאר
קמן
שר האלף
תגובות: 1681
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 2:43 am
לאקאציע:און מיין פיינט'ס לינקע זאק וואס ליגט און בוידעם

Re: דעם רבינ'ס ענטפער- הרה''ק מטאהש זי''ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמן »

לייג איבער די בילד פון די ספר ווייל עס איז נישט קלאר
יאנאש האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 8:13 pm
- נישט אין סאטמאר גערעדט -
זיכסט מיך❓️ דא ⬇️❗️
ucp.php?i=pm&mode=compose&u=29410
קאנאדישע פארמער
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 1:44 pm

Re: דעם רבינ'ס ענטפער- הרה''ק מטאהש זי''ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנאדישע פארמער »

סאיז דא א וועג עס צו מאכן קלארער?

איך האב עס פארקלענערט ווייל סאיז געווען צו גרויס
דעם רבינס ענטפער - הרה''ק מטאהש זי''ע

אלעס איבער די וועטער אין מאנטריאל
viewtopic.php?t=15674&start=9225
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4925
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: דעם רבינ'ס ענטפער- הרה''ק מטאהש זי''ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

וואס איז דער נאמען?
משולם פייש בן?

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
שדכן גדול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4302
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע:אומאן

Re: דעם רבינ'ס ענטפער- הרה''ק מטאהש זי''ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 4:10 pm
וואס איז דער נאמען?
משולם פייש בן?
מרדכי וצירל
שקר נוטל כסף דובר
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2462
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: דעם רבינ'ס ענטפער- הרה''ק מטאהש זי''ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

מורא'דיגע מורא'דיגע מעשה!
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4925
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: דעם רבינ'ס ענטפער- הרה''ק מטאהש זי''ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

שדכן גדול האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 4:11 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 4:10 pm
וואס איז דער נאמען?
משולם פייש בן?
מרדכי וצירל
וואס איז די סיבה צו זאגן אויך צירל?

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
קמן
שר האלף
תגובות: 1681
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 2:43 am
לאקאציע:און מיין פיינט'ס לינקע זאק וואס ליגט און בוידעם

Re: דעם רבינ'ס ענטפער- הרה''ק מטאהש זי''ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמן »

הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 4:34 pm
שדכן גדול האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 4:11 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 4:10 pm
וואס איז דער נאמען?
משולם פייש בן?
מרדכי וצירל
וואס איז די סיבה צו זאגן אויך צירל?
זיין זיידע האט געהייסען משלום פייש בן מרדכי וזעלדע
יאנאש האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 8:13 pm
- נישט אין סאטמאר גערעדט -
זיכסט מיך❓️ דא ⬇️❗️
ucp.php?i=pm&mode=compose&u=29410
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4925
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: דעם רבינ'ס ענטפער- הרה''ק מטאהש זי''ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

יישר כח.
און א יישר כח פאר די מעשה.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1778
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: דעם רבינ'ס ענטפער- הרה''ק מטאהש זי''ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 4:34 pm
שדכן גדול האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 4:11 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 4:10 pm
וואס איז דער נאמען?
משולם פייש בן?
מרדכי וצירל
וואס איז די סיבה צו זאגן אויך צירל?
דאכט זיך מיר עס איז אויך דא עפעס אן ענין דערביי. אזוי ליגט מיט אין קאפ. אגב דעם ריבניצע צדיק זאגן אויך אסאך מענטשן רבי חיים זאנוויל בן רבי משה ויוטא ציפורה.
דער עיקר איז אז זכותם הגדול יגן עלינו.
צינגעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:49 pm

Re: דעם רבינ'ס ענטפער- הרה''ק מטאהש זי''ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צינגעלע »

שיינע מעשה שכ''ח
אויב איז נארמאל צו זיין משוגע פארוואס זאל איך משוגע ווערן פון זיין נארמאל. כ׳העל זיין א משוגענער אזויווי יעדע נארמאלע מענטש און שוין…
קרעדיט יואב זינגערצווייג
עלינו
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: דעם רבינ'ס ענטפער- הרה''ק מטאהש זי''ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 4:34 pm
שדכן גדול האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 4:11 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 4:10 pm
וואס איז דער נאמען?
משולם פייש בן?
מרדכי וצירל
וואס איז די סיבה צו זאגן אויך צירל?
דער רבי האט געזאגט אז עס איז אן ענין אויך צו זאגן די מאמעס נאמען, שפעטער וועל איך בעז"ה ברענגען דער מ"מ.
מלך בשדה..
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4397
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: דעם רבינ'ס ענטפער- הרה''ק מטאהש זי''ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

א מוראדיגע מעשה, דער אויבערשטער זאל העלפן אז יעדער זאל געהאלפן ווערן מיט אלעם גיטן
עדות ביהוסף
שר חמש מאות
תגובות: 803
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 21, 2023 8:47 pm

Re: דעם רבינ'ס ענטפער- הרה''ק מטאהש זי''ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדות ביהוסף »

קאנאדישע פארמער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 4:03 pm
סאיז דא א וועג עס צו מאכן קלארער?

