מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5205
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איך פארשטיי אז דער ציל איז נישט אז איין מענטש זאל אלעס דורכליינען, נאר אז יעדער זאל טרעפן עטליכע ארטיקלען וואס זענען אים אינטערעסאנט.

אנדערע ליינען א גאנץ זומער...
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 2:42 pm
בערענשטיין האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 11:45 am
הרב יואל קליין האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 11:41 am
ער האט עס געשריבן פארן ציגערעטל…😀

איך בין איינשטומיג אז יעדע מאגאזין האט אן אקטיווע טייל צו מארקעטן זיין מאגעזין דא, און עס כסדר האלטן אקטיוו. יעדע רעדאקטאר און שרייבער האט דא ניקס
וויפיל פראצענט סעילס האלטסטו קומט פון אייוועלט(אינספערירטע) ליינער ??!
אייוועלט איז א שטארקע פלאץ פאר ביזנעס
נישט אין דעם פעלד. די מאמענט אשכול וואס רוקט אין גראסערי ווייניגער פון שריפט און שטיבל איז דא די מערסטע אקטיוו.
יצחק אייזיקל
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

במחילת כבוד פותח האשכול, כ'האב קיין מושג וואס אים שטערט, אויסער אפאר תגובות פון קטנים אויף אייוועלט. די העיט אין תגובות קען מען טרעפן אין אנדערע אינדוסטריעס פונקט אזוי אויב נישט מער, נאר נישט יעדע אינדוסטריע האט אזויפיל שרייבערס...

די רעדאקטארן וואס איך קען זענען איידעלע וואוילע אידן וואס בייסן נישט קיינעם.
אוועטאר
ריעל ניוז
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

בשר ודגים האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 2:41 pm
א געזונטער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 2:21 pm
viewtopic.php?t=68541
איך מיין אז אייוועלט האט נישט קיין שרייבערס פון קיין איין מאגעזין
איך ווייס ברור פון איין א.ג גרויסע שרייבער וואס זיצט דא אפ און דרייט קאשע אין די נושא ווי ער קען נאר...
און אז דו האסט געטראפן א שרייבער צוויי וואס איז פארנומען אויף אייוועלט, איז וואס? דו ווייסט וויפיל שרייבערס, מגיהים און רעדאקטארן געפינען זיך ביים היימישן ציבור? זיי זענען אלע מענטשן פונקט ווי איך און דו, און פונקט ווי ביי סתם מענטשן וועלן זיך מאכן מאנכע וואס שרייבן וועלן זיך צווישן די שרייבער גרופע אויך מאכן מאנכע וועלכע וועלן שרייבן, ספעציעל ווען עס רעדט איבער זייערע אייגענע ווערק. אבער וואס האט דאס מיט'ן ארויסשטעלן א באשולדיגונג ווי כאילו די רעדאקציעס, באגלייט מיט א מיליטער פון שרייבערס און מגיהים זענען פארנומען זיצן אויף אייוועלט און פירן קינדישע מלחמות?
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5671
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

שכוח פארן פותח האשכול אפילו ער האט געהאקט א לאטקע (נישט מיין לשון) האט ער למעשה צוגעשטעלט פיינע אינטערטעימינט אין די פאריאגטע ערב פסח שעות

א דאנק
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3529
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

די מיליאן טולער פראגע,
אפשר קען ער עס איבערשרייבן נאכן ציגארעטל?
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 904
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

מיט א פרישקייט האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 12:52 pm
צו האלטן אז די רעדאקטארן און שרייבער מאכן זייערע החלטות און פראיעקטן באזירט אויף אייוועלט, צייגט א טיפע אומוויסנהייט אין דעם גאנצן פעלד.
וואס דארף דאס באדייטן?
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

צום פונקט.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1751
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

לדעתי איז עס פונקט ווי עני אנדערע אינדוסטריע. אוודאי זענען דא מענטשן וואס דיסיידן אז פון היינט קויפן זיי דאס אדער יענץ וועכנטליך. ס'ממש נישט ריכטיג אז יעדער קויפט אלעס.
זבולון חיים הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:08 pm

