-
ציטיר
- 7
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך איד27
»
טייערע הארציגע ברודער!
רחמנים בני רחמנים...
איך קום נישט מיט א קאמפיין, איך קום מיט א צובראכענע צופליקטע הארץ,
יעצט באקומען פריוואט פון מיין חבר, ווי ער שטייט היינט צו טאג, דרייסאג יאר אלט, ער פארציילט מיר זיין השתלשלות ווי אזוי ער איז אנגעקומען ביז אהער, זיין פיין זיין מיטמאכענישן, אפשר א געניטע שרייבער קען מאכן מטעמים פון וואס ער האט פארציילט, איך קען אבער נישט מאכן א אפען הארץ אפערעישאן אין פאבליק דאס וואס מיין חבר האט געמאכט מיט מיר, און כגלייב איהם ליידער מיט אלעס, דערנאך וואס כ'זעה אנדערע אין די מצב דרייען זיך 6 7 8 יאר אליין דאס הארץ רייסט! למה נגרע? איז א פראגע ווען חברים נאנטע פריינט גייען אן מיט משפחות און קינדער, מיין ידיד זאגט מיר ווייטער ער וויל ארויסברענגן זיין וויי געשריי ווי ווייניג ער איז פארשטאנען געווארן, און ווי שווער סאיז פאר איהם צוצוקומען צו געהעריגע הילף אזאך וואס מאכט אויס ווען ער איז אליין די אלע יארן און ער האט געוויסע שוועריקייטן אין ארבעט און אין אלגעמיין, עס איז ווייטאגליך די חלק וואס עס ברענגט אפילו אז געוויסע איז עס שווער אנצוגיין מיט די פשוטסטע טאג טעגליכע, סאיז שווער צו מחזק זיין ווען יענעמס געפילן זענען רוי און אפען סדארף אבער יא עפעס געטהון ווערן אין די נושא...