Re: נייעס פון מאנטריאל, קאנאדא און ארום
האסט סקרינשאטס? שיק מיר עס אויף אימעיל, איך וועל עס ארויפלייגן דאנעם אין אכט האט געשריבן: ↑ מיטוואך אפריל 10, 2024 11:51 amא מין גערעדעכטס, למשל מילך וואס איז שוין גאר טייער אין מאנטריאל, און איינער דארף ווען עס ברענגען פון נ״י ממש לשם מצוה, דו ווייסט וויפיל סקאסט אין נ״י?דער יעניגער האט געשריבן: ↑ מיטוואך אפריל 10, 2024 11:16 am@אייער @משה צימערינג
גערעכט, מיינע השערות זענען אז מ'לייגט ארויף אבי א מארק אפ, נניח.
לויט ענק אז מ'עקספארט עס טאקע פארן צוריקברענגען, פארוואס איז עס טאקע אזוי?
אזוי צו אזוי, איך קויף רובא דרובא פון מיינע גראסעריס אין נ.י., איך שטיץ נישטדי מאנטריאלע עקאנעמי, ווייל איך קען עס נישט עפארדן, איך האב נישט קיין איבעריגע פאר הונדערט דאללער א וואך פארדעם, סארי ליפא'ס, וואלטער'ס, פודערי, וכל הקהל הקודש, צו ס'איז ענקער שולד, צו ס'איז די דיסטריביוטער, איך קען עס נישט עפארדן.
אויב ווילט עטס זעהן מער קליענטן, ארויפרוקן די רווחים מיט 50 פראצענט, זייטס מוחל און מאכטס נארמאלע פרייזן, נישט קיין חילוק ווער ס'איז שולדיג אין דעם, די ציבור גייט נישט אנטקעגן קומען און זיך ברעכן, ס'איז אסאך אסאך ביליגער צו קויפן אין נ.י.
דבש איז אויף סעיל אין ריפרעש אין ק״י און קוק די חילוק, בערך 15% און דאס איז שוין ווען זיי זענען אויף סעיל… רעגולער פרייז זענען זיי טייערער מיט 3 פערצענט…
כהאב געמאכט סקרינשאטס אבער איך קענעס נישט אטעטשן סאיז א קליק אוועק, אלעס איז דא אנליין…
[email protected]
איך ווארט...
---- עדיטעד ----
איינער האט א שירעם? איך ווארט נאך...
איז מאך איך אליין מיין ריסוירטש, דא האט איר קלארע לינקס פאר 2 ליטער מילך.
מאנטריאל -
ליפא'ס - 5.99
פודערי - 5.89
Passmart - 6.99
קרית יואל -
ריפרעש - 3.79
לאנדא - 3.79
***
די היינטיגע עקסטעינדזש רעיט איז -
5.99 קאנאדישע צו 4.37 אמעריקאנע
3.79 אמעריקאנע צו 5.19 קאנאדישע
נישט דא ווער זאל לאכן.