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון חיים הלוי »

סאיז א חידוש ווי מען קען פרינטען טויזענטער בלעטער מיט אותיות און ארטיקלען
מיט 0 אינפארמעישן
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6547
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

גראַדע האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 3:17 pm
דניאל אויערבאך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 2:58 pm
איך מיין אז קיינער איז נישט מחולק אז קאמפעטישאן איז גוט פאר'ן קאסטומער.
אויך איז קיינער נישט מחולק אז די אלע אויסגאבעס זענען דא פאר געלט - דזשאסט לייק דע רעסט אף אס.

נאר מסביר צו זיין די נארישקייט פון די קאמפעטישאן איז בעיקר, אז עס האט נישט קיין עק און קיין סוף.
אז איינער האט א נסיעה, מוז שוין דער צווייטער אויך האבן.
אז א צווייטער האט טויזענט בלעטער מוז דער דריטער האבן טויזענט און איינס.
אז דער דריטער האט א קודש פנימה אונטערוויו מיט א גרויס'ן רבי'ן מוז עס שוין דער פערטער אויך האבן, און מיט א רשכבה"ג.

די שאלה איז ווען און וואו גייט זיך דאס אפשטעלן?
איז מעגליך אז אין 5 יאר ארום וועלן מיר האבן יו"ט מאגאזינען מיט 2500 בלעטער צוטיילט אין 5 בוקלעטס?
יעדער ווייסט אז קיינער ענדיגט נישט ליינען די גאנצע חומר (חוץ דער ניק וואס ליינט עס מיו"ט ליו"ט), איז צו וואס? צו וועמען?
שטעלט אייך פאר אז אלע מאגאזינען זאלן נידערן זייער יו"ט מאגאזין צו בלויז האלב. גוטע פיינע ארטיקלען. וואס וואלט געווען שלעכט?
איך מיין יעדער וואלט געווען צופרידן. און מען וואלט געקענט עפעס לערנען אויכעט...

יעדע גוטע זאך ווען עס גייט ארויס פון נארמאלע פראפארצן ווערט עס זינלאז און קינדיש, למחצה לשליש ולרביע.
כך נראה לענ"ד.
כדי אז א ביזנעס זאל אנהאלטן מיז זיין א דרייוו אויף ארויף, (וואס קאמפעטישן העלפט שטארק דערצו), אז נישט גייט עס אראפ..

סא יא, אויב איין אויסגאבע קומט ארויס מיט אן איידיע מיזעס יעדער אדאפטירן, אדער (נאך בעסער) אז ער קומט אויף מיט א צווייטע איידיע, פשוט אנצוהלטן די ביזנעס..
ייש"כ פאר'ן מסכים זיין צו מיר...
סאו זאגסטו אז מען קען זיך ערנסט רישן צו האבן מולטי-טויזענט-בלעטערדיגע מאגאזינען אין די קומענדיגע יארן?
אוועטאר
ברדלס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

איך האב באקומען א פאון קאל די וואך פון א געוויסע גאר פרעסטיזשפולע ביזנעס, צו העלפן פושן זיינע זאכן אויף אייוועלט...
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע:משה זוכמעך

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 1:55 am
גראַדע האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 3:17 pm
דניאל אויערבאך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 2:58 pm
איך מיין אז קיינער איז נישט מחולק אז קאמפעטישאן איז גוט פאר'ן קאסטומער.
אויך איז קיינער נישט מחולק אז די אלע אויסגאבעס זענען דא פאר געלט - דזשאסט לייק דע רעסט אף אס.

נאר מסביר צו זיין די נארישקייט פון די קאמפעטישאן איז בעיקר, אז עס האט נישט קיין עק און קיין סוף.
אז איינער האט א נסיעה, מוז שוין דער צווייטער אויך האבן.
אז א צווייטער האט טויזענט בלעטער מוז דער דריטער האבן טויזענט און איינס.
אז דער דריטער האט א קודש פנימה אונטערוויו מיט א גרויס'ן רבי'ן מוז עס שוין דער פערטער אויך האבן, און מיט א רשכבה"ג.