איך האב עס פארקלענערט ווייל סאיז געווען צו גרויס
עבודת עבודה - פתגמי קודש
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-01-14 195739.png
Screenshot 2024-01-14 195739.png (351.07 KiB) געזען 1552 מאל
קאנאדישע פארמער
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 1:44 pm

Re: דעם רבינ'ס ענטפער- הרה''ק מטאהש זי''ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנאדישע פארמער »

יישר כחכם פאר אלע דאנקערס...
דעם רבינס ענטפער - הרה''ק מטאהש זי''ע

אלעס איבער די וועטער אין מאנטריאל
viewtopic.php?t=15674&start=9225
אוועטאר
אלטערנעסייד פארקינג
שר האלפיים
תגובות: 2786
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 4:15 pm
לאקאציע:אויפן ווערעזאנא ברידזש אינמיטן פארשטעלן טרעפיק...

Re: דעם רבינ'ס ענטפער- הרה''ק מטאהש זי''ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטערנעסייד פארקינג »

קאנאדישע פארמער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 4:00 pm
אויב זענט א פראפעסיאנאלער שרייבער און אזוי אויך אויב נישט, ביטע לאזט מיר וויסן מיט וואס מען קען זיך פארבעסערן.

א דאנק.
דו בוסט א גוטן שרייבער! איך ווייס נישט פארוואס דו שאצט דיך אזוי אינטער!
פייבל שרגא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 3:20 pm

Re: דעם רבינ'ס ענטפער- הרה''ק מטאהש זי''ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייבל שרגא »

זייער שיין געשריבן.
ייש״כ
אוועטאר
מ'לערנט
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 12:22 am

Re: דעם רבינ'ס ענטפער- הרה''ק מטאהש זי''ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מ'לערנט »

עס מיינט אז ער דארף מאכן א סעודה לע''נ טאהש''ע רבי זצ''ל?
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7134
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: דעם רבינ'ס ענטפער- הרה''ק מטאהש זי''ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

זייער א שטארקע מעשה! אז מען בעט אמת׳דיג איז מען זוכה צו זעהן א אפענע השגחה, אפילו נאך פאר די ישועה וואס וועט אוודאי קומען בקרוב ממש
אני הוא הנער, נער המדבר
עלינו
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: דעם רבינ'ס ענטפער- הרה''ק מטאהש זי''ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

עלינו האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 7:22 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 4:34 pm
שדכן גדול האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 4:11 pm
הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 4:10 pm
וואס איז דער נאמען?
משולם פייש בן?
מרדכי וצירל
וואס איז די סיבה צו זאגן אויך צירל?
דער רבי האט געזאגט אז עס איז אן ענין אויך צו זאגן די מאמעס נאמען, שפעטער וועל איך בעז"ה ברענגען דער מ"מ.
שיחות קודש ח"ג פרשת ואתחנן,
ונוהגים לכוין את שם הנפטר בשם האב, אבל טוב לכוין גם את שם האם, כי כך נעשה הקשר אמיץ וחזק יותר
מלך בשדה..
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6299
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

Re: דעם רבינ'ס ענטפער- הרה''ק מטאהש זי''ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 4:10 pm
וואס איז דער נאמען?
משולם פייש בן?
מרדכי הלוי
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: דעם רבינ'ס ענטפער- הרה''ק מטאהש זי''ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

מ'לערנט האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 10:24 pm
עס מיינט אז ער דארף מאכן א סעודה לע''נ טאהש''ע רבי זצ''ל?
אודאי! "ובזכות הסעודה וכו'...
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: דעם רבינ'ס ענטפער- הרה''ק מטאהש זי''ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

אז דו ווערסט פארלוירן, שפיר דיך נישט געטראפן...
קרעדיט: @הודונאנאש
אוועטאר
סעלצער
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 18, 2015 1:28 am
לאקאציע:דא, זייער באקוועם

Re: דעם רבינ'ס ענטפער- הרה''ק מטאהש זי''ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעלצער »

צעטל קלעבער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 12:50 pm
מ'לערנט האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 10:24 pm
עס מיינט אז ער דארף מאכן א סעודה לע''נ טאהש''ע רבי זצ''ל?
אודאי! "ובזכות הסעודה וכו'...
ובזכות שנקבל עלינו לילך בדרכיו...
דערפרישט א יוד ווי מיט א קאלט גלעזעל סעלצער מיטן איינקויפן דורך די לינק https://ebay.us/d1VlOa יישר כח למפרע
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”