די שאלה איז ווען און וואו גייט זיך דאס אפשטעלן?
איז מעגליך אז אין 5 יאר ארום וועלן מיר האבן יו"ט מאגאזינען מיט 2500 בלעטער צוטיילט אין 5 בוקלעטס?
יעדער ווייסט אז קיינער ענדיגט נישט ליינען די גאנצע חומר (חוץ דער ניק וואס ליינט עס מיו"ט ליו"ט), איז צו וואס? צו וועמען?
שטעלט אייך פאר אז אלע מאגאזינען זאלן נידערן זייער יו"ט מאגאזין צו בלויז האלב. גוטע פיינע ארטיקלען. וואס וואלט געווען שלעכט?
איך מיין יעדער וואלט געווען צופרידן. און מען וואלט געקענט עפעס לערנען אויכעט...

יעדע גוטע זאך ווען עס גייט ארויס פון נארמאלע פראפארצן ווערט עס זינלאז און קינדיש, למחצה לשליש ולרביע.
כך נראה לענ"ד.
כדי אז א ביזנעס זאל אנהאלטן מיז זיין א דרייוו אויף ארויף, (וואס קאמפעטישן העלפט שטארק דערצו), אז נישט גייט עס אראפ..

סא יא, אויב איין אויסגאבע קומט ארויס מיט אן איידיע מיזעס יעדער אדאפטירן, אדער (נאך בעסער) אז ער קומט אויף מיט א צווייטע איידיע, פשוט אנצוהלטן די ביזנעס..
ייש"כ פאר'ן מסכים זיין צו מיר...
סאו זאגסטו אז מען קען זיך ערנסט רישן צו האבן מולטי-טויזענט-בלעטערדיגע מאגאזינען אין די קומענדיגע יארן?
מיינסט אז נישט? משיח זאל אוואדי דא זיין פארדעים..

זעה לדוגמה אייסקריעם, ווען אפאר יאר צוריק איז געווען אפאר דורעכגעפרוירענע אייסקרים'ס פון קליין, און קיינער האט עס ניטאמאל אנגעקוקט, איז אריינגעקומען מהדרין וכדו' און געמאכט א גאנצע ביזנעס דערפון.. דאס איז ביזנעס
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
אוועטאר
רבי יענקב
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 2:20 pm

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי יענקב »

צום פ"ה @נון בית , איבער זיך קריגן דא אויף אייוועלט האסטע א פוינט, אז ס'איז בעיביש און נישט ערוואקסן - אפילו וואס ס'איז א וואונדער אז דו האסט אפגעמאכט צו זיך פארלייגן אויף די מאגעזינען אפטיילונג, בזמן וואס ס'איז דא אסאאאאאך אשכולות דא אין אנדערע נושאים וואס זענען פיל ערגער, און שטארק מער בעביש.

אבער די גאנצע רעשט פון די ארטיקל, ווייסן איך און דו אז ס'איז נישט דא אויף וואס זיך צו טענה'ן, ווייל די גאנצע זאך איז סתם א פינגער געזויגענע לאטקע.

1 די איינציגסטע סיבה פארוואס מ'טרייט צו זיין בעסער פון א צווייטן, איז צוליב וואס מ'וויל רוקן מער שטיק. אני בעצמי קויף נישט יעדע וואך יעדעס מאגעזין. געווענטליך איינס אדער צוויי, דיפענדס ווי שטארק איטליכס דעקל ציהט מיר.

2 הונדערט פראצענט האט צוטון מיט סעילס די אמאונט פון ביכער, אין וועלכע וועלט גייט איינער קויפן איינס ווען ער קען האבן צוויי פארן זעלבער פרייז. כ'מיין אז נישט אויף אונזער פלאנעט.

3 איך קען נישט קיין איין רעדאקטאר פערסענאל, און חוץ פון זייער נאמען און אימעיל אדרעס אנהייב פונעם העפט ווייסעך איבער זיי זילטש. אבער אזוי סאך קען איך דיר זאגן; קיינע ילדים וקטנים זענען זיי נישט. פון די סחורה וואס זיי דעליווערן כסדר קוקן זיי גראדע אויס צו זיין באמת געלונגענע אידן מיט א סאך טאלאנט און קריעיטיוועטי.

ווייסעך נישט וואס אייך שטערט....
קענדי'ס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:11 am
איך האב שוין אפגעמאכט מיין מיינונג ביטע נישט פארדרייען א קאפ מיט פאקטען

רבי יענקב האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 12:31 pm

א שנעלע סירטש אויף זיינע תגובות ווייזט אז דער @נון בית קויפט אויך לפי הדעקל.
viewtopic.php?p=4492773#p4492773

סותר על מנת ל..??!!?
אסאך פון דיינע פונקטן אין דיין ערשטע תגובה פון דעם אשכול שטימען נישט מיט יענעם נון בית תגובה....
קענדי'ס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:11 am
איך האב שוין אפגעמאכט מיין מיינונג ביטע נישט פארדרייען א קאפ מיט פאקטען
קרעדיט קארד
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

יעצט אנגעקומען צו ליינען.

@נון בית נאך פאר איך קאמענטיר דערויף וויל איך דיך קודם געבן א קאמפלימענט אויף דיין שריפט. דו האסט זייער א געשמאקע שפראך און סליינט זיך זייער פליסיג.

דו ווארפסט צאם אפאר פוינטס אין דיין תגובה, איך וויל מיך באציען צו געציילטע דערפון.

כגיי אנהייבן מיט דיין פוינט, אז אזוי ווי CNN האט נישט קיין פראבלעם צו אינטערוויוען טראמפ א טאג נאך וואס פאקס האט אים אינטערוויוט, די זעלבע זאך וואלט נישט געדארפט זיין א פראבלעם צו האבן אן ארטיקל און די שטערנדל א וואך נאך וואס טועמיה האט געהאט אן אינטערוויו מיטן זעלבן פערזאן.

איך וואלט אבער מחלק געווען צווישן די צוויי דוגמאות. ווען פאקס ברענגט ארויף טראמפ אויף אן אינטערוויו איז עס נישט כדאי צו באשרייבן זיין פערזענליכקייט און זיין ביאגראפריע, נאר זיי ווילן אים אויספרעגן וואס ער זאגט אויף זאכן העומדים על הפרק, במילא איז נישט קיין שום פראבלעם ווען א וואך דערויף גייט ער ארויף אויף סי ען ען ענטפערן אויף זייערע שאלות. וויבאלד קודם כל האט זיך אין די וואך געטוישט זאכן און סאיז דא נייע נייעס אויף וואס ארויף אים צו פרעגן זיין מיינונג דערויף, און חוץ פון דעם קענען זיי פרעגן בעסער שאלות און ארויס ברענגען בעסערע העד ליינס.

מה שאין כן ווען מוויל באשרייבן א ביאגראפריע איבער א פערזענליכקייט אדער באשרייבן א געשיכטע וועסטו נישט זעהן אז סזאל ווערן איבער געשריבן א וואך שפעטער אויף אן אנדערע פלאטפארמע. קוק למשל אויף עמי און משפחה, דארט וועסטו אויך נישט זעהן אז איינער זאל באשרייבן די זעלבע פערזענליכקייט א וואך נאך וואס די אנדערע האט עס געשריבן, וויבאלד אויב איז עס א באשרייבונג וואס נעמט ארום די מענטש איז עס נישט יוניק און קריעטיוו צו איבער ניצן א וואך דערנאך די זעלבע איידיע.

און טאקע וועסטו קענען זעהן, אז אויב איז עס פאר צו פרעגן שאלות העומדים על הפרק וועט מען יא קענען איבער ניצן די זעלבע איידיע א שטיק צייט דערנאך. קוק למשל אין די סטאנציע רובריק אין מאמענט ווי זיי האבן שוין אפאר מאל אראפ געברענגט יוסי געשטעטנער, וויבאלד זיי האבן אים נישט באשריבן, נאר געפרעגט שאלות וואס זענען אקטועל.

יעצט וויל איך אריבער גיין צו אן אנדערע פוינט וואס דו האסט דערמאנט אין דיין תגובה.

סאיז נישט קיין סוד אז איך בין א מאמענט ליינער, מקען עס זעהן אויף מיינע תגובות, און איך זיך עס נישט צו באהאלטן.

איך האב אבער באמערקט אין די לעצטע שטיק צייט אז פון זיין א מאמענט ליינער בין איך אומוועלנדיג און נישט כאפענדיג טראנספארמירט געווארן צו א מאמענט גלויביגער. כהאב באמערקט אז סהאט זיך געטוישט ביי מיך, פון ליינען די מאמענט מאגאזין בין איך געווארן א גלויביגער אין די מאמענט רעליגיע.

איך ווייס נישט צו איך בין די איינציגסטע וואס פילט אזוי אדער סזענען פארהאן נאך מיט די געפיל, אבער איך האב געפילט ווי כהאב אן אינערליכע דראנג צו מאכן זיכער אז מאמענט האט עס. כהאב באמערקט אז ווען סעפענט זיך אן אנקעטע מאך איך גלייך זיכער צו שטימען פאר מאמענט, און אויב איז מאמענט אריין געקומען די מערסטע האב איך מיך געפילט גוט.

און איך האב אן געהויבן אריין צו טראכטן צו אפשר גאר איך בין די איינציגסטע נער אויפן מארקעט.. סהאט מיר אריין געבליצט א מחשבה’לע אז ווער ווייסט, אפשר בין איך די איינציגסטע וואס ארבעט נישט פאר מאמענט און נישט פארן קאמפעטישן, און די אלע אנדערע חברה זענען געהעריגע איינגעשטעלטע וואס באקומען באצאלט פאר יעדע תגובה.. און איך נער נעם עס נאך אן ערנסט.. איך בין די איינציגסטע וואס באקומט נישט קיין רויטע גרייצער פון קיין איין מאגאזין, אויב עפעס פארקערט, איך צאל זיי, און איך נעם עס משוגע פערזענדליך די גאנצע מעשה דא..

(כהאב מיך גראדע כמעט געהאט איינגערעדט אז איך גיי אויך באקומען באצאלט, ביי די תגובה..
viewtopic.php?p=5040740#p5040740
אבער ביז ווען די שורות ווערן געשריבן, האט זיך נאך קיין איינער געמאלדן אז ער וויל מיך הייערן פארן דשאב.. אדערוויל בין איך נאך אוועלעביל..)

כהאב אנגעהויבן צו כאפן אז סאיז פשוט צודרייט וואס דא גייט פאר. אויב איך גיי מיט א דשי ענד דשי רעקל דארף איך דאך נישט ווערן א פען פאר דשי ענד דשי. אויב מיין פסח סעט איז געקומען פון מפואר, מיינט עס נאכנישט אז איך דארף נעמען צום הארצן מפואר און זיך קעגן שטעלן קעגן מלכות. פארוואס למען השם, אויב איך באנוץ זיך מיט א פראדוקט פון מאמענט און איך האב עס ליב, דארף איך וועאן פארגלייבט דערין און זיך קעגן שטעלן קעגן אנדערע קאמפעטישנס? איך פארשטיי אז איך מוז נישט, מיין שאלה איז פארוואס איז עס געווארן אזוי? סקען זיין אז סאיז נאר ביי מיך אזוי און איך וועל מיך פרייען צו הערן אז סאיז טאקע אזוי, און די אלע ניקס דא זענען באצאלטע איינגעשטעלטע. אבער דאס איז זיכער אז איך האב אזוי געשפירט, אז מאמענט איז מיך געווארן א רעליגיע.

איך האב טאקע געקויפט פאר פסח די מאמענט, און איך פלאן נאך נאכצופאלגן מיט אנאליזן דערויף אינעם מאמענט אשכול. אבער איך מוז זאגן אז די שטיבל האט געמאכט א גוטע דשאב און זיי האבן מיך סופרייזט מיט זייערע דעקלעך. כהאב עס נישט געקויפט און נישט געזעהן פון אינדערווייניג, אבער איך וויל זאגן אז איך בין טאקע א מאמענט ליינער אבער נישט קיין רעליגיעזע מאמענט גלויביגער. און די שטיבל דעקל האט מיך באמת סופרייזט. סזעהט אויס אז די חברה זענען אויפן וועג ארויף.

איך האב אפגעמאכט מיט א חבר וואס האט געקויפט די שטיבל, זיך צו אויפטוישן מיט אים נאך פסח און איך וועל אים געבן די מאמענט. סאיז גראדע אן עצה טובה קמ”ל פאר די וואס זוכן צו שפירן אפאר דאלער פאר פסח, ווען מקען עניוועי נישט אנקומען צו ליינען דאס גאנצע אין פסח, איז א שאד צו אויסגעבן אזוי פיל געלט פאר דעם. מאך אפ מיט א חבר צו א ברידער אדער א שוואגער וואס איז אויך אינטרעסירט אין ליין מאטריאל, ער וועט קויפן איינס און דו די אנדערע און מאכטס שפעטער א טויש.
איז אזוי האף איך נאך אנצוקומען צום שטיבל נאך פסח און עס ליינען. אויב סוועט נאך זיין גאנץ און זיינער קינדער וועלן עס נישט צורייסן...

נחזור לענייננו, @נון בית , דא האסטו א פוינט. די פראדוקט וואס הייסט מאגאזין האט זיך געטוישט אין די לעצטע שטיק צייט צו א פראדוקט וואס קען זיך פאר ריפען ’רעליגיע’.. און לדעתי איז עס נישט ריכטיג.

לאמיר נאר ענדיגן מיט די גוטע חלק אזוי ווי די פותח האשכול האט שוין געשריבן. די היימישע ליטעראטור וואקסט אויף הייווען ב”ה. און סאיז גראדע נישט נאר דאס געשריבענע ווארט, נאר די זעלבע איז מיטן פאדקעסטס למיניהם און די שאוס און די ווידאוס מיט אלעס ארום. די היימישע קאלטשער (קולטור) ווערט מער אויסגעברייטערט.

באכאשעם פאר דעם.

@נון בית קומסט פאר א ציגארעטל?...
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8743
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

ווען מטוישט אויף א מאגאזין מיט איינעם קומט עס מיט עטליכע חסרונות, די עיקר חסרון איז אז מהאט נישט די גוטע טעם פון אויפרייסן די פלעסטיק...

ווי אויך פעלט די מיטלסטע פיר בלעטער וואס דארט ליגט די אינטערסאנטסטע פארט פון די אינטערסאנטסטע ארטיקל... עכ"פ ווילאנג מהאט עס נישט ווייסט נישט וואס מפארפאסט...
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4930
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

מיט א פרישקייט האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 12:52 pm
צו האלטן אז די רעדאקטארן און שרייבער מאכן זייערע החלטות און פראיעקטן באזירט אויף אייוועלט, צייגט א טיפע אומוויסנהייט אין דעם גאנצן פעלד.
כ׳זע נישט וואו ער שרייבט דאס. עטליעסט, אויב קומט צו זיי אן די תגובה, נעמען זיי עס אן פונקט ווי איינער זאל זיי פערזענליך זאגן א הערה.
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: מאגאזינען קאנקורענץ: נאריש, שמאלקעפיג, זינלאז, און קינדיש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

אלגעמיינע אינטערוויו: רעדאקטארן פון די דריי אידישע מאגאזינען: "מאמענט", "שריפט" און "שטיבל" https://www.yiddish24.com/interviews/38/105001
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”